קיין פלאץ אין דער וועלט איז נישט אזוי עקספלאזיוו ווי הר הבית

ס'איז נישט ממש אז ס'איז סה"כ א קליינע פראצענט ראדיקאלע, ס'איז דא אסאך וואס האלטן אז מ'מעג נישט נאר ר' דוב ליאור, דא ברענג איך דיר א ליסטע פון די אלע רבנים וואס זענען מתיר:
הרב ישראל אריאל, הרב משה ביגל, הרב אליהו בלום, הרב יצחק ברנד, שלום גולד, הרב אבי גיסר, הרב אוריאל גנזל, הרב שמואל דוד, הרב דוד דודקביץ', הרב צפניה דרורי, הרב רא"ם הכהן,הרב ארל'ה הראל, הרב אליעזר ולדמן, הרב אליהו רחמים זייני, הרב איל יעקובוביץ', הרב אלישמע כהן, הרב נחמן כהנא, הרב אליקים לבנון, הרב יצחק לוי, הרב חיים לויק, הג"ר דב ליאור, הרב יעקב מדן, הרב מנחם מקובר, הרב צבי עידן, הרב בן ציון עמר, הרב יוסף פלאי, הרב יאיר פרנק, הרב משה צוריאל, הרב בנימין יוסף קלמנזון, הרב יהודה קרויזר, הרב שלמה רוזנפלד, הרב משה אליעזר רניבוביץ, הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ, הרב חיים רטיג, הרב שלמה ריסקין, הרב יהודה שביב, הרב שלמה שושן, הרב דניאל שילה, הרב יצחק שילת, הרב יהודה שלוש, הרב יהושע מרדכי שמידט, הרב אליעזר שנקולבסקי, הרב יצחק שפירא.
דאס איז נישט ממש געציילטע ראדיקאלע...
רעד צו סיי וועלכע מזרחיסט וועט ער דיר זאגן עס איז א קליינע פראצענט, איך האב שוין געפרעגט עטליכע
ר' דוב ליאור האב איך אנגעכאפט ווייל ער איז א מנהיג מיט אסאך השפעה נישט עפעס א קליינער רב
 
צו זאגן אז מ'טאר נישט ארויף גיין אויף די הר הבית, איז אן איסור דאורייתא!
(ולפי המבואר בספה''ק ויואל משה, איז עס ביהרג ואל יעבור)

נישט דא אזא הלכה אז מ'מעג נישט ארויף גיין!

נאר מ'קען מאכן אן פרישע גדר צו וואס, אז מ'זאל זיך מונע זיין, אבער אסור איז עס נישט!
הר הבית איז אסור צו אריינגיין בטומאת הגוף ובמקום המקדש איז אסור פאר א טמא מת אן אפר הפרה
 
רעד צו סיי וועלכע מזרחיסט וועט ער דיר זאגן עס איז א קליינע פראצענט, איך האב שוין געפרעגט עטליכע
ר' דוב ליאור האב איך אנגעכאפט ווייל ער איז א מנהיג מיט אסאך השפעה נישט עפעס א קליינער רב
איך ווייס נישט צי וועמען די האסט גערעדט אבער עד כמה וואס איך ווייס פון זיך דרייען איו גבעת שמואל פאר קרוב צוויי יאר פארשטיי איךאז איז א ריזיגע פראצענט
 
הלכה ב: ואי זו היא יראתו לא יכנסאדם להר הבית במקלו או במנעלשברגליו או באפונדתו או באבקשעל רגליו או במעות הצרורין לובסדינו ואין צ"ל שאסור לרוק בכלהר הבית אלא אם נזדמן לו רוקמבליעו בכסותו, ולא יעשה הר הביתדרך שיכנס מפתח זו ויצא מפתחשכנגדה כדי לקצר הדרך אלא יקיפומבחוץ, ולא יכנס לו אלא לדברמצוה.Halacha 7-2: How is reverence for it manifest? A personshould not enter the Har HaBayit (Temple Mount) holding astaff, or with sandals on his feet, or wearing only underwear,with dust on his feet, or with money wrapped in his kerchief. Itis superfluous to say that it is forbidden to spit on the entireHar HaBayit. If one must spit, he should let it be absorbed inhis clothing. One should not take a shortcut through the HarHaBayit, by entering from one gate, and leaving from theopposite one, in order to shorten the way. Rather, one shouldwalk around from the outside, entering only for the purpose ofa
 
דוכט זיך אז טומאה התרה בציבור אויב עס איז לצורך
גערעכט לצורך קרבנות די פוסקים וואס רעדן איבער די חיוב פון מקריב זיין קרבן פסח בזמן הזה שמועסן טאקע אויס אז טומאה איז נישט קיין פראבלעם ווייל טומאה הותרה בציבור ביי קרבנות
סתם ארויפגיין הייסט נישט לצורך און אפי' די וואס גייען וועלן נישט גיין דארט וואו עס לפי שיטתם די מקום המקדש נאר דאס איז א גאנצע דיון וואו עס איז געווען
 
הר הבית איז אסור צו אריינגיין בטומאת הגוף ובמקום המקדש איז אסור פאר א טמא מת אן אפר הפרה
נו? מ'קען דאך גיין אין מקוה!
(דו ערליכע אידן גייען טאקע אין מקוה מיט א ברכה!)

מקום המקדש גייט מען טאקע נישט

(ואגב יש שיטות בראשונים, אז מ'מעג גיין איבאראל, ווייל ס'איז שוין נישט דא דארט די קדושה, וכבר הארכנו במקום אחר)
 
אינטערסאנטע פאראדאקס לויט סאטמערע רב אז בזמן הגלות איז נישטא קיין קדושת ארץ ישראל כמבואר ויואל משה וועט מען מעגליך מעגן ארויפגיין בטמאה אויפן הר הבית אויכעט אולי
 
Back
Top