וויליאמסבורג עירוב

איך קום פון א אולטרא-פרומע סאטמערע היים — נעקסט לעוועל. איך בין שוין געווען א ישיבה בחור ווען דער וויליאמסבורגער עירוב האט זיך געגרינדעט. איך געדענק קלאר אז אלס קינד איז געווען א פשטות אז ביז זעקס יאר טראגט מען. הקיצור, ווי נאר דער עירוב האט זיך געגרינדעט, האט זיך אנגעהויבן א מאוומענט אז מ׳זאל נישט לאזן אינגערע קינדער שטופן די קערידזשעס, וואס איז דאמאלט געווען די נארמאל. דערנאך האט זיך עס ליידער דערקייקלט, אז קינדער טראגן בכלל נישט, אלעס בכדי להוציא מלבם — ממש א שאנדע, צו וואס די סאטמערע ״אהבת״ חנם אין אומפארגינערישקייט האט געפירט.
בארואיגט אייך!!!
נאך היינט טראגן קינדער ביז 5-6 יאר פאר זיך. אבער פארן טאטע אדער מאמע טארן זיי נישט טראגן
 
ב"ה הרב בראך מדאבשינא, האט מיך געזאגט אז קיינער האט זיך נישט גענומען די לעבן די שבת.....
 
זאגט איינער אז משיח קען שוין קומען ווייל גאנץ כלל ישראל האט געהיטן שבת די וואך

אין וויליאמסבורג האט מען נישט געטראגן

אין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין פלייטס בכלל (אל על פארט דאך קיינמאל נישט אום שבת און די וואך זענען אנדערע אויך נישט געפארן)
 
אייביג געווען אנגענומען אז קינדער אין יענע יארגאנג און אין עטליכע מקומות אפי' עלטער מעגן טראגן.
איך האב אמאל געפרעגט א דיין וואס איז פשט אז פונקט אויף טראגן האט מען מיקל געווען ביי קינדער ביז די זעקס יאר, האט ער מיר געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך

ער זאגט אז ס'האט גארנישט מיט טראגן נאר באמת איז עס אלע מצות, די קינדער זענען נאכנישט הגיע לחינוך, און ס'איז נישט דא קיין שום ענין זיי אפצוהאלטן!

ווי ער זאגט איז אמאל נישט געווען שייך פאר א קינד צו טון קיין מלאכות. ס'איז נישט געווען קיין לייט אנצוצינדען און ס'איז נישט געווען קיין "מוקצה טויס", די איינציגסטע מלאכות וואס איז געווען שייך ביי א קינד איז געווען ארויסטראגן, איז שוין געבליבן אזוי די מנהג...

פרעג איך דעם דיין אויב א קינד פון 5 יאר צינד אן א לייט דארף מען אים אנשרייען, זאגט ער אז ער זעט נישט פארוואס מען זאל עס טון, מען קען אים רואיג לאזן...
 
דאס איז גוט ווען ער טוט עס פאר זיך, אבער ווען ער טוט עס פאר א גדול איז עס יא אסור, פונקט אזוי ווי מען טאר נישט לאזן א גוי טוהן א מלאכה לצורך ישראל.
 
איך האב אמאל געפרעגט א דיין וואס איז פשט אז פונקט אויף טראגן האט מען מיקל געווען ביי קינדער ביז די זעקס יאר, האט ער מיר געזאגט אן אינטערעסאנטע זאך

ער זאגט אז ס'האט גארנישט מיט טראגן נאר באמת איז עס אלע מצות, די קינדער זענען נאכנישט הגיע לחינוך, און ס'איז נישט דא קיין שום ענין זיי אפצוהאלטן!

ווי ער זאגט איז אמאל נישט געווען שייך פאר א קינד צו טון קיין מלאכות. ס'איז נישט געווען קיין לייט אנצוצינדען און ס'איז נישט געווען קיין "מוקצה טויס", די איינציגסטע מלאכות וואס איז געווען שייך ביי א קינד איז געווען ארויסטראגן, איז שוין געבליבן אזוי די מנהג...

