- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,169
- רעאקציע ראטע
- 5,018
- פונקטן
- 943
יעצט זעה איך אז רביה"ק זי"ע האט עס צוגעברענגט אין ק"ש אינעם א"ד אשכול:
View: https://www.youtube.com/watch?v=fOrPr_GiJRY
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אנפרעגנדיג AI דערויף ברענגט ער גאר ענדליכע טענות צו וואס @מרחשון האט געברענגט דא קעגן די מעשה פון מאנדל.יעצט זעה איך אז רביה"ק זי"ע האט עס צוגעברענגט אין ק"ש אינעם א"ד אשכול:
View: https://www.youtube.com/watch?v=fOrPr_GiJRY
איך האב גענוצט זשי פי טי.אינטרעסאנט, AI האט געגעבן מקורות אויף די טענות?
איך האב נעכטן געפרעגט גרוק אויף די ווידיא, האט ער נאר געזאגט אז זייט 2000 הערט מען נישט פון דעם קינד, דאס מיינט אז עפעס איז לכאורה געפארן ראנג און מ'האט אים שטיל געמאכט.
אבער אויסער דעם האט ער געזאגט אז די נ"י טיימס האט עס באשריבן דעמאלטס וכדו'.
כ'גלייב אז די ביסט נישט אזוי באקאנט אין די פרטים וואס ווערט דערציילט:האט ער סך הכל געקענט פארזאגען אפאר פסוקים חומש אדער שורות גמרא ווייטער, עס שטייט נישט אז מרעדט דא פון א מסכת וואס ער האט נישט געלערנט בכלל אין חדר, נו איז דאס האב איך שוין געטענה'ט פריער אז ער איז סך הכל געווען א קלוג יונגעל וואס האט פארויסגעקוקט דער מלמד מיט אפאר שורות.
דו זאגסט בסך הכל איבער די גאסן שמעות, אבער ווען מ'הייבט זוכן עדות וואס קענען פארציילן פרטים, ווי למשל איך האב אים פארהערט ספר פלוני ופלוני פון דא ביז דארט איז נישטא קיינער צום געפונען (חוץ די הסכמה אויפן ידות אפרים וואס לכבוד עצמו הוא דורש, און זיין מעשה קען אפילו נישט שטימען)כ'גלייב אז די ביסט נישט אזוי באקאנט אין די פרטים וואס ווערט דערציילט:
מ'רעדט פון א דריי יעריג קינד וואס האט קוים געקענט א-ב
ער האט געלערנט אין איין קלאס מיט קינדער אביסל עלטער (אזוי ווי ס'פלעגט זיין יענע יארן)
זיין מלמד האט באמערקט אז ער זאגט מיט מיט די קינדער וואס לערנען חומש/משניות פון אויסעווייניג (און בכלל איז ער געווען צי יונג צי קענען)
האט ער געזעהן אז וואס ער זאגט איהם קען ער ווייטער
עס איז געווארן א רעש, ווי מ'זעהט אין אסאך בריוון/ספרים פון יענע צייט, און ווי געשמועסט האט א פרייע צייטונג דירעקטאר זיך געוואלט טרעפן מיט איהם,
אנגעבליך האט ער געקענט כל התורה, ספרא, ספרי שו"ע,מדרשים
די טאטע האט זייער מורא געהאט פון עין הרע, און בכלל איז עס נישט געווען לטובת הילד אז די גאנצע שטאט דרייט זיך איבער וועגן איהם, מענטשען זענען געקומען צי לויפן מיט ספרים איהם פארהערן..... (קוק וויפיל שרייבן אז זיי אדער זייער קרובים האבן איהם געזעהן....)
בצר לו איז דער טאטע געלאפן צי בעלזא רב וואס ער זאל טון, און די רעסט איז היסטערי... (אפשר ווען ער וואלט געוויסט אז ער גייט עס פארגעסן וואלט ער נישט געגאנגען......אדער האט ער טאקע נישט פארגעסן....)
בקיצור, לדעתי איז גאנץ שווער צי זאגן 'לא דובים ולא יער' אזוי זאך מענטשען זאלן רעדן שטותים....... אבער 100% איז עס זיכער נישט, עכ"פ די פונקטליכע פרטים....
