קשיות - נייע ליד פון שלומי ברנשטיין

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,033
רעאקציע ראטע
4,729
View: https://youtu.be/tP_Sgtf5NYQ?si=evUuhx4DdBbXBAzf

איז עס נישט מאדנע? ביי כלל ישראל איז אלעמאל געווען אנגענומען צו פרעגן, אדרבא מ׳האט encouraged צו פרעגן! אבער זייט מ׳האט צענזורירט אונזער מסורה האט מען אונז איינגעבאקן אז דו מעגסט נאר פרעגן וואס רבינו תם פרעגט וכד׳

מיינס א קרוב א מאדערנער, פלעגט זיך אלעמאל בארימען אז די אידישע רעליגיע איז די איינציגסטע וואס לאזט און איז מחזק אלעמאל צו פרעגן קשיות

פסח, די יו׳׳ט פון איינבאקן אמונה אין אונז און אונזערע דורות, וואס איז די פאקוס? אנטון א קיטל, טינקען כרפס, מאכן ״מאדנע״ זאכן פארוואס? כדי די קינדער זאלן פרעגן. וואס פעהלט עס אויס? ווייל דרש׳ענען צו איינעם וואס איז נישט אינטרעסירט גייט אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע.

אבער ווען דו פלאנצט איין א נייגעריגקייט אין די נושא, ווילט זיך הערן נאך! און דעמאלס ווען יענער פרעגט שוין איז טאקע זיין הארץ אפן צו הערן
 
נישט צו פארמישן פון דיין פאוינט
אבער איך בין אביסל דיסעפוינטעד אין די ניגון, געווענליך איז ער אסאך מער Smooth און זייער ב'טעם'ט אויסצוהערן
 
איך האב אויך געפילט אס עפעס פעלט, ביז איך האב געכאפט אז עס איז נישט קלאר די ווערטער וואס ער זאגט ווייל עס איז צי פראצעסירט, איינמאל איך האב געליינט די ווערטער אין די דעסקריפציע און דערנאך עס איבערגעהערט איז מיר צוריק געקומען די געשמאק.
 
לעצט רעדאגירט:
סארי אבער די בעקראונד מוזיק געפעלט מיר נישט
 
איך האב אויך געפילט אס עפעס פעלט, ביז איך האב געכאפט אז עס איז נישט קלאר די ווערטער וואס ער זאגט ווייל עז איז צי פראצעסירט, איינמאל איך האב געליינט די ווערטער אין די דעסקריפציע און דערנאך עס איבערגעהערט איז מיר צוריק געקומען די געשמאק.
א דאנק פאר׳ן מיר לאזן וויסן אז ס׳שוין דא די ווערטער אין די דעסקריפציע (ווען איך האב ארויפגעשטעלט דעם קליפ איז עס לכאורה נאכנישט דארט געווען) אפילו די ביסל וואס כ׳האב נישט פארשטאנען האט נישט אוועקגענומען די טעם פון וואס כ׳האב יא: די לעצטע חלק ווילט זיך אזוי איבערהערן
on a loop
די הארצרייסנדע ״טאטע לעבן איך האב פאר דיר קשיות״

און יעצט, אז איך האב שוין די חלק וואס האט מיר געפעהלט -די ווערטער זענען ענדליך אלע אריינגעפילט - איז די עפרישיעישן פאר׳ן ניגון אסך מער געשטיגן ביי מיר
 
לעצט רעדאגירט:
דרייב ביטע
 
א געוואלדיגע ניגון דא האט עטס די ליריקס

טאטע לעבן
איך וויל דיר פרעגן קשיות
נישט קיין עד מתי
איך ווייס אפילו נישט אליין
טאטע לעבן איך וויל דיר פרעגן
קשיות
נישט קיין מה נשתנה
איך האב אפילו נישט קיין אנונג
טאטע לעבן איך וויל דיר פרעגן קשיות

געפרעגט האב איך פארוואס מ׳טאר נישט
גענטפערט האט מען גארנישט
ווייל פרעגן טאר מען אויך נישט
ביי אונזערע שטובער
און טאקע דעריבער
אוי בין איך אריבער וואס איך בין אריבער

געוואלט האב איך פארשטיין
די ווערטער וואס איך ליין וואס מיינט
און אויך ביז היינט
אין מיינע וועגן טוה איך פרעגן מיינע מענטשן
און זיי טוען קרעכצן
אז אין טיפע כוואליעס פון אלע שווערע שאלות
קען מען נישט אלעס פארשטיין.

טאטע לעבן איך וויל דיר פרעגן קשיות.

