- זיך איינגעשריבן
- מאי 18, 2025
- מעסעדזשעס
- 516
- רעאקציע ראטע
- 2,055
- פונקטן
- 413
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.
אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?
די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...