די חסיד'ישע שידוכים סיסטעם: קראנק, משוגע, און אוממענטשליך!

רבי יוחנן האט דאך געזאגט פאר יענעם תלמיד וואס האט מפקפק געוועהן אויף זיינע דרשות -אילמלא ראית לא האמנת מלגלג על דברי חכמים אתה- נאמנים דברי
חכמים - מיט די הקדמה לאזט זיך זאגען -אז מען זעהט
פון דיין עקספיריענס -זווג שני לפי מעשיו - עס האטדיר געגעבען די מוט און די דרייוו און האסט געטון צו דער זאך מיט א ריכטיגע עטיטוד און בקשת אמת
און עס האט זיך געענדיגט מיט הצלחה - בברכה והצלחה -ממך ילמדו וכן יעשו .
א הייסע דאנק, פארן מיט פילען. לשון קודש ווערטער קען איך נישט אזוי גיט, און וואס מיינט לפי מעשי ווייס איך אויך נישט, נאר וואס איך ווייס יא איז אז עס קימט זיך פאר יעדן צו פילן גיט און האבן א גיטע לעבן, און אויב איינער האט נישט איז עס זיין אייגענע שילד, נישט זיינע עלטערן נישט זיין שותף און נישט זיינע קינדער, בשבילי נברא העוללם מיט אלעס וואס איז דא און איר, ממלא ניץ איך עס.
מיין ברודער זאגט מיט אז ער האט געזאגט פאר זיין מאמע נאכן כאפן א פסק, מאמי פארוואס האסטו מיר נישט מפיל געווען? אויב האסטו אזויפיל צער פון מיר האסטו יעמאלס געדארפט טון דאס ריכטיגע, און זו האט זיך גענומען וויינען,
איך טראכט צי מיר, איך טו און גיי ווי אזוי מיין הארץ באגערט און איך הער נישט קיין פסוקם און ווען יא וואלט מיר דאס אויך נישט אן געגאנגען, ווייל זו מעג זאגן וואס זי וויל און איך האב מיין רעכט צו טון ווי אזוי איך וויל, והכל על מקומו יבוא בשלום, איך וועל אייבוג זיין און אייבוג בלייבן נישט קיין חילוק וואס מען זאגט,
 
נאכן אדורך גיין א גט, און קומען צו זיך, האב איך אנגעהויבן אויספרעגן א יעדע גרוש גרישה, וואס איך טרעפ נאר אן, דברים שבינו לבינה, יודען און גוים צוגלאך, אחוץ וואס איך זעי אז די אלע גיט'ן האבן כמעט גארנישט צוטען וועגן די שדוכם סיסטעם, נאר מיט א יעדם'ס EMOTOINL STAGH און אז איך וואלט ווען געקענט לעבן מיט א יעדע נקיבה, איז אבער אויך אינטערסאנט צו זעין אז 80% יודען וואס איך קען און האבן זיך נישט געגט האבען נישט קיין שלום בית, דאס מיינט אצוזאמען לעבן, פון אחדות ליבע טראסט און שעצוג, און פון די וואס גט'ן זיך איז ווייל זיי דארפן עס זייער שטארק און ווייסן פשוט נישט ווי אזוי עס צו באקומען, און ביים צווייטען דריטען מאל האבען זיי די זעלבע פראבלעם, ביי גוים איז די פראבלעם אסאך ערגער עס איז וויינגער ווי 1% וואס ווייסן ווי אזוי צו לעבן,
למעשה איז נאך די בעסטע וועג פון לעבן די חסודשה וועג אפילו איך האב נישט געוואלט,
פונקט ווען די קויפסט א קאמפיטער קימט עס מיט 500 ווארענונגען וואס מען טאר נישט טון מיט עס כדי עס זאל זיך נישט צוברעכן אין קיינער רעגט זיך נישט און קאמפעני פארוואס זיי צוימען איין די מענשהייט די זעלבע איז מיט די תורה, עס איז נישט קיין סטראשע עס איז א גיטע עסטבלישמענט א נחת פון א גיטע לעבן, אויב עפעס ארבייט נישט ביי דיר ווייל די וויייסט נישט ווי אזוי עס צי טון, טו נישט די טיסט קיינעם נישט אפ און לאז געמאכט יענעם
 
אחוץ וואס איך זעי אז די אלע גיט'ן האבן כמעט גארנישט צוטען וועגן די שדוכם סיסטעם, נאר מיט א יעדם'ס EMOTOINL STAGH
דאס איז א שיטה אן קיין באווייז.

