רעאליטי טשעק אויף דער היימישער קאמיוניטי – חלק א'

דערנאך זענען אויפגעקומען א גאנצע רייע פון היימישע וולאגערס, א שטייגער ווי:

1) ארי סאמעט

2) וועלוול קירשענבוים

3)עזרא באדאנסקי

4) יואלי גאלדשטיין

5) אפרים פעדער

6) חיים פערלאוויטש

7) יואליש פעלזן

8) אלי וועבער

9) אלעס אין אידיש (ארי גרינפעלד)

10) מושי מאיער

11) יונתן שווארץ
פארגעסן צוצולייגן דעם לעצטנס אויפגייענדעם קרית יואל'ע וולאגער: אברהם שווארץ

תנא ושייר...
 
פארגעסן צוצולייגן דעם לעצטנס אויפגייענדעם קרית יואל'ע וולאגער: אברהם שווארץ

תנא ושייר...
פרעגט זיך פון ווי זיך אליינס די איינגעפרעגעלטע קשיא, מאי שייר דהאי שייר?
בארואיגט אינז דער בעל התגובה, שייר אייער ידיד אייער פריינט משה (לבית פעלדמאן) המכונה וואלף בער דער בעל השיבוטא.
IMG_0321.jpeg
 
זייאנץ זעה איך האסטו נישט געשריבן..
 
איך מיין אז כלל ישראל האט זיך נישט געטוישט, וואס הייסט גיי ארויס קוק פאר צען יאר צוריק און קוק יעצט בּיי פאַר האט זיך עס געטוישט. ניין צען יאר צוריק האט מען געטון וואס יעדער טוט און היינט טוט מען ווייטער וואס יעדער טוט, די פאקטישע זאכן וואס יעדער טוט האט זיך טאקע געטוישט אבער די מיינדסעט איז געבליבן די זעלבע.
יעדער טוט וואס יעדער טוט.
 
דערוילעם וואוט שוין מער נישט 'דעמאקראט' בלינדערהייט אויף די אנווייזונגען פון די 'עסקנים'. דער עולם שטימט רויט על אפם ועל חמתם פון די עסטאבלישמענט!

מיינסט צוזאגן אז דערוילם וואס האט אמאל גע׳וואוט פאר א פארטיי וואס האט זיי רעפּרעזענטירט און געהאט ״זייערע אינטערעסן״ (אימגראנטען, מולטי קולטוריזם, גאווערמענט פראגראמען, וואוטשערס, טעקס ריטורן וכו׳) און היינט וואוטן זיי בלינדערהייט פאר טראמפ און רעפובליקאנער ווייל טראמפ האט זיי בפירוש געזאגט אז ער איז אויף זייער זייט, ער האט באפרייט רובאשקין (פאר אפּאר מיליאן דאללער שוחד… שטייצעך), און זיי זענען קעגן די חוקי תועבה….
 
לעצט רעדאגירט:
די עוועלאציע פונעם היימישן און חרדיש'ן עולם איז א ברייטע נושא, לענ"ד איז די פאקט אז מיר עדאפטען זיך צו די מציאות אנשטאט זיך שלאגן און זיך גענצליך אויסשליסן מכל וכל, די הויפט באשטאנטייל פון די סוקסעס פון אונזער המשכה.
די אלע אויבערדערמאנטע אזויגערופענע "טויש אין פרעספעקטיוו" איז לדעתי נישט אמת, אלע חידושים ווערט נאך אלץ געטון מיטן גישה פון התבדלות פונעם גוי (יסוד החרדיות).
און עם הנבחר קרעפ.
 
א באזונדערע תגובה פארדינט זיך די ערשיינונג פון "היימישע כשר'ע אונטערהאלטונג" אין אידיש אויף די אינטערנעט - און פארט (מיינסטנס) ערלויבט ביי די היימישע צענזור:

אנגעהויבן פון אייוועלט, דערנאך די אלע נייע 'פאדקעסטס' וועלכע יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן. צווישן זיי:

1) עזרא באדאנסקי (Let's explore more)

2) פנחס ראאב (LATEST TALKS)

3) שמואלי אונגאר (שמילי-קעסט)

4) ארי חיימאוויטש (WHAT A DAY) - נישט פארמישן מיט 'חיימא'

5) ארי פעפערקארן (פשוט פשט)

6) ארי סאמעט

7) אהרן בלומענפעלד (לאמיר רעדן תכלית)

8) טוועלוו פאדקעסט

9) פאדזיטיוויטי (אלי וועבער)


דערנאך זענען אויפגעקומען א גאנצע רייע פון היימישע וולאגערס, א שטייגער ווי:

1) ארי סאמעט

2) וועלוול קירשענבוים

3)עזרא באדאנסקי

4) יואלי גאלדשטיין

5) אפרים פעדער

6) חיים פערלאוויטש

7) יואליש פעלזן

8) אלי וועבער

9) אלעס אין אידיש (ארי גרינפעלד)

10) מושי מאיער

11) יונתן שווארץ


דערנאך אלע היימישע אינטעטעינמענט עפפס, ווי אידיש-24, זינג, און נאך.

דאס איז בלויז די שפיץ פון די אייזבארג, און די פאנטש ליין דא איז אז די היימישסטע פילטערס ערלויבן דאס! פשט איז: זיי פארשטייען אז מ'קען מער נישט אונטערהאלטן דעם עולם בלויז מיט'ן שטעלן וויין ביים רבי'ןס טיש, דער עולם דארף עפעס מער זאכליך, ועד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר.

דאס איז שוין א נייע שטאפל פון לעגיטימיטעט וואס די עסטבלישמענט היימישע מידיע טוט שענקען פארן אויפגייענדעם דור פון ווירטואלע וולאגערס

WhatsApp Image 2025-04-08 at 3.51.44 PM.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top