פרעג איך דעם דיין אויב א קינד פון 5 יאר צינד אן א לייט דארף מען אים אנשרייען, זאגט ער אז ער זעט נישט פארוואס מען זאל עס טון, מען קען אים רואיג לאזן...
ס'איז יא דא א חילוק, איך האב נישט די מראי מקומות פאר מיר אבער עס דארף עפעס זיין א מדובר פון רעק"א ובכלל ווערט הוצאה אנגערופען עטליכע מאהל מקלי המלאכות וואס מ'האט שנעלער מיקל געוועהן ובכללם צו מאכן עירובין מיט שטארקע צירופי קולות
יבואו הת"ח וידינו
 
א קינד דארף בכלל נישט היטן קיין מצוות.

שבת איז דא א עקסטערע מצווה אויף די טאטע אז זיינע קליינע קינדער זאלן היטן שבת אזויווי זיין קנעכט און בהמות.
 
לעצט רעדאגירט:
א קינד דארף בכלל נישט היטן קיין מצוות.

שבת איז דא א עקסטערע מצווה אויף די טאטע אז זיינע קליינע קינדער זאלן היטן שבת אזויווי זיין קנעכט און בהמות.
מה ענין שמיטה להר סיני, יעדע מצוה איז דא אויף די טאטע א חיוב חינוך, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא
איך האב מגיב געוועהן אז ס'איז יא דא א חילוק ומקום להקל בין לגדולים ובין לקטנים אויף די איסור הוצאה ענדרעש ווי די אנדערע ל"ח מלאכות
ליין וואס איך זיך באצויגען צו און דערנאך וואס איך האב געשריבען
 
שבת האט גארנישט מיט חינוך
עס האט יא פונקט ווי אלע מצות
אבער חינוך איז לויט רוב נאר א דרבנן משא"כ לגבי שבת איז דא א דאורייתא ⬇️
שבת איז דא א עקסטערע מצווה אויף די טאטע אז זיינע קליינע קינדער זאלן היטן שבת אזויווי זיין קנעכט און בהמות.
 
עס האט יא פונקט ווי אלע מצות
אבער חינוך איז לויט רוב נאר א דרבנן

משא"כ לגבי שבת איז דא א דאורייתא
⬇️
א קינד דארף בכלל נישט היטן קיין מצוות.

שבת איז דא א עקסטערע מצווה אויף די טאטע אז זיינע קליינע קינדער זאלן היטן שבת אזויווי זיין קנעכט און בהמות.
גארנישט מיט חינוך.
 
איינער האט א מאפע פון די וויליאמסבורג עירוב?
 
איינער האט א מאפע פון די וויליאמסבורג עירוב?
eiruv.JPG
 
היסטאריע פון עירובין אין וויליאמסבורג
ק"פ פון דא
"אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. דער עירוב האט געהאט די הסכמה פון 99.9% פון די לאקאלע רבנים, אנגעפאנגען פון דעם סאטמארער רבי׳ן ביז רובו ככולו פונעם התאחדות הרבנים (חוץ איין איינציגען: הרב משה ביק). אבער במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים, ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". דריי דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש און הרב ישראל חיים מנשה פריעדמאן, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג. פון דעם גופא זעט מען אז די "סאטמארער התנגדות" צום עירוב וואס פאלגט נאך אינעם ארטיקל איז א פריש געבאקענע טעאריע.

