קרעדיט איי-וועלט
יעדער איז אין די קאר? מ'קען שוין פארן? היידא! אין קאנטרי אריין.
ס'איז דא א נושא וואס ברענגט ארויף ווייטאג און בייז בלוט ביי ביידע צדדים פון די מטבע.
דאס איז די ענין ,אז קאנטרי'ס פארמאכן זייערע טויערן פאר פרעמדע אז זיי זאלן נישט קענען ניצן די פאסיליטיס וואס די קאנטרי שטעלט צו.
דאס נעמט אריין רוחניות'דיגע איינריכטונגען א שטייגער ווי בהמ''ד, מקוה, חדר, אדער גשמיות'דיגע ווי , פארקינג, פארקס, פלעי גראנד, שווים באסיין (פאול) און נאך.
וואס זאגט דער עולם דערצו , איז עס ריכטיג און אויסגעהאלטן צו טוען אדער נישט? מצד הלכה, השקפה, חסידות, מענטשליך, אידישליך.