רעדן איידל

טעוויע דער מילעכיגער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
88
ווי באקאנט די גמ' אין מסכת ברכות אז די תורה האט געשריבן איבעריגע ווערטער אבי נישט צו שרייבן ס'ווארט טמא. אידאך א קל וחומר ובן בנו של קל וחומר וויפיל מיר פשוטע אידן ברויכן זיך דערווייטערן פון אומאיידעלע ווערטער. האב איך געטראכט צו עפענען א שנירל איבער די געוואלדיגע ענין פון טוישן אומאיידעלע ווערטער וועלכעס איז שגור בפי הבריות, ספעציעל אין דעם גלות המר והנמהר ווי דער שטן איז שטארק שולט אין אזאנע הייליגע טעג ווען אידישע קינדער זענען פארנומען מיט טירדת החג.

ווי באקאנט די מעשה מיט איינע פון די גרויסע צדיקים האבן פארציילט, אז דער בית המקדש איז שוין געווען גענצליך אויפגעבויעט און רעדי פאר א הארד אדער אפשר גאר א סאפט לענדינג איז געקומען עפעס א רשע און מיט זיין עבירה האט ער אראפגעפליקט דעם פרוכת הקודש און די בית המקדש האט שוין מער נישט געהאט די מעגליכקייט פון לאנדן, ממש ווי א פליגער אן די לענדינג גיר.

ווי באקאנט אידאך די ווארט פון כל עמל אדם לפיהו, ווער וויל דען אז ער מיט זיינס א ווארט, א פליטת הפה פון עפעס אן אומאיידל ווארט זאל גורם זיין אראפ צו ריקן דעם פיינעם פרישן געבאקענעם לחם הפנים אדער אז די געווירצן פונעם מזבח הקטורת זאל פשוט צופליען אין די לופטן און דער בית המקדש וועט ווערן דילעיט פאר נאך עטליכע הונדערט יאר אינעם גלות המר והנמהר?

האב איך געטראכט צו שרייבן א ליסטע פון אומאיידעלע ווערטער וויאזוי מ'קען עס ארויסשרייען אויף אן איידעלן אופן אזוי ארום זאל כאטשיג דער שטן נישט האבן קיין וועג צו מקטרג זיין און נאך אפילו צומישט ווערן ממש ווי ביי די עקסטערע תקיעות אום ראש השנה.

יעדער וואס האט עפעס א געדאנק זאל מוסיף זיין, ס'דאך פארט ע' פנים לתורה, וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים והארץ

ובזה החלי

פאק=פאכע=עפינג

מאדער פאקער=מאמע זייגער=מאדער סוחר=אדער ווי טייל חסידים ואנשי מעשה דריקן זיך אויס אין שווערע מינוט מאופאו.

עסהאלל=עיהאו
 
*די גמרא איז אין פסחים.

---

צו צעמישן דעם שטן זענען דא אסאך מהלכים, איינס מער אפעקטיוו פונעם אנדערן.

מ'קען זאגן דעם שעלט ווארט צוויי מאל אין א צי, איינס מיושב און איינס מעומד, קאנטראלירטע טעסטס אויפ'ן שטן האבן געוויזן גינסטיגע רעזולטאטן.

מ'קען פרובירן ניצן די ווערטער אויך ווען ס'קומט נישט אריין. ווען איינער טוט דיר א טובה מורמעל ארויס א שטילן פאק יו, אזוי וועט ער נישט וויסן אויב דאס איז גוט אדער שלעכט.

מ'קען שעלטן אין אראמיש. ווי באקאנט פלעגן די מלאכים אהיימגיין פאר די אראמיש קלאסן, זייערע עלטערן זענען געווען פרומער און געהאלטן אז א מתמידים וואו מ'לערנט די סייזעס פון ביהמ"ק וועט זיי בעסער אנגרייטן פאר זייער מלאכ'ישער קאריערע ווי נארישע לינגוויסטישע קלאסן.