אין תשס"ג איז פֿריש געווארן א שערוריה אין וויליאַמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואָס איז געשאַפן געוואָרן מיט דער הסכמה פון רוב רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון געציילטע יחידים, רבנים און מחרחרי ריב פונעם געגנט רוב פון די מתנגדי העירוב געהערן צו סאטמאר, וואָס זיי טענה'ן אז זיי האלטן אַז דאָס איז קעגן דער הלכה, און אַזוי אויך טענה'ן די סאַטמאַרער אידן אַז דאָס איז געווען קעגן דעם סאַטמאַרער רבינס מיינונג, און דעריבער אַזוי ווי עס איז נישטאָ קיין איין רב וואָס האָט אַ כח אויף דער שטאָט אַלס שטאָטס־רב, קען מען נישט אויפ‏ֿפּאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאַטמאַרער רבי האָט זיך אַפּאָר מאָל אויסגעדריקט פאַר זײַנע נאָנטע אַז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האָט געמאַכט אַן עירוב האָבן זיך אידן נאָך סומך געווען דערויף אַסאַך יאָרן שפּעטער ווען ער האָט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאַנג נישט געווען כשר, ווידער איז דאָ די וואָס טענה'ן און ברענגען באַווײַזן אַז די מעשה מיט מאַנהעטן איז אַרויסגעזויגן פון די פינגער פאַר פּאָליטישע חשבונות. אין וויליאמסבורג איז אבער לעכעערליך דער טענה פון שטאטס-רב וויבאלד מען האט אוועקגעשטעלט א ב"ד מיוחד פאר דעם עירוב, אזוי ווי אלע אנדערע אידישע שטעט איבער די גארער וועלט ווי ס'איז דא א ספעציעלע קאמיטעע פון רבנים און בעלי בתים וואס זענען אחראי אויפן עירוב. אויך איז נתברר געווארן אז רוב מימרות אין דעם ענין וואס מען זאגט נאך פונעם סאטמארער רבי׳ן זענען שקרים למחצה, לשליש ולרביע, אדער ארויסגענומען פון דער מכוון אזוי אויך האט דער ברך משה בפירוש געשטיצט דעם עירוב ווי עס איז נאך הערבאר אויף טעיפ, אויך זענען דא צענדליגע אידן וואס האבן דאס געהערט בשעת ער האט געשמועסט מיט רבי חיים לייב כ"ץ בשעת דער לעצטער איז געקומען איבערשמועסן וועגן דעת רביה"ק מסאטמאר, בעפאר'ן מאכן דעם בארא פארקער עירוב. אויך זענען פארהאן עטליכע גילוי דעת'ן פון תלמידי רביה"ק וואס געהערן נישט צום היינטיגער סאטמאר'ער פארטיי.

אנדערע פאַרציילן גאָר, אַ זאַך וואָס איז נישט פאַרשריבן, אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער אודווארי רב שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רבי האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר׳ אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד. ער האט געהאט די הסכמה פון רוב רבנים אין שטאט, נאר אסאך פון די רבנים האבן מורא געהאט פון מפרסם זיין זייער נעמען וועגן פחד פון די צעיושטע זעלבסט געקרוינטע קנאים.

למעשה האלטן זיך מערסטנס פון די וואס רופן זיך "סאטמארער חסידים" אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב. רובא דרובא פון די אנדערע קהילות טראגן יא מיט'ן עירוב, טראץ דעם וואס ס'איז נישט קלאר צו דאס טרעפט אויך צו רוב מענטשן. דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווילן דער עירוב, און פילן אז ס'איז נישט ערגער ווי דער עירוב פון אנדערע שטעט, נאר זיי זענען פארפירט פון דעם פאלשן שמועה אז רביה"ק איז געווען דערקעגן. פון צייט צו צייט קומען פאר צוזאמקופטן און מארשן איבער די גאסן קעגן די וואס טראגן מיטן עירוב. אויך קומט פאר א יערליך עצרת מיט דרשות פון פארשידענע רבנים. אינטערסאנט אז זיי ברענגען אלץ א פרעמדער רב צו רעדן, געווענליך א ליטווישער ראש ישיבה. דאס ווייזט אז ס'איז כמעט נישט דא קיין איין חסידישער רב וואס געהערט נישט צו סאטמאר וואס זאל מיטהאלטן דער התנגדות צום עירוב."
 
Back
Top