טאטע לעבן
איך וויל דיר פרעגן
וואס איך וויל דיר פרעגן
שוין א גאנצן לעבן

איך ווייס ביי דיר א סדר נאכט
איז יעדע אנדער נאכט
און דו טוישט עס
און דו מאכסט עס
אז אונז זאלן פרעגן
ווי מער קשיות

טאטע לעבן איך האב פאר דיר קשיות
 
WOW איך ווער משוגע פון זיינע ניגונים ער איז א אור

געטראפן האב איך נאך א ניגון פון עים אויך פון פסח און גאר שטארק טעראפיוטיק

View: https://youtu.be/ooNDUZ8YgNA?si=E-VYKB5FiiGEKnoZ
 
View: https://youtu.be/tP_Sgtf5NYQ?si=evUuhx4DdBbXBAzf

איז עס נישט מאדנע? ביי כלל ישראל איז אלעמאל געווען אנגענומען צו פרעגן, אדרבא מ׳האט encouraged צו פרעגן! אבער זייט מ׳האט צענזורירט אונזער מסורה האט מען אונז איינגעבאקן אז דו מעגסט נאר פרעגן וואס רבינו תם פרעגט וכד׳

מיינס א קרוב א מאדערנער, פלעגט זיך אלעמאל בארימען אז די אידישע רעליגיע איז די איינציגסטע וואס לאזט און איז מחזק אלעמאל צו פרעגן קשיות

פסח, די יו׳׳ט פון איינבאקן אמונה אין אונז און אונזערע דורות, וואס איז די פאקוס? אנטון א קיטל, טינקען כרפס, מאכן ״מאדנע״ זאכן פארוואס? כדי די קינדער זאלן פרעגן. וואס פעהלט עס אויס? ווייל דרש׳ענען צו איינעם וואס איז נישט אינטרעסירט גייט אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע.

אבער ווען דו פלאנצט איין א נייגעריגקייט אין די נושא, ווילט זיך הערן נאך! און דעמאלס ווען יענער פרעגט שוין איז טאקע זיין הארץ אפן צו הערן
איך האב געשיקט דעם ליד צו א חבר וואס הייסט גראדע אויך שלמה, און דאס איז זיין רעאקציע (מיט רשות טייל איך עס מיט דא) איך האב ליב זיין ברכה ביים סוף
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 63795A9C-ED66-48BE-8314-D152E2AE9FA1.jpeg
    63795A9C-ED66-48BE-8314-D152E2AE9FA1.jpeg
    337.5 KB · געזען: 36
איז עס נישט מאדנע? ביי כלל ישראל איז אלעמאל געווען אנגענומען צו פרעגן, אדרבא מ׳האט encouraged צו פרעגן! אבער זייט מ׳האט צענזורירט אונזער מסורה האט מען אונז איינגעבאקן אז דו מעגסט נאר פרעגן וואס רבינו תם פרעגט וכד׳
ווען מ'האט זיך אנגעהויבן טרעפן מיט קשיות וואס האבן נישט קיין צופרידנשטעלנדע תירוצים, האט מען געמוזט נעמען א נייע גאנג.
 
דאכטצעך ער וויל פשוט ארויסברענגען אז מיט אידישקייט האט עס נישט, דאס איז נאר זינט מ׳האט גע׳גנב׳עט די נאמען אידישקייט און עס ארויפגעפאקט אויף די חרדישע-קולטישע מהלך אין וואס אסך פון אונז זענען געפאנגען געווארן זינט געבורט.
אין אנדערע ווערטער: ס׳פארקערט פון אונזער מסורה

*אין די צייטן פון חז״ל און רמב״ם זענען געווען איבער גענוג שאלות וואס זענען אומבאקוועם געווען & מ׳האט זיך געמוטשעט דערמיט, אבער די מנהיגי ישראל האבן נישט געהאט דעי קביעות פון פירן זיך ווי די בת היענה וואס שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד און מיינט דער שונא איז פארשווינדן ווען זי זעהט אים שוין נישט…
 
דאכטצעך ער וויל פשוט ארויסברענגען אז מיט אידישקייט האט עס נישט, דאס איז נאר זינט מ׳האט גע׳גנב׳עט די נאמען אידישקייט און עס ארויפגעפאקט אויף די חרדישע-קולטישע מהלך אין וואס אסאך פון אונז זענען געפאנגען געווארן זינט געבורט.
אין אנדערע ווערטער: ס׳פארקערט פון אונזער מסורה

*אין די צייטן פון חז״ל און רמב״ם זענען געווען איבער גענוג שאלות וואס זענען אומבאקוועם געווען & מ׳האט זיך געמוטשעט דערמיט, אבער די מנהיגי ישראל האבן נישט געהאט דעי קביעות פון פירן זיך ווי די בת היענה וואס שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד און מיינט דער שונא איז פארשווינדן ווען זי זעהט אים שוין נישט…
פונקט אזוי

שכויעך. @אנטוישטער יונגערמאן פארן עס אזוי גוט ארויסברענגן
 
Back
Top