קרעמל עקסקלוסיוו - אהרונישע טעראר ליידט מעכטיגן קלאפ פון וויליאמסבורג מאדערן ארטאדאקס שוהל וקהילה

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
149
רעאקציע ראטע
519
פונקטן
113
1749406388056.png


עס איז נאך דעוועלאפינג און עס איז נאך ווייט פון ענדגילטיג אבער מער ווייניגער האט זיך ארויסגעוויזן דעם שבת אז די אהרונים זענען פארלירער און די מאדערן ארטאדאקסן זענען געווינער!

עס האנדעלט זיך פון א גאר אור אלטע היסטארישע שוהל וקהילה ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג אויף ראדני קארנער בראדוועי העכער די הייווע אויפ'ן זייט פונעם בי.קיו.אי. נאכ'ן לייברערי נעבן קעי.דאבעליו כולל דוויליאמסבורג פאר אלטע בחורים וואס ארבייטן פאר פרנסה אבער פרובירן זיך צו האלטן אידישלעך.

דער נאמען פון דעם קהילה איז אוהב שלום בית יעקב א צוזאם שמעלץ פון 2 קהילות וואס זענען שוין לאנג אינטערגעגאנגען אבער די רעגירונג האט געהאלפן צוריקשטעלן זייער געביידע ווען מ'האט געבויט די בי.קיו.אי. אין די זעכציגער יארן.

עס איז א פרעכטיגער ריזן געביידע אבער קיינמאל נישט געהאט קיין גרויס מנין זינט איך בין געבוירן. דער רב איז געווען דארטן הרב יושע פישמאן ז''ל ער האט געוואונט אין ברוקלין ווילאס פאר לאנגע יארן קרוב צו פערציג יאר ער האט געשיקט זיינע קינדער אין סקווער חדר אין וויליאמסבורג ווי אויך איז ער געווען דער פארזיצער און פירער פון תורה ומסורה מילא איז ער אסאך ארום געפארן איבער די וועלט פאר שנאר איז כמעט נישט דא געווען אין וויליסבורג נאר צו מאכן מנין דארטן.


1749406232835.png


הגאון הרב רבי יושע פישמאן זצ''ל איז געווען גאר אן אריטארישער רעדנער אוהב ישרא' עסקן נמרץ און גאר א גרויסער תלמוד חכם.

הרב ר' יושע פישמאן האט רעטייערט אפאר יאר צוריק ווען ער איז געווארן קראנק און שוואך געמופט צו די קינדער אויף לעיקוואד און איז אוועק פאראיאר אין די הויכע אכציגער נאכ'ן ליידען פון פארקיסאנס א שטיק צייט.

איך בין אליינס געווארן דארטן אריין גערופן פאר מנין אסאך מאל דורך הרב פישמאן אליינס. ער איז געווען גאר א חשובער איד א תלמוד פון הרב הוטנער ז''ל געהאט א געפיהל צו די אמעריקאנער אידן. דער גאבע דארטן איז געווען דער לעגענדארער ר' זושא וואס קיינער האט נישט געוויסט זיין לעצטן נאמען א זקן מופלג געוואונט אין 61 העריסאן עוועניו וואס אלע חסידים פלעגן זיך בענטשן ביי אים און צייגן פאר די קינדערלעך וויאזוי אן אמאליגער ערליכער אידל האט אויסגעקוקט ער איז געגאנען אנגעטאן ווי אן אמעריקאנער פשוטער איד אבער געווען א תלמוד חכם מופלג און א ירא שמים מרובים ווי פייער.

מיך אליינס האט ר' זושא אנגעשריגן אז איך האב זיך צורעדט ביים לייענען בין גברא לגברא אבער ער האט דערנאך געוויינט מיט זוידיגע טרערן צו מיר אז איך זאל עים פארצייען ווייל די שולחן ערוך האט אים באצווינגען דאס צו טאן מיך צו מבייש זיין ברבים...

