וויליאמסבורג עירוב

איך קום פון א אולטרא-פרומע סאטמערע היים — נעקסט לעוועל. איך בין שוין געווען א ישיבה בחור ווען דער וויליאמסבורגער עירוב האט זיך געגרינדעט. איך געדענק קלאר אז אלס קינד איז געווען א פשטות אז ביז זעקס יאר טראגט מען. הקיצור, ווי נאר דער עירוב האט זיך געגרינדעט, האט זיך אנגעהויבן א מאוומענט אז מ׳זאל נישט לאזן אינגערע קינדער שטופן די קערידזשעס, וואס איז דאמאלט געווען די נארמאל. דערנאך האט זיך עס ליידער דערקייקלט, אז קינדער טראגן בכלל נישט, אלעס בכדי להוציא מלבם — ממש א שאנדע, צו וואס די סאטמערע ״אהבת״ חנם אין אומפארגינערישקייט האט געפירט.
בארואיגט אייך!!!
נאך היינט טראגן קינדער ביז 5-6 יאר פאר זיך. אבער פארן טאטע אדער מאמע טארן זיי נישט טראגן
 
זאגט איינער אז משיח קען שוין קומען ווייל גאנץ כלל ישראל האט געהיטן שבת די וואך

אין וויליאמסבורג האט מען נישט געטראגן

אין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין פלייטס בכלל (אל על פארט דאך קיינמאל נישט אום שבת און די וואך זענען אנדערע אויך נישט געפארן)
 
אייביג געווען אנגענומען אז קינדער אין יענע יארגאנג און אין עטליכע מקומות אפי' עלטער מעגן טראגן.
איך האב אמאל געפרעגט א דיין וואס איז פשט אז פונקט אויף טראגן האט מען מיקל געווען ביי קינדער ביז די זעקס יאר, האט ער מיר געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך

ער זאגט אז ס'האט גארנישט מיט טראגן נאר באמת איז עס אלע מצות, די קינדער זענען נאכנישט הגיע לחינוך, און ס'איז נישט דא קיין שום ענין זיי אפצוהאלטן!

ווי ער זאגט איז אמאל נישט געווען שייך פאר א קינד צו טון קיין מלאכות. ס'איז נישט געווען קיין לייט אנצוצינדען און ס'איז נישט געווען קיין "מוקצה טויס", די איינציגסטע מלאכות וואס איז געווען שייך ביי א קינד איז געווען ארויסטראגן, איז שוין געבליבן אזוי די מנהג...

פרעג איך דעם דיין אויב א קינד פון 5 יאר צינד אן א לייט דארף מען אים אנשרייען, זאגט ער אז ער זעט נישט פארוואס מען זאל עס טון, מען קען אים רואיג לאזן...
 
דאס איז גוט ווען ער טוט עס פאר זיך, אבער ווען ער טוט עס פאר א גדול איז עס יא אסור, פונקט אזוי ווי מען טאר נישט לאזן א גוי טוהן א מלאכה לצורך ישראל.
 
איך האב אמאל געפרעגט א דיין וואס איז פשט אז פונקט אויף טראגן האט מען מיקל געווען ביי קינדער ביז די זעקס יאר, האט ער מיר געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך

ער זאגט אז ס'האט גארנישט מיט טראגן נאר באמת איז עס אלע מצות, די קינדער זענען נאכנישט הגיע לחינוך, און ס'איז נישט דא קיין שום ענין זיי אפצוהאלטן!

ווי ער זאגט איז אמאל נישט געווען שייך פאר א קינד צו טון קיין מלאכות. ס'איז נישט געווען קיין לייט אנצוצינדען און ס'איז נישט געווען קיין "מוקצה טויס", די איינציגסטע מלאכות וואס איז געווען שייך ביי א קינד איז געווען ארויסטראגן, איז שוין געבליבן אזוי די מנהג...

פרעג איך דעם דיין אויב א קינד פון 5 יאר צינד אן א לייט דארף מען אים אנשרייען, זאגט ער אז ער זעט נישט פארוואס מען זאל עס טון, מען קען אים רואיג לאזן...
ס'איז יא דא א חילוק, איך האב נישט די מראי מקומות פאר מיר אבער עס דארף עפעס זיין א מדובר פון רעק"א ובכלל ווערט הוצאה אנגערופען עטליכע מאהל מקלי המלאכות וואס מ'האט שנעלער מיקל געוועהן ובכללם צו מאכן עירובין מיט שטארקע צירופי קולות
יבואו הת"ח וידינו
 
א קינד דארף בכלל נישט היטן קיין מצוות.

שבת איז דא א עקסטערע מצווה אויף די טאטע אז זיינע קליינע קינדער זאלן היטן שבת אזויווי זיין קנעכט און בהמות.
 
Back
Top