- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,033
- רעאקציע ראטע
- 4,729
איז עס נישט מאדנע? ביי כלל ישראל איז אלעמאל געווען אנגענומען צו פרעגן, אדרבא מ׳האט encouraged צו פרעגן! אבער זייט מ׳האט צענזורירט אונזער מסורה האט מען אונז איינגעבאקן אז דו מעגסט נאר פרעגן וואס רבינו תם פרעגט וכד׳
מיינס א קרוב א מאדערנער, פלעגט זיך אלעמאל בארימען אז די אידישע רעליגיע איז די איינציגסטע וואס לאזט און איז מחזק אלעמאל צו פרעגן קשיות
פסח, די יו׳׳ט פון איינבאקן אמונה אין אונז און אונזערע דורות, וואס איז די פאקוס? אנטון א קיטל, טינקען כרפס, מאכן ״מאדנע״ זאכן פארוואס? כדי די קינדער זאלן פרעגן. וואס פעהלט עס אויס? ווייל דרש׳ענען צו איינעם וואס איז נישט אינטרעסירט גייט אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע.
אבער ווען דו פלאנצט איין א נייגעריגקייט אין די נושא, ווילט זיך הערן נאך! און דעמאלס ווען יענער פרעגט שוין איז טאקע זיין הארץ אפן צו הערן