הקיצור דער שוהל איז געווען אן ערי מקלט פאר נישט חסידישע אידן ווי צו דאווענען.

נחום ראזנבערג דאווענט דארטן נאכער וואס מ'האט אים געלייגט אין חרם פאר זיין אנטי סעקס אביוז האטליין.

איך האב דארטן פרובירט איבערעדן דעם גרויסן סיוויל רייטס לויער מארטין נידלמאן זאל אויפהערן צו רודפן חסידים אבער ער האט געטנה'ט אז די חסידים רודפ'ן די ספאנישע ארימע חברה.

מארטין נידעלמאן איז געווען א סיוויל רייטס פרייער איד וואס הרב פישמאן האט געמאכט פאר א בעל תשובה!

איצט האבן די אהרונים זיך משתלט געווען דארטן דורך די כולל וויליאמסבורג אלטע ארבייטנדע בחורים בשכינות וואס האבן געמאכט מנין דארטן.

אברומי רובין מיט יענקי בן ר' בערל יאקאבוויטש האבן געפאמט אסאך געלט פאר קארט קעיסעס זיי האבן ארויסגעטראסקעט מארטי נידעלמאן מיט זיין ווייב און זוהן זשאסעף און נאך אפאר מאדערן ארטדאקסטן.

זיי האבן זיך משתלט געווען בכוח הזרוע פון טעראר גענוי ווי זיי האבן געטאן אין ראדני שמיני עצרת שמחת תורה קעגן די זאליס.

אבער דאס האט אנגעהלאטן לענגער ווי אין סאטמאר דאס ציעט זיך שוין איבער א יאר אדער צוויי וואס אברומי רובין איז חזן און יענקי יעקבאוויטש איז ראש הקהל...

און די מאדערענע אידן מיט נחום ראזנבערג האבן געמוזט דאווענען ביחידות אינדערהיים.

דעם שבת האב איך דורכגעוואקט דארטן הערנדיג די גוטע נייעס גראדע פון די אהרונים, יואלי, תולי גראס'ס זוהן האט געוויינט אז די אהרונים האבן ענדגילטיג פארלוירן.


1749405829553.png


זשאסעף נידעלמאן דער זוהן פון מארטי איז היינט צוטאגס א שלמה קארליבאך ברסלבער חסיד ער וואונט אין ארץ ישרא' אבער איז געוואקסן אין דעם שוהל זיי וואונען אויף סאוט פאר צוויי גאסן אראפצוה.

איך האב געפרעגט זשאסעף נידעלמאן צו דאס איז אמת אבער ער איז איצט אין ארץ ישרא' ער האט מיר גענטפערט אז ער גייט מיר שיקן די פסק איך ווארט נאך דערויף.

נידעלמאן דער זוהן זאגט מיר אז אברומי רובין מיט יענקי יאקאבאוויטש האבן נאך געפיילט אפיעלס אבער דערווייל זענען די ארונים אינדערויסן און די מאדערן ארטאדאקסן מיט נחום ראזנבערג זענען צוריק אינעווייניג.

תיכף ווען איך באקום דאס פון זשאסעף גייט דאס ארויף דא אויף קרעמל אלץ אן עקסלוסיוו איך האב געמאכט א גוגל סוירטש קיינער באריכט נאך נישט דעם געווינס. נאר די אלטע באריכטן פון די פייט.

איך בין ווייט פון א מאדערן ארטאדאקס אדער חסיד פון נחום ראזנבערג אבער קיינער גלייכט נישט קיין טעראר אפי' נישט חסידים!

אלזא והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה עספעשעלי זאליס און בני יוא' און יעדער איינער וואס האט זיך שוין אנגעליטן פון אהרונישע טעראר די לעצטע יובל יארן!

