"גיי טו עפעס מיט דיין לעבן". וואס מיינט עס?

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
469
רעאקציע ראטע
2,133
פונקטן
423
אפטמאל הערט מען דעם שלאג פראז: "גיי טו עפעס מיט דיין לעבן".

אין דעם ארטיקל אין קורצן: איך וויל וויסן די באדייט פון די ווערטער "גיי טו עפעס מיט דיין לעבן". (פארשטייט זיך נישט פון קיין רעליגיעזע פערספעקטיוו)

מען הערט דאס פון אלע סארט מענטשן און שפראכן, איך בין זיכער אז פאר יעדן מיינט עס עפעס אנדערש.

טיילמאל קומט עס צוגעטשעפעט מיט די ווערטער "גיי נעם א דזשאַבּ - טו עפעס מיט דיין לעבן". איך וואונדער זיך אלץ, וואס האט א דזשאב צו טון מיט די מטרה פון לעבן?

טעכניש קען מען אלעס אפפרעגן און אוועקמאכן, למשל אז איינער זאגט "גיי טו עפעס מיט דיין לעבן - האב חתונה שטעל אויף א שטוב". מען קען דאס צעלייגן און טענה'ן אז האבן קינדער און אויפשטעלן דורות האט נישט קיין שום טיפערע באדייט און עס איז זינלאז ביז גאר.

דאך אבער, קען מען דאס נישט צוגלייכן צו א דזשאב. א דזשאב איז בלויז א מיטל צו סערווייוון לעבן, ווערסעס פאמיליע, איז אין א געוויסע זין "לעבן זעלבסט".

וואס טוט זיך אבער מיט זאכן אינדערמיט, ווי א סייענטיסט וואס ערפינדט טעכנאָלאָגיע פארן וועלט, ער "טוט עפעס מיטן לעבן", זאגט ווער? אפשר מאכט ער חרוב? און אזוי קען מען אויף יעדע זאך צונעמען און צונעמען.

לגבי דזשאַבס, דאס איז טאקע אן ערנסטע פראבלעם וואס עי.איי. שטעלט מיט זיך אויב עס נעמט איבער רוב פונעם דזשאב מארקעט. (ווי שוין אויסגעשמועסט דא https://kraimel.community.forum/threads/a-zwnamy-ww-t-y-y-yb-rn-m-n-wnz-r-dzabs.2611/) מענטשן וועלן פארלירן זייער גאנצע "מינינג אף לייף" וואס איז היינט צוטאגס געבויט א גרויס חלק ארום דעם דזשאב.

מען קען אסאך פארברייטערן דעם פראגע (אדער תירוצים) וואס מיינט "טון עפעס מיטן לעבן". טאקע דערפאר האבן מיר דא א קלאסטער פון קרעמל שרייבער, זאך קענער און מיינונג זאגער, וואס וועלן האפענטליך ארויסהעלפן דא אינעם שנירל.
---

מיין פערזענליכע צוגאנג. איך זוך נישט צו "טון עפעס מיט מיין לעבן", איך וויל בלויז לעבן און עקספיריענסן דאס בעסטע און מערסטע שייך. זיצן מיט פאמיליע און חברים. סימפל סטאף. און אזוי אויך מער עקזאטישע עקספיריענסעס, וואטטעווער קאמס מיי וועי!
 
מען דארף אויך האבען א גאול אין לעבען ווי מען וויל אהנקומען צו א ציעל , דאס גיט אריין א חיות פון אהנגיין מיט די טאג טעגליכע מאונדעין יאהרן דורכגאנג , ( דאס איז אויסער זיצען מיט חברים, און עקזאטישע עקספיריענס- די זענען פרפראות אבער נישט אז דאס איז עס ) א גאול קען זיין א פראפעשען, א סוחר, א בויער,א ש״ס לערנער, עפעס א מקצוע וואס פאר דאס פיעלט מען זיך גאייגענט, איז פאזיטיוו און עס גיט א געשמאק מיט א חשק פאר דבר
יום ביומו .
 
למעשה מיר זיצן אין 2026 על סיר הבשר דא אין די גאלדענע אמעריקע טאקע בזכות דורות אפאן דורות וואס האבן געגעבן זייער לעבן אז דאס זאל צושטאנד קומען,

ווען מען זיצט און פארברענגט איז פאסיג צו אינזין האבן לעילוי נשמתם
 
גיי טוה עפעס מיט דיין לעבן ווערט טאקע געזאגט אין די קאנטעקסט פון נעמען א דשאב, אבער די עכטע כוונה איז: זיי פראדוקטיוו, טוה עפעס מיט דיין לעבן אנשטאט עס צו לאזן ליידיג. און טאקע אויב טוט דער מענטש עפעס פראדוקטיוו אפילו נישט אין די קאנטעקסט פון א דשאב, וועט קיינער נישט זאגן אז ער טוט נישט עפעס מיט זיין לעבן. א דשאב איז פשוט די נענסטע און געוענליכסטע ביישפיל פון 'עפעס' וואס א מענטש קיין טון. אדרבה אויב ביסטו איינער וואס קען טון מער אויף דער וועלט איז בעסער. די נקודה איז טוה עפעס - גיי נישט ליידיג.