אויך קען מען מאכן א פייג מיט די פינגער פון די פיס, וואס הלכה היא בידנו אז דאס איז מבטל אלעס כעפרא דארעא.
 
@טעוויע דער מילעכיגער אזא יראת שמים פון די פשוטע אידן קען אויך צוריק האלטן די גאולה. ווייל ס'דא אזא נחת רוח מלמעלה ולמטה אז די מלאכים טענה'ן "מ'דארף ניטאמאל משיח"

@ערפל מיין קאפ שווינדל'ט, געהעריגע בּרעין סטארמינג 😂
 
איך האב א פשוט'ע עצה, אנשטאט סעקס וכדו' קען מען בלויז זאגן "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער, מנהל" ובזה יוצאים כל ה'שיט'עס.
 
*די גמרא איז אין פסחים.

---

צו צעמישן דעם שטן זענען דא אסאך מהלכים, איינס מער אפעקטיוו פונעם אנדערן.

מ'קען זאגן דעם שעלט ווארט צוויי מאל אין א צי, איינס מיושב און איינס מעומד, קאנטראלירטע טעסטס אויפ'ן שטן האבן געוויזן גינסטיגע רעזולטאטן.

מ'קען פרובירן ניצן די ווערטער אויך ווען ס'קומט נישט אריין. ווען איינער טוט דיר א טובה מורמעל ארויס א שטילן פאק יו, אזוי וועט ער נישט וויסן אויב דאס איז גוט אדער שלעכט.

מ'קען שעלטן אין אראמיש. ווי באקאנט פלעגן די מלאכים אהיימגיין פאר די אראמיש קלאסן, זייערע עלטערן זענען געווען פרומער און געהאלטן אז א מתמידים וואו מ'לערנט די סייזעס פון ביהמ"ק וועט זיי בעסער אנגרייטן פאר זייער מלאכ'ישער קאריערע ווי נארישע לינגוויסטישע קלאסן.

אויך קען מען מאכן א פייג מיט די פינגער פון די פיס, וואס הלכה היא בידנו אז דאס איז מבטל אלעס כעפרא דארעא.
די מיושב און מעומד האמיר ערשט האנטיגע עקספיריענס און נאכדערצו ווען ס'קומט מיט'ן תקיעה גדולה ביי קדיש תתקבל נאך נעילה וואס ביז דעמאלטס איז נאך דער שטן ווי א האלבע צוקוועטשטע מאסקיטא אבער איינמאל דער בעל תוקע בלאזט אפ דעם תקיעה גדולה ביי נעילה איז ער בעסיקלי דאן
 
איך האב א פשוט'ע עצה, אנשטאט סעקס וכדו' קען מען בלויז זאגן "שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער, מנהל" ובזה יוצאים כל ה'שיט'עס.
אפאר זאכן וואס זענען ביז דערווייל נאכנישט קלאר פאר דו גייסט ווייטער,

1) אין מהות קען א ווארט זיין אומאיידל, אדער ס'פארלאנגט זיך כתיבה לשמה?

2) איז דער שרייבער אליינס אומאיידל, אדער ס'דארף זיין מפיהם ולא מפי כתבם?

3) קען חל זיין אומאיידלקייט בהיסח הדעת, אדער ס'דארף זיין כוונתו להזיק?

4) זענען די צורת האתיות אומאיידל, אדער מ'מעג מאכן קאט ענד פעיסט?

5) השתא דאתית להכי, איז שוין "אומאיידל" אליינס אן אומאיידעלע ווארט?

6) איז אומאיידל א נאון? אדער א ווערב?

7) קען אן איידעלע ווארט ווערען אומאיידל, אדער די נקודה הפנימית ווערט קיינמאל נישט בטל?

8) קען א ווארט אן נקודות וואס האט קרי וכתיב, אויך זיין אומאיידל?

9) קען א ווארט ווערען אומאיידל דורך מחשבה פונעם לייענער?

