- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 818
- רעאקציע ראטע
- 3,360
- פונקטן
- 413
0:25איך קען באמת נישט די סוגיא, די פאלעמיק, און די מציאות.
איך פרעג נאר (אביסל רעטאריש), לכאו' קען איך ארומנעמען א קליין שטח מיט א צורת הפתח און די גאנצע וועלט האט יעצט אן עירוב?! ווייל פון א געאמעטריקעל פערספעקטיוו איז דאך נישט קיין חילוק צו איך נעם ארום גאנץ אמעריקע אדער די גאנצע וועלט אויסער אמעריקע - ביידע קענען ווערן אנגעקוקט ארומגענומען מיט דעם זעלבן שטיקל שטריק. (אביסל אזויווי מאכן די גאנצע יאר חול המועד צווישן ט' באב מיט י"ז תמוז אנשטאט פארקערט, וד"ל).
מיין נקודה איז אז מאכן אזא גרויסע עירוב שטומט עפעס נישט מיט די וועג וויאזוי איך פארשטיי די עטאס פון עירוב, אבער קען זיין איך בין מיך טועה..
View: https://x.com/YonatanGruber/status/1927938191367021046