At a historic Williamsburg synagogue on valuable land, dueling groups fight for control

At the oldest Orthodox synagogue in Brooklyn, newcomers and old-timers battle for its future • Shtetl - Haredi Free Press
 
לעצט רעדאגירט:
די שול ״אוהב שלום״ איז געגרינדעט געווארן אין די 1870 יאהרן און איז די עלטסטע ארטאדאקסישע שול אין ברוקלין וואס שטייט נאך היינטיגע צייטן. אין די גוטע צייטן האבן זיי געהאט בערך 700 מעמבערס, ס׳איז לכתחילה געוועהן אויף קיעפ סטריט ווי עס איז היינט די הייוועי, ווען מ׳האט געבויעט די BQE האבן זיי באקומען די בילדינג פון די סיטי וואס איז קעגן איבער די אלטע שול.

די שול איז איינציגסטע פארבליבענע שול אין וויליאמסבורג וואס איז נישט חסידיש. איך קען אסאך מענטשען וואס דאווענען דארט, ווען איך פלעג קומען שבתים קיין וויליאמסבורג פלעג איך אויך דאווענען דארט אסאך מאהל. סאיז די איינציגסטע פלאץ ווי יעדער איז וועלקאום, נישט נאר נחום ראזענבערג, נאר יעדער וואס פילט זיך נישט די פלאץ ערגעץ אנדערש פלעגן קומען אהין.

די לעצטע פּאר יאהר האבן אפאר סאטמורים מחליט געוועהן אז זיי גייען באגאנבען די שול, זייער פלאן איז געוועהן, ארויסצוווארפן די לעצטע פּאר מתפללים דארט, און מאכן דארט א סאטמארע שול, און בויען דירות העכער די שול פאר פּראפיט.

מ׳טאר נישט צו לאזן אז סאטמאר אדער רובין זאל גאנבענן די שול, ווי זיי האבן קיינמאל נישט געדאווענט דארט, און זיי האבן גארנישט קיינמאל געהאט מיט די פלאץ. זיי ווילן דא כאפן אסאך געלט אויף די חשבון פון די מעמבערס פון אוהב שלום, מ׳טאר דאס נישט צולאזן בשום אין פנים ואופן!!!
ס׳איז גניבה, סאיז נישט אויסגעהאלטן לויט די הלכה און לויט די דיני דמלכותא.

סאיז פארהאנען גענוג און נאך חסידישע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, יעדע דריטע הויז אין ווילי איז דא א חסידישע שול. די איין קליינע פארשטינקע ווינקל, קארנער בראדוועי, ביי די עק פונעם שטאט האבן זיי אויך נישט פארגינגען פאר די פּאָר מענטשען וואס האבן זיך נישט געפונען די פלאץ ערגעץ אנדערש.
 
1749413861160.png

ר' מרדכי 'מארטי' נידעלמאן!

גראדע האבן די אהרונים א טענה פון 'דינא בר מצרא' ווייל זייער ראש הקהל דער מאגא עושר אברומי בראך האט געבויט א ריזן ארטיסטישע געביידע פון גלאז קעגן איבער עס איז געווען א תיפלה ער האט דאס אפגעקויפט קעגן דעם דין אין שלחן ערוך און דאס געמאכט פאר גאר טייערע קאנדימיניומס אז זייער פיוערער זאל קענען האקען אויף וויליאמסבורג אז א איד טאר נישט דא וואונען אין אז די ריעל עסטעיט אין וויליאמסבורג איז צו טייער... אזא הרצחת וגם ירשת טאקטיק פון די פארטייאישע אהרונימלעך שווענץ...

אברומי רובין איז א קאריער קרימינאל ער וואלט דא געדארפט ארעסטירט ווערן פאר'ן ארויסווארפן מארטין נידעלמאן מיט נחום ראזנבערג און די אנדערע אידן דארטן. אבער ער שרעקט זיך נישט פון קיינעם ער האט א ירושה פון זיין טאטע ר' משה חיים ז''ל אין די ביליאנען. מילא קען ער הייערן טייערע לויערס צו פייטן יעדן איינעם ווי טראמפ און אהרן ט''ב זיינע אפגעטער.