א מענטש קען זיין אין א געזונטע פלאץ עמאושענעלי אבער נאכאלץ זיין מיזרעבעל מיט א פארטנער וואס פאסט נישט.
אויסמישן די יוצרות איז נישט קיין אבזערוואציע, ס'איז א טעאריע.

און איך וואלט ווען געקענט לעבן מיט א יעדע נקיבה
אויב יעדער געזונטער מענטש קען לעבן מיט יעדן געזונטן פארטנער, פארוואס זוכט מען בכלל א ספעציפישן שידוך? פארוואס נישט די ערשטע וואס קומט אונטער? די פאקט אז דו אליין האסט אויסגעקליבן ספעציפיש "א שיינע גוטע הייסע ציענדיגע וואס איז צו געפאסט פאר מיין נאטור", נישט סתם אז זי איז עמאציאנעל געזונט — ווייזט אז דו אליין גלייבסט נישט וואס דו זאגסט דא.

מיר האט מען אויך חתונה געמאכט מיטן פלאן איך גיי זיין דער דיין אליינס, געוואוינט מיט א מכשפה פאר לאנגע יארן און געשאלטן אויפן סיסטעם מיט לענגערא לאזינגען ווי דיר.
דאס איז עווידענס אז די מעטשינג סיסטעם האט נישט געארבעט פאר דיר. אבער דו ברענגסט עס אלס באווייז אז די איינציגסטע סיבה איז עמאציאנעלע פראבלעמען??

זיך צי אויסוועלן א נייע שיינע גיטע הייסע צונעדיגע וואס איז צו געפאסט פאר מיין נאטור איז געווען זייער געשמאק און איך האב ב"ה א גלוקלעכע לעבען מיט אלעס ארום
פונקט אזוי. דו האסט אויסגעקליבן עמיצן באזירט אויף ווי זי קוקט אויס, איר פערסאנאליטי, און צו זי פאסט פאר דיין נאטור.

איז אבער אויך אינטערסאנט צו זעין אז 80% יודען וואס איך קען און האבן זיך נישט געגט האבען נישט קיין שלום בית, און פון די וואס גט'ן זיך איז ווייל זיי דארפן עס זייער שטארק און ווייסן פשוט נישט ווי אזוי עס צו באקומען
80% 🤯
דאס איז א שאקינג נאמבער...
דו ברענגסט א פאקט וואס שלאגט די סיסטעם מער ווי עניטינג!

ביי גוים איז די פראבלעם אסאך ערגער עס איז וויינגער ווי 1% וואס ווייסן ווי אזוי צו לעבן,
למעשה איז נאך די בעסטע וועג פון לעבן די חסודשה וועג אפילו איך האב נישט געוואלט,
אז די סעקולאר וועלט האט א מערידזש קריזיס מאכט עס נישט די חסידישע סיסטעם זיין ריכטיג. די סעקולאר קריזיס קומט פון גאנץ אנדערע סיבות. וואלועס, אטאמיזאציע, דעיטינג עפס, עקאנאמישע דרוק. אז איין סיסטעם האט פראבלעמען איז נישט קיין באווייז אז די אנדערע ארבעט.

אויב עפעס ארבייט נישט ביי דיר ווייל די וויייסט נישט ווי אזוי עס צי טון
מיט אזא לאגיק קען די סיסטעם קיינמאל נישט פעלן, ווייל יעדע חיסרון ווערט אריבערגעלייגט אויפן יחיד. ס'איז א וועג זיך אויסצומיידן פון בכלל בודק זיין די סיסטעם.

די אלע נקודות זאגט נאר אז דו ביסט אדורך אסאך פיין, און האסט געטראפן דיין גליק דורכן אויסקלויבן קעמיסטרי און פיט, און דו האסט אריין געלייגט א אידעאלאגיע וואס גייט נישט צוזאמען מיט וואס דיין אייגענע ערפארונג זאגט.
איך וואונטש דיר א גוטע לעבן, אבער דיין מסקנא אז די חסידישע סיסטעם איז די בעסטע, דיין לאגיק האלט זיך נישט.
 
Back
Top