"אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. דער עירוב האט געהאט די הסכמה פון 99.9% פון די לאקאלע רבנים, אנגעפאנגען פון דעם סאטמארער רבי׳ן ביז רובו ככולו פונעם התאחדות הרבנים (חוץ איין איינציגען: הרב משה ביק). אבער במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים, ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". דריי דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש און הרב ישראל חיים מנשה פריעדמאן, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג. פון דעם גופא זעט מען אז די "סאטמארער התנגדות" צום עירוב וואס פאלגט נאך אינעם ארטיקל איז א פריש געבאקענע טעאריע.
אין תשס"ג איז פֿריש געווארן א שערוריה אין וויליאַמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואָס איז געשאַפן געוואָרן מיט דער הסכמה פון רוב רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון געציילטע יחידים, רבנים און מחרחרי ריב פונעם געגנט רוב פון די מתנגדי העירוב געהערן צו סאטמאר, וואָס זיי טענה'ן אז זיי האלטן אַז דאָס איז קעגן דער הלכה, און אַזוי אויך טענה'ן די סאַטמאַרער אידן אַז דאָס איז געווען קעגן דעם סאַטמאַרער רבינס מיינונג, און דעריבער אַזוי ווי עס איז נישטאָ קיין איין רב וואָס האָט אַ כח אויף דער שטאָט אַלס שטאָטס־רב, קען מען נישט אויפֿפּאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאַטמאַרער רבי האָט זיך אַפּאָר מאָל אויסגעדריקט פאַר זײַנע נאָנטע אַז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האָט געמאַכט אַן עירוב האָבן זיך אידן נאָך סומך געווען דערויף אַסאַך יאָרן שפּעטער ווען ער האָט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאַנג נישט געווען כשר, ווידער איז דאָ די וואָס טענה'ן און ברענגען באַווײַזן אַז די מעשה מיט מאַנהעטן איז אַרויסגעזויגן פון די פינגער פאַר פּאָליטישע חשבונות. אין וויליאמסבורג איז אבער לעכעערליך דער טענה פון שטאטס-רב וויבאלד מען האט אוועקגעשטעלט א ב"ד מיוחד פאר דעם עירוב, אזוי ווי אלע אנדערע אידישע שטעט איבער די גארער וועלט ווי ס'איז דא א ספעציעלע קאמיטעע פון רבנים און בעלי בתים וואס זענען אחראי אויפן עירוב. אויך איז נתברר געווארן אז רוב מימרות אין דעם ענין וואס מען זאגט נאך פונעם סאטמארער רבי׳ן זענען שקרים למחצה, לשליש ולרביע, אדער ארויסגענומען פון דער מכוון אזוי אויך האט דער ברך משה בפירוש געשטיצט דעם עירוב ווי עס איז נאך הערבאר אויף טעיפ, אויך זענען דא צענדליגע אידן וואס האבן דאס געהערט בשעת ער האט געשמועסט מיט רבי חיים לייב כ"ץ בשעת דער לעצטער איז געקומען איבערשמועסן וועגן דעת רביה"ק מסאטמאר, בעפאר'ן מאכן דעם בארא פארקער עירוב. אויך זענען פארהאן עטליכע גילוי דעת'ן פון תלמידי רביה"ק וואס געהערן נישט צום היינטיגער סאטמאר'ער פארטיי.
אנדערע פאַרציילן גאָר, אַ זאַך וואָס איז נישט פאַרשריבן, אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער אודווארי רב שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רבי האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר׳ אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד. ער האט געהאט די הסכמה פון רוב רבנים אין שטאט, נאר אסאך פון די רבנים האבן מורא געהאט פון מפרסם זיין זייער נעמען וועגן פחד פון די צעיושטע זעלבסט געקרוינטע קנאים.
למעשה האלטן זיך מערסטנס פון די וואס רופן זיך "סאטמארער חסידים" אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב. רובא דרובא פון די אנדערע קהילות טראגן יא מיט'ן עירוב, טראץ דעם וואס ס'איז נישט קלאר צו דאס טרעפט אויך צו רוב מענטשן. דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווילן דער עירוב, און פילן אז ס'איז נישט ערגער ווי דער עירוב פון אנדערע שטעט, נאר זיי זענען פארפירט פון דעם פאלשן שמועה אז רביה"ק איז געווען דערקעגן. פון צייט צו צייט קומען פאר צוזאמקופטן און מארשן איבער די גאסן קעגן די וואס טראגן מיטן עירוב. אויך קומט פאר א יערליך עצרת מיט דרשות פון פארשידענע רבנים. אינטערסאנט אז זיי ברענגען אלץ א פרעמדער רב צו רעדן, געווענליך א ליטווישער ראש ישיבה. דאס ווייזט אז ס'איז כמעט נישט דא קיין איין חסידישער רב וואס געהערט נישט צו סאטמאר וואס זאל מיטהאלטן דער התנגדות צום עירוב."