גראדע האב איך געזאגט פריוואט פאר זשאוסעף נידעלמאן אז זיין טאטע מאמע און זיינע חברים ווי נחום ראזנבערג קענען גיין דאווענען אין חב''ד נארט פייוו קארנער בעדעפארד אבער ס'איז שווער צו גיין פאר זיי אזוי ווייט זיי זענען דאך געהעריגע שומרי שבת נאר זיי זענען נישט קיין חסידים. מארטין איז שוין היינט זייער שוואך אין אלט זינט ער האט געליטן א קאר עקסידענט פאר אפאר יאר צוריק א היט ענד ראן שבת נאכמיטאג אויפ'ן וועג אהיים פון שוהל.

מארטין נידעלמאן איז אמאל געווען א גיבור חיל ער האט אליינס מוחה געווען קעגן טויזענטע סאטמערע חסידים צו איז דאס געווען סלאמלארדס. ער האט נישט מורה געהאט פון שטיינער און שרייערייערן א בחינה ווי יאסל וואלדמאן אין קרית יוא' - ער האט איינגעקויפט ביי אונזערע כשר'ע געשעפטן יעדן ערב שבת גריסנדיג יעדן מיט א שמייכל אפי' די וואס שעלטן און שפייען אים אן מיט די גרעסטע קללות אלץ מסור!

מארטין נידעלמאן איז שוין היינט נישט דער הויפט פון די ברוקלין עי.סי.על.יו. ער איז שוין רעטייערט.

מארטין נידעלמאן איז געקומען דא קיין וויליאמסבורג אין די 60ער יארן ווען די ליבעראלן האבן געקעמפט קעגן די סטאטוס קווא באקריווענדיג קעגן מינאריטעטן. הגם ער איז אויפגעוואקסן אין ברוקלין אלץ קינד אין קאנארסי איז ער געווען א פרייער אידישער סטודענט אין הארווארד יוסטיץ שולע דא חתונה געהאט מיט א היספאנישער טיטשער זיינער זי איז פיהל עלטער פון אים זי הייסט 'אמעריקע רואיס' זי קומט יעדער תפילה אין בית המדרש מיטצוהאלטן דאס דאווענען פונקט ווי א רביצן ווען אברומי רובין מיט יענקי יאקאבאוויטש האבן אויף איר געמאכט א שייגעץ ארויס ווייל זי גייט אייגענע ביי-האר אונטער א טיכל כאטש זי איז אן ארטאדאקסישע גאר פרומע גיורת האט זי געדאווענט אין פארק קעגן איבער יעדן תפילה.

גראדע איז דארטן דא א פאר פעסטע חסידים וואס האבן געהאלטן קעגן די אהרונישע היץ קעפ און זיי העלפן מאראליש די מאדערן ארטאדאקסן ווי דוב האפמאן די גלעזער סטאר און דער היימישער לויער ליפא גראס וואס איז אן אייניקל פון ר' ליפא פרידמאן די לעגענדארער סאטמערער מנהל. און נאך אסאך פריוואטע שטיהלע אינגעלייט וואס האבן ליב דעם פלאץ צוליב איר רחוות און רואיגקייט ביז די אהרונים האבן גענוצט די אלטע קעי. דאבעליו. בחורים זיך צו משתלט זיין בגעוואלד דארטן דורך טעראר פון שרייען שייגעץ ארויס און פוי.

אברומי רובין צאלט שוין די אלטע בחורים ווי מארקוס מאסרי און לייכטער נאך זינט די שמיני עצרת ראיאטען אין ראדני. וואס מ'האט זיי דאן ארעסטירט.
 
לעצט רעדאגירט:
שמייכעל כ׳האב געהערט אז די לויער ליפא גראס מיט
חיים מענדי רוטנער האבן שוין לאנג איבערגעלאזט די פלאץ, זיי פלעגן זיין די בריח התיכון פון די שול
(אויסער נידעלמאן מיט זיין זוהן)

פארוואס טאקע זענען זיי אוועקגעגאנגען נאך אזויפיל יאהרן?
 