10) פעלט אויס דיבור בפה כדי ס'זאל חל זיין אומאיידלקייט, אדער עקימת שפתיים לא הוי מעשה?

11) איז שייך ביי אומאיידעלע ווערטער תחילתו בפשיעה וסופו באונס חייב?

12) וואס איז די שיעור מרחק צווישן אותיות כדי ס'זאל נאך הייסן אומאיידל?

13) העלפט ביי דעם לבוד אז פחות משלשה כוכבים צווישן די אותיות מאכט אויס אומאיידל?

14) איז אומאיידל א חפצא פאר זיך אדער נאר העדר איידל אלס עיקם הכתוב?

15) טאמער מ'שרייבט אומאיידל לעבן איידל קראסט זיך עס אויס, אדער אין עבירה מכבה מצוה?

16) איז אומאיידל נראה ונדחה חוזר ונראה אויב מ'האט עס פארראכטן אדער מ'דארף איבערשרייבן די גאנצע תגובה?

17) ווען איז חל די אומאיידלקייט? שוין ווען מ'שרייבט אדער ווען עס ווערט געליינט, צו זאגט מען אין שכירות אלא בסוף?

18) פארלאנגט זיך אז מער ווי איין לייענער זאל דאס האבן געליינט כדי ס'זאל נאך קומען די תנאי פון אין דבר שבערוה פחות משנים?

19) טאמער ס'איז געליינט נאר דורך איין מעמבער וואס האט צוויי ניקס האט עס א דין ווי א רבים?

20) אויב די ליסטע פון אומאיידעלע ווערטער איז תני ושייר, קען מען פרעגען מאי שייר דהאי שייר?

21) אויב מען שרייבט צוויי אומאיידעלע ווערטער, זאגט מען אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט?

22) אויב צוויי אומאיידעלע ווערטער זענען זיך סותר, איז גילטיג די כלל פון שני כתובים הבאים הבאים כאחד אין מלמדים?

די גלות איז גרויס, אזא בלבול הנפש ביי א זונטאג'דיגע שינת צהריים...
 
לעצט רעדאגירט:

טאקע א בלבול הנפש, דאס זענען שאלות וואס מען ברויך אנפרעגן ביים פוסק הדור, בעמח"ס שו"ת זאב יטרף, כולי האי ואולי...

אבער אויף שאלה #8 איז דער תירוץ פשוט, און מסתמא אגב חורפיה לא עיין בה: יעדע כתיב וואס האט אין זיך עפעס פון 'קרי' איז א חשש פון אומאיידלקייט...
 
אפאר זאכן וואס זענען ביז דערווייל נאכנישט קלאר פאר דו גייסט ווייטער,

1) אין מהות קען א ווארט זיין אומאיידל, אדער ס'פארלאנגט זיך כתיבה לשמה?

2) איז דער שרייבער אליינס אומאיידל, אדער ס'דארף זיין מפיהם ולא מפי כתבם?

3) קען חל זיין אומאיידלקייט בהיסח הדעת, אדער ס'דארף זיין כוונתו להזיק?

4) זענען די צורת האתיות אומאיידל, אדער מ'מעג מאכן קאט ענד פעיסט?

5) השתא דאתית להכי, איז שוין "אומאיידל" אליינס אן אומאיידעלע ווארט?

6) איז אומאיידל א נאון? אדער א ווערב?

7) קען אן איידעלע ווארט ווערען אומאיידל, אדער די נקודה הפנימית ווערט קיינמאל נישט בטל?

8) קען א ווארט אן נקודות וואס האט קרי וכתיב, אויך זיין אומאיידל?

9) קען א ווארט ווערען אומאיידל דורך מחשבה פונעם לייענער?

10) פעלט אויס דיבור בפה כדי ס'זאל חל זיין אומאיידלקייט, אדער עקימת שפתיים לא הוי מעשה?

11) איז שייך ביי אומאיידעלע ווערטער תחילתו בפשיעה וסופו באונס חייב?

