כ'וואלט געוואלט מאריך זיין, אבער איך קען נישט ציפיל מחמת סיבות שונות.
איך קען נישט זאגן וויאזוי זיי האבן מיר געשטאכן אין ריקן, אבער די וואס האבן עס געטון ווייסן וואס איך רעד פון. טייל שעמען זיך שוין צו שרייבן ווייטער מיט זייער פריערדיגע ניקים, און שרייבן טאקע ווייניגער אדער קומען זיי אריין מיט פרישע ניקים, כאילו איך ווייס נישט.
אזויפיל יא, כ'האב געשמועסט מיט זיי פאר גאנץ לאנג פריוואט אויף אנדערע פלאטפארמעס ביז איך האב געשפירט געניג באקוועם זיך צו מגלה זיין צו זיי.
קיין גוטע טיפס האב איך נישט, ווייל כ'וואלט נישט געקענט וויסן אז זיי גייען דאס טון צו מיר. אזויפיל יא, מזאל זיך נישט איינרעדן אז א חבר געטראפן אנליין איז פינקט ווי א חבר וואס מען קען אין ריל לייף. א מענטש קען אויסקוקן שיין פינדרויסן שמייכלען, רעדן שיין, אבער יעדער מיינט זיך, קיינער קעירט נישט באמת פאר דיר, זיכער נישט מער ווי פאר זיך אליין. ווען עס וועט קומען למעשה וועט ער נישט פראבירן צו סעטלען א נושא אויף א וועג וואס זאל נישט אפעקטן און וויי טון קיין איינער, מ'טוט וואס איז גרינגער און געשמאקער פאר זעך, און פארטיג. ער איז נענטער צו אנדערע מענטשן וואס ער קען יא אין ריל לייף, אדער קען שוין פאר לענגער נאכן זיך אויך טרעפן אנליין און אז עס ווערט א שאלה דיר אדער יענעם האט ער נישט קיין פראבלעם דיר צו ווארפן אינטערן באס מיט אלע מפורשים און צוריק פארשווינדן ווערן ווי פאר ער האט דיך בכלל געקענט.
שוין, ציפיל מאריך געווען, לאמיר האפן סוועט נישט זיין קיין קאנסיקווענסן.