שמייכעל כ׳האב געהערט אז די לויער ליפא גראס מיט
חיים מענדי רוטנער האבן שוין לאנג איבערגעלאזט די פלאץ, זיי פלעגן זיין די בריח התיכון פון די שול
(אויסער נידעלמאן מיט זיין זוהן)

פארוואס טאקע זענען זיי אוועקגעגאנגען נאך אזויפיל יאהרן?
חיים מענדי רוטנער איז געווען די רב פון די אלטע בחורים דארטן ער האט זיך צוהארגעט מיט ליפא.

ליפא איז פשוט זייער א שטילער איידעלער איינגעהאלטנער אויסגערעכנטער מענטש, אן אינטראווערט, און אלעס מוז קלאפן ווי א יעקער, מ'מוז דאווענען פרי און צייטלעך און ענדיגן שנעל. מטאר נישט שלעפן בקיצור א לויער. און מענדי רוטנער איז פונקט פארקערט, ער איז א חסידישער געשמאקער קום-זיץ פארברענגער מיט לאנגע דרשות און טאנצערייען וכו'.

ווי איך פארשטיי איז ליפא געווען כמו ראש הקהל און מענדי רוטנער האט אים נישט גענוג געלעקט, זיך נישט גענוג אונטערגעווארפן ליפא'ס שטרענגע קאפריזן. ליפא איז א שטארקער מענטש. ער דערליידט נישט די חסידישע מעשיות, ער גייט אין בארא פארקע סטרוקעס ווי די באבובע עשירים כאטש ער איז א סאטמערער חסיד...

אזא מי בראש פייט געווען. איצט איז חיים מענדי ביי די קארליבאך חסידים אויף פענן סטריט מיט יוסף ארי' פעלזן ברוך יודא גאנז מיט טייטלבוים און די אנדערע חברה דארטן וואס זענען געגאסן ווי אים; מ'זינגט און טאנצט מ'שיכורט און מ'איז פרייליך ווי קיין מארגן נישטא! -- קען נישט זיין א בעסערע מעטש פאר מענדי'ן. און ליפא וועט לכוארה איצט צוריק גיין קיין אוהב שלום לויט ווי איך פארשטיי. ער האט נישט געקענט דארטן זיין ווילאנג אברומי רובין מיט יענקי יעקאבאוויטש האבן געשפיגן אויף אים. ער איז דאך נישט דער טיפ חסיד, פאר ווער סקען אים.

ליפא איז היינט צוטאגס א ריזן לויער ער טאר זיך נישט שלאגן אפען ווי א חסיד ער קען פארלירן די לייסענס. אגב ער האט געהאט די יאר א קינד נאך צוואנציג אדער דרייסיג אדער מער יאר פון זיין חתונה!

און חיים מענדי רוטנער האט פאריגער וואך א שידוך געטאן מיט זיין זוהן אן עלטערער בחור ברוך השם יעדער איז אויפגעראכטן איצט; נאר נישט די אהרונים... ווייל זייער גניבה איז נישט געלונגען...!
 
לעצט רעדאגירט:
אלס א יליד וויליאמסבורג איז דאס זייער אן אינטערעסאנטער ארטיקל. איך געדענק דעם שוהל אין די '80 יאהרן. נישט געקענט קיינעם דארטן, נאר געווען א פאר מאהל דארטן. איך געדענק אז עס איז געווען אן אמעריקאנער משפחה פון בעדפארד גארדענס וואס האט דארטן געדאווענט.
 
אלס א יליד וויליאמסבורג איז דאס זייער אן אינטערעסאנטער ארטיקל. איך געדענק דעם שוהל אין די '80 יאהרן. נישט געקענט קיינעם דארטן, נאר געווען א פאר מאהל דארטן. איך געדענק אז עס איז געווען אן אמעריקאנער משפחה פון בעדפארד גארדענס וואס האט דארטן געדאווענט.
יא רוב חברה זענען פון די פראזשעקטס אלל אווער וויליאמסבורג און פון די לינדזי פארק פראזדשעקטס אויך אראפ בראדוועי קארנער יוניאן אנטקעגן איבער די פאליציי און פייער סטאנציעס וואס סאיז נאך דא היינט עטליכע אידן דארטן.
 