12) וואס איז די שיעור מרחק צווישן אותיות כדי ס'זאל נאך הייסן אומאיידל?

13) העלפט ביי דעם לבוד אז פחות משלשה כוכבים צווישן די אותיות מאכט אויס אומאיידל?

14) איז אומאיידל א חפצא פאר זיך אדער נאר העדר איידל אלס עיקם הכתוב?

15) טאמער מ'שרייבט אומאיידל לעבן איידל קראסט זיך עס אויס, אדער אין עבירה מכבה מצוה?

16) איז אומאיידל נראה ונדחה חוזר ונראה אויב מ'האט עס פארראכטן אדער מ'דארף איבערשרייבן די גאנצע תגובה?

17) ווען איז חל די אומאיידלקייט? שוין ווען מ'שרייבט אדער ווען עס ווערט געליינט, צו זאגט מען אין שכירות אלא בסוף?

18) פארלאנגט זיך אז מער ווי איין לייענער זאל דאס האבן געליינט כדי ס'זאל נאך קומען די תנאי פון אין דבר שבערוה פחות משנים?

19) טאמער ס'איז געליינט נאר דורך איין מעמבער וואס האט צוויי ניקס האט עס א דין ווי א רבים?

20) אויב די ליסטע פון אומאיידעלע ווערטער איז תני ושייר, קען מען פרעגען מאי שייר דהאי שייר?

21) אויב מען שרייבט צוויי אומאיידעלע ווערטער, זאגט מען אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט?

22) אויב צוויי אומאיידעלע ווערטער זענען זיך סותר, איז גילטיג די כלל פון שני כתובים הבאים הבאים כאחד אין מלמדים?

די גלות איז גרויס, אזא בלבול הנפש ביי א זונטאג'דיגע שינת צהריים...
יאוי וואלוי האסט עס גענאגלט ביז אראפ, ווי זאגט ער נאר, די האסט פיינע חמינאדעס...
 
לעצט רעדאגירט:
יאוי וואלוי האסט עס גענאגלט ביז אראפ, ווי זאגט ער נאר, די האסט פיינע חמינאדעס...
מענין לענין נאגעלען, דערציילט מען עובדא אז ווען מ'האט געקרייצט דעם יעזוס איז ער געבליבן אזוי מיטן קאפ שיעף צו איין זייט כידוע און מיט די פיס איינס אריין צווייטען. פארוואס טאקע? ווייל ווען מ'האט אנגעהויבן האקן די נעגלעך האט ער זיך געהאלטן שטארק און בייגעקומען די ייסורים. אבער ווען מ'איז שוין אנגעקומען צו נאגלן די חמינאדעס האט ער שוין נישט אויסגעהאלטן, ער האָט געגעבן א צוה צוזאם די גוף, די קאפ איז אזוי איינגעזינקען אין זיך, און מיט די בעסטע וואס ער קען האט ער פראבירט באשיצן די מקום קדוש דורך צוזאם צוען די פיס איינער אויפן צווייטן. וכאן יצאה נשמתו
 
און מיט דעם איז ער אפגעקומען די שכבת זרע רותחת, אבער פון צואה רותחת האט ער זיך נישט געקענט ארויסדרייען😂
ווי בין איך פארפארען צוריק צום נושא
 
ער האט נישט געוויסט פון די עצה כופה עליו כלי...
 
דער האט א ווייטע בליק. צו חאמינאדכס פארשטייט ער גאר...
ביז פריער האסטו נישט געוויסט וואס די באדייט איז, איצטער ווינדערסטו זיך אויף מיין פארשטאנד :ROFLMAO::ROFLMAO:

ווי זאגט יענער עס איז דא איינער וואס די באשעפער באשענקט מיט בצים איז עס איז דא איינער וואס דארף זיך באגיין מיט חאמינאדעס...
 
ב"ה כאשר דרא...

