לייג אריין קאלירן

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
611
רעאקציע ראטע
2,138
פונקטן
413
די זוממער איז דא, די זון שטראלט, ביימער בליען, בלומען שפראצן, און גראז וואקסט אויף יעדע ליידיגע שטח.
מ'קען ממש זעהן בחוש ווי די וועלט און די מענטשהייט לעבן אויף.
איינע פון די שטערקסטע סיבות דערביי איז א פשוט'ע זאך "קאלירן"
שטארקע קאלירן ברענגט אריין אן אויפגעלעבטקייט אין מענטשן
מ'דארף נאר זיכער מאכן אז נישט צו פארלירן ווען די זומער ענדיגט זיך

אונז לעבן אין א וועלט ווי אלעס איז מאט טונקעלערע קאלירן, אפי' א שטארקע ליכטיגע קאליר וועט מען מישן מיט אביסל שווארץ אז ס'זאל אריינבלענדן און נישט ארויסשטארצן, ווען אין פאקט וואלט געווען אסאך בעסער פארקערט.
ס'איז זייער וויכטיג פאר אונז צו זעהן שטארקע קאלירן און ספעציעל וויכטיג פאר קינדער - אזויווי אסאך שטודיעס האבן שוין אויפגעוויזן.

פארוואס זאג איך עס? ווייל ס'איז א קליינע געוואוינהייט וואס מאכט אסאך אויס.
נעקסטע מאל די קויפסט עפעס ניי פאר דיין הויז (ש'טייט זיך נאך ספירה) קוק אויב די קענסט טרעפן די זעלבע זאך אין א שטארקע קאליר, דיין גאנצע משפחה וועט ווערן מער אויפגעפרישט דערפון.

אמאל פלעגט די גאנצע וועלט זיין מער קאלירפול, מ'קען עס נאך זעהן און געוויסע יוראפיאישע שטעט, אין די נעדערלענדס איז עס אויך זייער קאמאן צו זעהן אלע קאלירן הייזער אנשטאט די טריקענע ווייס, שווארץ, גרעי אדער בעידזש טּיעם וואס איז געשעהן אין רוב אמעריקאנע סיטי'ס

אפי' אין שולן פלעגט זיין בלויע פרוכת'ן אינדערוואכן, היינט זענען שוין רוב מער ברוין-שווארץ
ספרים דעקלעך פלעגן זיין מער קאלירן

כ'האב נאך א לאנגע ליסטע צו שרייבן פון זאכן וואס פלעגן זיין מער קאלירפול און ווייברענט אבער דאס איז נישט די נקודה,

אויב די האסט א געדאנק וואס די האסט לעצטענס געטוהן אדער געוואלט טוהן צו אריינברענגן מער קאלירן אין דיין לעבן, לאז וויסן אין די שנירל פאר אלע חברים/חביבים הנאה צוהאבן
 
אפי' אין שולן פלעגט זיין בלויע פרוכת'ן אינדערוואכן, היינט זענען שוין רוב מער ברוין-שווארץ
איך בענק מיך צו די פרוכת'ן, ס'האט געהאט "פורפעל, פינקע, דארק גרין, געלע, אראדזשע," שטיינדלעך, שיין איז א אנדער סטעיטמענט..... 😂
 
היבש מאדנע דיינע בענקענישן. שוהלן זענען היינט-צאטאגס אסאאאאאאך מער קאלערפאל ווי אמאל אויף אלע מיני אופנים.

(כ'האף עטץ קויפטס איין דייקא די נייע פלאמס האט פינק סאלאטן).
 
היבש מאדנע דיינע בענקענישן. שוהלן זענען היינט-צאטאגס אסאאאאאאך מער קאלערפאל ווי אמאל אויף אלע מיני אופנים.

(כ'האף עטץ קויפטס איין דייקא די נייע פלאמס האט פינק סאלאטן).
איך דיסעגרי, איך געדענק אלץ קינד האב איך נאך געזען כל מיני אלטע שוהלן אין מאנהעטן, שיקאַגוֹ וכדו' (רוב לכוארה שטייען שוין נישט) וואס האבן געהאט טריפּי מאָזעיקס (stained glass) מיט אלע מיני קאלירען. אסאך קירכעס האבן עס נאך. היינטיגע ביתי מדרשים זענען זייער בלאַנד, באָרינג, אלץ אינספירירט פונעם פּאָסט-מאָדערניזם, ס'פעלט ספיסטעקעישין, סימעטריע, קרעיטיביטי און קאלירען. מ'קען נאך זעהן עלטערע יודען 60+ וואס האבן נאך טלית בּייטליך פונעם חתונה מיט קאלירטע בלומען.
 
Back
Top