View attachment 5541

פארוואס מוז יעדע זאך זיין אן אהרונים ווס זלונים טהינג? ווי כאילו ר' זלמן ליב איז אזא שיפעלע זיבעלע?
ווען איך בין דיר מסביר די מציאות הדברים קענסטו נישט קומען ווי א קליין קינד וויינען 'דו אויך'.

דא האט ר' זלמן לייב טייטלבוים גארנישט געטאן עס איז געווען לויטער אהרוינים זיי האבן איבערגעלאזט הופער און געקומען זיך דא שלאגן גענוי ווי זיי האבן געטאן אין ראדני סאטמאר שיהל קעגן די זאליס מיט 15 יאר צוריק און די גאנצע וועלט האט זיי דאן פארדאמט פאר זייער ווילדע טעראריסטישע לעבנסשטייגער.

יענקי יאקאבאוויטש האט קלאר געזאגט אין קארט אז ער האט געפענט א ישיבה ער האט אהין געברענגט אפאר אהרונישע בחורים אלץ באווייז.
 
יא אבער וואס האט דאס מיט ר' אהרן פערזענליך צוטוהן?
קוק אן די קליפס און די בילדער וועסטו זעהן אז אלע זענען זיינע שלעגער וואס האבן זיך דא צעלאזט די לעצטע שטיק צייט.

אויב איז ער זייער רבי ווי זיי פארקויפן דאן מוז ער נעמען אחריות ווען זיי צעפירן זיך מיט טעראר.

איך פארשטיי דיין טענה אז דא זענען די קרבנות נישט קיין זאליס און נישט קיין בני יוא'.

אבער דאס איז קלאר יא אן אהרונישע פארטיי מעשה זיי האבן דערקלערט אז דאס גייט זיין א אהרונישער שוהל און ישיבה סיי אין געריכט און סיי אין די מידיע.

פאר די זעלבע געלט קענסטו טענה'ן אז פארברענן ילד שעשועים האט אויך נישט מיט אהרן פערזענליך וויל איך האב נישט קיין קליפ ווי אהרן זעלבסט נעמט א טארטש און צינד דאס אונטער.

דאס זענען זיינע שווענץ וואס טוהן דאס פאר זיין כבוד מאכט און פארטייאישע געלט בענעפיט און זיי זענען לידערס ביי די אהרונים.

די פראפערטי איז ווערט מיליאנען דאס האט געדארפט גיין פאר אהרן נישט פאר אברומי מיט יענקי פערזענליך.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איז ער זייער רבי ווי זיי פארקויפן דאן מוז ער נעמען אחריות ווען זיי צעפירן זיך מיט טעראר.
איך פארשטיי דיין טענה אז דא זענען די קרבנות נישט קיין זאליס און נישט קיין בני יוא'.

אבער דאס איז קלאר יא אן אהרונישע פארטיי מעשה זיי האבן דערקלערט אז דאס גייט זיין א אהרונישער שוהל און ישיבה סיי אין געריכט און סיי אין די מידיע.

פאר די זעלבע געלט קענסטו טענה'ן אז פארברענן ילד שעשועים האט אויך נישט מיט אהרן פערזענליך וויל איך האב נישט קיין קליפ ווי אהרן זעלבסט נעמט א טארטש און צינד דאס אונטער.

דאס זענען זיינע שווענץ וואס טוהן דאס פאר זיין כבוד מאכט און פארטייאישע געלט בענעפיט און זיי זענען לידערס ביי די אהרונים.