אנשטאט פון זאגן דעם ווארט נדה - קען מען זאגן איסור חמור.

כ'האב געשריבן א תגובה אין אידטיש דא (גראדע, כ'פיהל ווי אידטיש איז מער ערוואקסן ווי אייוועלט, ס'איז דא א ראוגן מצב רוח.)

שעפטי post_id=121206 time=1725359081 user_id=1552 האט געשריבן:
ניקל post_id=121192 time=1725340852 user_id=791 האט געשריבן:
איינע פון די גבאים האבן דערציילט, אז איין שבת קדוש ביים טיש, האט דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע פארפאסט א ניגון אויף פסוק לֹא תְאֻנֶּה אֵלֶיךָ רָעָה וְנֶגַע לֹא יִקְרַב בְּאָהֳלֶךָ, און דער צדיק האט נישט אויף געהערט זינגען דעם ניגון פאר גאר א לאנגע צייט, עס איז געווען א גרויסע חידוש פאר די גבאים,
אבער נאכן טיש האט א איד, וואס איז געווען ביים טיש דערציילט פארן גבאי, אז עס איז אים רח"ל אריין געקומען אין געדאנק א מחשבה, אז גלייך נאכן טיש וועט ער גיין און טון א גרויסע עבירה רח"ל, און דער צדיק דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט דאס מרגיש געווען, און דערפאר האט די רבי געזונגען דעם ניגון אזוי פיל מאל, און ער האט דעם איד אויס געוואשן די נשמה, און מיט דעם ניגון געראטעוועט דעם איד פון עובר זיין אויף דעם הארבע עבירה.
ס'געווען חנוכה ביים הדלקת נרות
ס'געווען דעם ניגון אויף די ווערטער יפול מצדך אלף (מ'זינגט עס אין סקולען ביי די לעכט)
ער האט דאן פארפאסט דעם ניגון

דאכצעך אז ער אליין שרייבט אז ער האט מרגיש געווען אויף איינעם אז ער איז עלול צו נכשל ווערן באיסור נדה, ער האט געוואלט אריינברענגן אינעם איד א הרהור תשובה, ביז פון הימל האט מען אהים אריין געגעבן דעם ניגון אויף די ווערטער יפול מצדך אלף. ער האט עס געזונגן ביז ער האט געשפירט אז ער האט געפועלט ביים איד א הרהור תשובה.

והנה. כ'באקום אן אישי פון איינער דארטן: (ער האט ציטירט דעם תגובה און געמאכט דעם ווארט נדה אין באלד)
אפשר זאלסטו ארויסנעמען די ווארט, איסור חמור איז איידעלער

כ'האב גענטפערט:
נדה איז אן איידעלע לשון. ס'טייטשט מנודה, (קין איז געווען נע ונד. כציפור נודדת מן כנה. וכדו')
אין די תורה איז נאר דא איידעלע לשונות, מיר האבן נישט געזען אונזערע צדיקים זאלן זיין פרומער פון די תורה.

אבער כ'באקום צוריק גאר א שטארקן טענה:
אונזערע צדיקים האבן נישט געלערנט מיט בחורים און אומפארהייראטע די זאכן, דא איז א פובליק פארום און מ'דארף אכטונג געבן דערויף
-

כ'האב זיך גלייך געכאפט ווי גערעכט ער איז.
בשלמא ביים ליינען אין תורה ח"ו אזא (מיאוסן שענדליכן שמיציגן?) ווארט - הערט דאך די בחור נישט אויס.
אין הכי נמי ס'דא אזא מסכתא - אבער מ'לערנט טאקע נישט אויס פאר די בחורים ווי אזוי צו לערנען אליין גמרא, סאו זיי גייען עס נישט לערנען. און אפי' די וואס קענען יא אליין לערנען ווייסן דאך אויכעט אז נדה, מורא נבוכים, און רב קוק איז אסור פאר ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד.
סקולענער רבי האט עס טאקע געשריבן אבער אוואדע מיט אן השבעה אז קיין שום אומפארהייראטן איד זאל חלילה נישט טרעפן דעם געשריבענעם מעשה מיטן מיאוסן ווארט.