די שרייבסט:
מיין פערזענליכע צוגאנג. איך זיך נישט צו "טון עפעס מיט מיין לעבן" איך וויל בלויז לעבן און עקספיריענסן דאס בעסטע און מערסטע שייך. זיצן מיט פאמיליע און חברים. סימפל סטאף. און אזוי אויך מער עקזאטישע עקספיריענסעס, וואטטעווער קאמס מיי וועי!
אויב די קענסט אקטיוו טון דערין אויף א פראדוקטיוו אופן, אדרבה! נארמאלע מענטשן קענען אבער נישט 'עקספעריענסן לעבן' צוועלף שעה א טאג און מען גייט באמת ליידיג.

בנוגע די ענליכע ווארט 'go get a life' דאס ווערט מער גענוצט אין די קאנטעקסט פון: זיי נישט פארנומען מיט נער'ישקייטן און גיי טרעף אמת'ע לעבן. דאס קען געזאגט ווערן פאר איינער מיט א דשאב פונקט אזוי...

לסיכום: טוה עפעס מיט דיין לעבן מיינט גיי נישט ליידיג. אבער עס מיינט נישט אז נאָכן האבן א דשאב האט ער לעבן - ווי @צוזאמגעדרייט ברענגט ארויס, און מען קען אים נאכאלץ זאגן Get a life.

כנלע''ד.
 
גיי טוה עפעס מיט דיין לעבן ווערט טאקע געזאגט אין די קאנטעקסט פון נעמען א דשאב, אבער די עכטע כוונה איז: זיי פראדוקטיוו, טוה עפעס מיט דיין לעבן אנשטאט עס צו לאזן ליידיג.
אויב איך קויף א קאנטענער שפילצייג פון טשיינע און איך פארקויף עס פאר דאפלט.הייסט עס איך האב געטון עפעס מיט מיין לעבן? פראדוקטיווע פאר וועם?

פארוואס איז עס בעסער ווי זיצן ליידיג? (אויב למשל איינער האט געניג געלט)
 
קיינער האט נישט באמת קיין השגה פארוואס, פאר וועמען און פאר ווען "לעבן" איז געמאכט געווארן.
דערפאר לייגט מען אריין אזויפיל כוחות אין די קינדער, מיט דער האפנונג אז איין טאג, אפשר, אין טויזנט יאר ארום, וועט אויפשטיין א חכם וואס וועט איינמאל פאר אלעמאל אויספיגערן לייף, און פאר אים האבן מיר געארבעט אלע יארן...

דאס איז וויאזוי איך געב מיך אן עצה מיט מיין עקזיסטענץ, נעמליך, איך לעב יעדן טאג מיט דער חשש אז אויב איז פארט פארהאן עפעס מיענינג out there, זאל איך צושטייער געבן מיין טייל דערין.
 
ווען מ'זוכט מינינג אין לעבן מיט שכל קומט ארויס קהלת
אבער ווען מ'זוכט עס אין הארץ קומט ארויס שיר השירים
 
ווען מ'זוכט מינינג אין לעבן מיט שכל קומט ארויס קהלת
אבער ווען מ'זוכט עס אין הארץ קומט ארויס שיר השירים
נו וואס זאל טון דער חב״ד ייד וואס דארטען לערנט מען
אז מוח שליט על הלב - ער בלייבט מיט הבל הבלים הכל הבל ?
 
אויב איך קויף א קאנטענער שפילצייג פון טשיינע און איך פארקויף עס פאר דאפלט.הייסט עס איך האב געטון עפעס מיט מיין לעבן? פראדוקטיווע פאר וועם?

פארוואס איז עס בעסער ווי זיצן ליידיג? (אויב למשל איינער האט געניג געלט)
(ס'איז מיר אן אלטער קלער אז די וואס פליפען פראפערטיס פאר א ליווינג זענען לכאו' בכלל משחקין בקוביא וואס זענען נישט עוסק ביישובו של עולם, דערנאך האב איך געקלערט אז די זעלבע לכאו' איז מיט סטאק טרעידערס, אבער למעשה מיין איך אז ס'איז נישט אזוי, ווייל למשל די סטאק טרעידערס זענען די וואס געבן ווערד פאר די קאמפאניס און וואלוטע, ועדיין צ"ע ווייל איך פארשטיי נישט ממש וויאזוי דעי זאכן ארבעטן. עכ"פ אבער ווען ס'קומט צו ריטעיל איז עס זיכער עוסק ביישובו של עולם, והראיה דיין קאסטומער קויפט פון דיר און באשטעלט נישט אליין פון טשיינע!)
 