די פראפערטי איז ווערט מיליאנען דאס האט געדארפט גיין פאר אהרן נישט פאר אברומי מיט יענקי פערזענליך.
יא אבער נישט יעדע מענטש וואס האט געלט און פארקויפט זיך אלס חסיד פון ר' אהרן מיינט אז אויטאמאטיש פארטרעט ער ר' אהרן? האט ר' אהרן געשיקט א לעטטער צו די קאורט? ער בעקט דאס בכלל? ער ווייסט דערפון בכלל? פארוואס מוז ער נעמען אחריות אויף יעדן טראבל מעיקער? וויאזוי ווערן זיי "זיינע" שלעגער?
 
קוק אן די קליפס די בילדער זיינע שלעגער האבן זיך דא צעלאזט.

יא אבער נישט יעדע מענטש וואס האט געלט און פארקויפט זיך אלס חסיד פון ר' אהרן מיינט אז אויטאמאטיש פארטרעט ער ר' אהרן? האט ר' אהרן געשיקט א לעטטער צו די קאורט? ער בעקט דאס בכלל? ער ווייסט דערפון בכלל? פארוואס מוז ער נעמען אחריות אויף יעדן טראבל מעיקער?
דאס איז נישט געווען איין מענטש נאר צענדליגע אהרונים.

די 2 בראש זענען ''לידערס'' ביי די אהרוינים. אברומי רובין מיט יענקי יאקאבוויטש זענען גאר רייכע ארויפגעקוקטע אהרונישע עסקנים. די אהרונישע פארטיי איז אנגעוואנדן אויף זיי. אהרן ט''ב האט זיי ליב און ער ווייסט פונטקלעך פון אלע זיינע חסידים'ס טעראר. ''דאונט יו ווארי''! ער האלט מיט אלעס. איבערהויפט אז די מידיע און די געריכטן האבן קלאר געשריבן דאס גייט זיין אן אהרונישע שוהל!

מאך דיך נישט אזוי נאריש דו ווייסט גאר גוט אז אהרן טייטלבוים איז פאראנטווארטליך פאר אלע זיינע שווענץ.

איך פארשטיי ביסט אן אהרוני און דו האסט פיינט זאלי. אבער איך קען דיר נישט פארלייקענען דאס מציאות הדברים אז דאס איז אן אהרוינשע פייט. און די אהרונים האבן דא מיאוס פארלוירן. - טאקע נישט קעגן זאליס בני יוא' אדער וויזיניץ. - נאר קעגן מאדערן ארטאדאקסן.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס איז נישט געווען איין מענטש נאר צענדליגע אהרונים. די 2 בראש זענען לידערס ביי די אהרוינים. אברומי רובין מיט יענקי יאקאבוויטש זענען גאר רייכע ארויפגעקוקטע אהרונישע לידערס. די אהרונישע פארטיי איז אנגעוואנדן אין זיי. אהרן ט''ב האט זיי ליב און ער ווייסט פון אלע זיינע חסידים'ס טעראר דאונט יו ווארי ער האלט מיט אלעס.
so דו זאגסט אליין אז ר' אהרן דארף זיי און נישט זיי איהם... איז וואס שרייסטו אז זיי ארבעטען פאר ר' אהרן?
 
זיי זענען ארויפגעקוקטע לידערס און פלוצלונג זענען זיי אינטרעסירט אין עפעס אן אפגעריסענע שוהל נעבן בראדוועי אזש זיי מוזן זיך אליינס שמוציג מאכן די הענט? עפעס שטימט נישט דא.
איך האב מורא אז די ריעל פראבלעם איז אז ר' זלמן ליב ווארפט לייכטער ארויס מענטשן פון זיינע אייגענע שוהלן מוזן זיי נעבעך אהין גיין; ערגעץ אנדערש האבן זיי נישט. משא"כ די ארונים..
 
so דו זאגסט אליין אז ר' אהרן דארף זיי און נישט זיי איהם... איז וואס שרייסטו אז זיי ארבעטען פאר ר' אהרן?
אזוי ארבייט א חסידות שוונצנות טעראר קאמפאני - זיי דארפן אהרן פאר אן אפגאט און אהרן דארף זיי פאר שווענץ
 
Back
Top