קורצע ביאגראפיעס איבער חזנים

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,590
רעאקציע ראטע
11,489
פונקטן
1,943
די לעצטע פאר יאר , יעדעס מאל ס'קומט די ימים נוראים זוך איך צו קאננעקטן מיט עפעס וואס ציעט מיינע אינטערעסן, במילא הער איך אויס און מאך ריסוירטש אויף חזנים פון אמאל. נישט ווייל איך גלייך עפעס זייער שטארק דאס עצם חזנות (איך האב עס נישט פיינט) נאר ווייל איך גלייך מוזיק (אלע מינע נישט קיין חילוק די זשאנער) און איך גלייך היסטאריע, און מיט דעם קומט זיך מוזיק און היסטאריע צוזאם.

ס'האט זיך מיר געמאכט א היבשע ליסטע פון חזנישע פערזענליכקייטן, הגם סאיז מן הסתם א טיפה מן הים, האב איך באשלאסן צו מיטטיילן דא. פאר ווער ס'וויל זיך אמאל באקענען מיט די אמאליגע לייבן, ווי אויך היינטיגע.

בעיקר דעקט די ליסטע די "גאלדענע יארן פון חזנות", דאס הייסט פון אנהייב צוואנציגסטן יארהונדערט, ווען ס'איז געווארן א מעגליכקייט צו רעקארדירן, ביז די צווייטע האלב פון צוואנציגסטן יארהונדערט ווען פאפולערע מוזיק האט איבערגענומען רעקארדירונגען.

ווער ס'ווייסט פון נאך זאל פארשטייט זיך אנרופן זיך, און איך וועל כסדר אפדעיטן די ליסטע.

ווי אויך קען סיי ווער אויסוועלן פון די ליסטע, און מאכן מער ריסוירטש ווי א פשוט'ע וויקיפעדיע, און באשרייבן אין אן עקסטערע תגובה. מיט די צייט וועט דאס קענען דינען ווי אן אוצר פון אינפארמאציע איבער אמאליגע חזנים.

דאס קען אינטערסירן אפי' איינער וואס האט נישט ליב חזנות אבער האט ליב היסטאריע פון די שואה, ראשית יארן אין אמעריקע, אלטער היים, וכו', וויבאלד אסאך פון די פערזענליכקייטן האבן דורכגעלעבט די צייטן און געווען פרישע אימיגראנטן אין אמעריקע.

העֶפּי ליסטענינג.


אלתר יחיאל קרניאול
יוסלע ראזנבלאט
גרשון סירוטה
משה אוישער
מרדכי הערשמאן
מיילעך קויפמאן (יוסעלע'ס שוואגער)
לייבעלע גלאנץ
זאנוויל קווארטין
פנחס פינטשיק
שמואל ויגודה
דוד רויטמאן
בערעלע חגי
יוסף שליסקי
זיידל ראוונער
יעקב ראפאפארט
ישעיה מייזעלס
אריה לייב ראטמאן (ביאגראפיע אין דעסקריפציע פון ווידעא)
משה גנטשוף
משה קוסביצקי
יהושע ווידער
Richard Tucker
ישראל שור
לייבעלע וואלדמאן
נפתלי הערשטיק
משה שטערן
משה טאובה
אורי פרענקל

Alberto Mizrahi
בנציון מילער
יענקי לעמער
יצחק מאיר העלפגאט
 
לעצט רעדאגירט:
אלץ א זעלבסט דערקלערטער מבין, האב איך זייער ליב העלפגאט. ווייל מיט עם בין איך אויפגעוואקסן און איך קען יעדע קנייטש און דריי זיינע.
🎶הללו הללו הללו🎶
 
ישעיה מייזעלס
נישט געטראפן אין ערגעץ קיין ביאגראפיע אויף איהם (זייער אסאך חזנים איז נישט באוואוסט זייער פרטים).

אבער איך האב איהם געטראפן צוויי מאל אין דער מאָרגן זשורנאַל.

1.
ערב יום כיפור אקטאבער 1924
1000475360.webp

(מערקט די ארטיקל אינמיטן בלאט, איבער א שולע וואס האט אויסגעארבעט א פשרה מיט די עלטערן אז זיי וועלן נאר שלאגן מיטן "קאנטשיק" די קינדער פון עלטערן וואס זענען מסכים.)

2.
פון ערב יום כיפור אקטאבער 1918
1000475377.webp

(מערקט די גאנצע בלאט ארום, אז ס'איז געווען א סטרייק פון די שוחטים אין די איסט סייד, און ס'איז נישט געווען קיין כשר'ע טשיקענס צו באקומען.)
 
און װאס? זײ סטרײקן נאכאלס..
 
סירוטה איז נעבעך געשטארבן אין װארשע געטא בשעת די אָפרײזינג קעגן די נאציס.
 
אלץ א זעלבסט דערקלערטער מבין, האב איך זייער ליב העלפגאט. ווייל מיט עם בין איך אויפגעוואקסן און איך קען יעדע קנייטש און דריי זיינע.
🎶הללו הללו הללו🎶
הללו איז ווייט נישט קיין חזנות ניגון..
 
וועל, עס ווענד זיך ווער סע זינגט עס.
 
Back
Top