אבער אויף אידטיש ווען א אומפארהייראטן וועט עס ליינען, ווער וועט שנעל מאכן א יפול מצדך ניגון פאר אהים אז ער זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט א הארבן איסור?!

איצטער איז מיר פארשטאנדיג געווארן וואס חז"ל זאגן אז תורה קען חלילה זיין א סם המות. ווייל אויב לערנט מען דעם ווארט נדה קען דאך חלילה מקוים ווערן הוז"ל כטל אמרתי.

-
אפדעיט. כ'זעה יעצט אז די הנהלה דארטן האט טאקע געטוישט דעם ווארט 'נדה' צו 'איסור חמור'
 
לעצט רעדאגירט:
ב"ה כאשר דרא...

אנשטאט פון זאגן דעם ווארט נדה - קען מען זאגן איסור חמור.

כ'האב געשריבן א תגובה אין אידטיש דא (גראדע, כ'פיהל ווי אידטיש איז מער ערוואקסן ווי אייוועלט, ס'איז דא א ראוגן מצב רוח.)

והנה. כ'באקום אן אישי פון איינער דארטן: (ער האט ציטירט דעם תגובה און געמאכט דעם ווארט נדה אין באלד)
אפשר זאלסטו ארויסנעמען די ווארט, איסור חמור איז איידעלער

כ'האב גענטפערט:
נדה איז אן איידעלע לשון. ס'טייטשט מנודה, (קין איז געווען נע ונד. כציפור נודדת מן כנה. וכדו')
אין די תורה איז נאר דא איידעלע לשונות, מיר האבן נישט געזען אונזערע צדיקים זאלן זיין פרומער פון די תורה.

אבער כ'באקום צוריק גאר א שטארקן טענה:
אונזערע צדיקים האבן נישט געלערנט מיט בחורים און אומפארהייראטע די זאכן, דא איז א פובליק פארום און מ'דארף אכטונג געבן דערויף
-

כ'האב זיך גלייך געכאפט ווי גערעכט ער איז.
בשלמא ביים ליינען אין תורה ח"ו אזא (מיאוסן שענדליכן שמיציגן?) ווארט - הערט דאך די בחור נישט אויס.
אין הכי נמי ס'דא אזא מסכתא - אבער מ'לערנט טאקע נישט אויס פאר די בחורים ווי אזוי צו לערנען אליין גמרא, סאו זיי גייען עס נישט לערנען. און אפי' די וואס קענען יא אליין לערנען ווייסן דאך אויכעט אז נדה, מורא נבוכים, און רב קוק איז אסור פאר ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד.
סקולענער רבי האט עס טאקע געשריבן אבער אוואדע מיט אן השבעה אז קיין שום אומפארהייראטן איד זאל חלילה נישט טרעפן דעם געשריבענעם מעשה מיטן מיאוסן ווארט.

אבער אויף אידטיש ווען א אומפארהייראטן וועט עס ליינען, ווער וועט שנעל מאכן א יפול מצדך ניגון פאר אהים אז ער זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט א הארבן איסור?!

איצטער איז מיר פארשטאנדיג געווארן וואס חז"ל זאגן אז תורה קען חלילה זיין א סם המות. ווייל אויב לערנט מען דעם ווארט נדה קען דאך חלילה מקוים ווערן הוז"ל כטל אמרתי.

-
אפדעיט. כ'זעה יעצט אז די הנהלה דארטן האט טאקע געטוישט דעם ווארט 'נדה' צו 'איסור חמור'
כ'פארשטיי עכט נישט פארוואס כ'לאך, ס'א ביטערע געלעכטער. נדה איז מיטאמאל א געפערליכע ווארט פון צו דערמאנט ווערן
 
Back
Top