נו וואס זאל טון דער חב״ד ייד וואס דארטען לערנט מען
אז מוח שליט על הלב - ער בלייבט מיט הבל הבלים הכל הבל ?
און וואס זאלן מיר טוהן אז מיר זענען אלע טרענירט געווארן פון די ווינדלען צו פארשטאפן דאס הארץ? אפגעזען צי מיר באלאנגען צו חב"ד.
 
און וואס זאלן מיר טוהן אז מיר זענען אלע טרענירט געווארן פון די ווינדלען צו פארשטאפן דאס הארץ? אפגעזען צי מיר באלאנגען צו חב"ד.
פארדעם זיצן מיר דא און שפעקלירן אויב ס'איז בכלל דא א שכלדיגער סיבה וואס זאל בארעכטיגן אונזערע ליידענישן פון לעבן מיט א פארשלאסענער הארץ 🥺

דער וואס פארמאגט נאר א האמער זעט יעדער זאך ווי א נאגל
אפשר איז מינינג אין לעבן נישט קיין נאגל וואס באדארף חשבונות נאר ענדערש אן עקספיריענס פון עקזיסטירן און שפירן
 
און וואס זאלן מיר טוהן אז מיר זענען אלע טרענירט געווארן פון די ווינדלען צו פארשטאפן דאס הארץ? אפגעזען צי מיר באלאנגען צו חב"ד.
משלי זאגט-מכל משמר נצור לבך- האב איך געהערט א טייטש אז משמר מיינט א תפיסה (ווי מען טרעפט ביי יוסף) און ער זאגט דא, אפצוהיטען דעם ♥️ לב ער זאל נישט אריינפאלען אין א תפיסה , ענדליך צו דעם לשון אין
רמב״ם - אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה .
 
(ס'איז מיר אן אלטער קלער אז די וואס פליפען פראפערטיס פאר א ליווינג זענען לכאו' בכלל משחקין בקוביא וואס זענען נישט עוסק ביישובו של עולם, דערנאך האב איך געקלערט אז די זעלבע לכאו' איז מיט סטאק טרעידערס, אבער למעשה מיין איך אז ס'איז נישט אזוי, ווייל למשל די סטאק טרעידערס זענען די וואס געבן ווערד פאר די קאמפאניס און וואלוטע, ועדיין צ"ע ווייל איך פארשטיי נישט ממש וויאזוי דעי זאכן ארבעטן. עכ"פ אבער ווען ס'קומט צו ריטעיל איז עס זיכער עוסק ביישובו של עולם, והראיה דיין קאסטומער קויפט פון דיר און באשטעלט נישט אליין פון טשיינע!)
די וואס פליפען קען מען אויך זאגען אז זיי העלפען ארויף
צושרויפען די וועליו פון די פראפערטיס לטובת הבעלים
פון אנדערע פראפערטיס,ממילא האבן זיי מער עקוויטי
וואס מען קען יוטילייזען לעת הצורך מיט פיינענעס אדער מכר , עס איז טאטאל אהקעי, ביז ווילאנג מען גייט נישט מיט ערמה און שקר -יד חרוצים תעשיר
 
אויב איך קויף א קאנטענער שפילצייג פון טשיינע און איך פארקויף עס פאר דאפלט.הייסט עס איך האב געטון עפעס מיט מיין לעבן? פראדוקטיווע פאר וועם?

פארוואס איז עס בעסער ווי זיצן ליידיג? (אויב למשל איינער האט געניג געלט)
גוטע שאלה. איך וואלט געזאגט אז עס איז פראדוקטיוו ווייל די וועלט לויפט אויף געלט, איז ווען די האסט געמאכט געלט האסטו אויפגעטון עפעס פראדוקטיוו.

אבער מער פון דעם, למעשה האסטו עפעס געטון. ווען די גייסט ליידיג טוסטו גארנישט.

און דיע וועלט ווען מען טוט נישט גארנישט ווערט מען פארשימלט, דאס איז סיי ביי מענטשן און סיי ביי יעדע נברא. אלעס וואס איז אין די בריאה איז אקטיוו. דאס איז איינער פון די חוקי הבריאה. ממילא זאגט מען פאר א מענטש, טוה עפעס מיט דיין לעבן - ווער נישט פארשימלט.
 
Back
Top