וואס איז די מעשה פון די ידות אפרים, און פארוואס קען עס נישט שטימען?דו זאגסט בסך הכל איבער די גאסן שמעות, אבער ווען מ'הייבט זוכן עדות וואס קענען פארציילן פרטים, ווי למשל איך האב אים פארהערט ספר פלוני ופלוני פון דא ביז דארט איז נישטא קיינער צום געפונען (חוץ די הסכמה אויפן ידות אפרים וואס לכבוד עצמו הוא דורש, און זיין מעשה קען אפילו נישט שטימען)
דאכסעך ר' אהרן קוטלור איז געגגינגין פארהערןדו זאגסט בסך הכל איבער די גאסן שמעות, אבער ווען מ'הייבט זוכן עדות וואס קענען פארציילן פרטים, ווי למשל איך האב אים פארהערט ספר פלוני ופלוני פון דא ביז דארט איז נישטא קיינער צום געפונען (חוץ די הסכמה אויפן ידות אפרים וואס לכבוד עצמו הוא דורש, און זיין מעשה קען אפילו נישט שטימען)
דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך - קאווע שטיבלוואס איז די מעשה פון די ידות אפרים, און פארוואס קען עס נישט שטימען?
נישט אמת
אה"נ איך זאג איבער גאסן שמועות, און דאס האב איך טאקע געמיינט ארויסציברענגען, אז ס'האט נישט קיין פשט צי פראבירן צי דרייען אז ער איז פשוט געווען א קליגע אינגל וזהו, וכדו', ווייל לויט קיין שום ווערסיע איז דאס נישט געווען די פאל, די 'גאסן שמועות' ווי די ריפסט עס, איז, אז ער איז געווען גאר קליין, און געקענט צי סאך, אז מ'זאל קענען זאגן אז ער איז פשוט געווען 'זייער קלוג',דו זאגסט בסך הכל איבער די גאסן שמעות, אבער ווען מ'הייבט זוכן עדות וואס קענען פארציילן פרטים, ווי למשל איך האב אים פארהערט ספר פלוני ופלוני פון דא ביז דארט איז נישטא קיינער צום געפונען (חוץ די הסכמה אויפן ידות אפרים וואס לכבוד עצמו הוא דורש, און זיין מעשה קען אפילו נישט שטימען)
ישראל משה מאנדל האט געוואוינט אין בני ברק און נישט ירושלים, און די צ"ע איז אויף די אלע שמועות וואס זענען טאקע אזוי קראנט ווי דאס אז ער האט געוואינט אין ירושליםואגב, לויט די לעגענדע האט ער געוואוינט אין ירושלים, נאר איין פלאץ שטייט 'בני ברק' און עס איז טאקע צ"ע
דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך - בלאט 10 - קאווע שטיבלאין די אשכול אויף 'קאווע צימער' רעדט מען ארום וועגן א בריוו פון פאפא רב, וואס האט געזעהן די אינגל בשעת ער איז געווען אין א"י, עס שטייט די נאמען פון דער איד וואס האט דעהם בריוו, און עס איז אפי' דא א ניק וואס איז בקשר מיט איהם, כ'ווייס נישט צי עס ווערט למעשה אראפגעברענגט די בריוו שפעטער
וואס האסטו פון בריוון פון יענע תקופה ווען יעדער זאגט בלויז גאסן שמועות?און עס איז אראפגעברענגט און אסאך פלעצער/בריוון פון יענע תקופה, עיין בקאווע שטיבל, כ'וואלט געזאגט עטוואס מער ווי בלויז 'גאסן שמועות'
די בעל העובדא לעבט נאך לאויט"א אבער רעדט נשיט דערפון, געהערט האב איך - נישט פון כלי ראשון - אז בעבר האט ער אוועק געמאכט די מעשה וויאזוי עס ווערט פארציילט.
און ער לייקענט עס מער ווייניגער
ווען ס'וואלט געוועהן אמת וואלט ער דאס געהערט אינדערהיים
עטליכע יאר צוריק איז געווען א שמועס אויף איינע פון די קנעפלעך אויף בחצרות איבער די מעשה, ר' שמואל פוקס איז דארט ארויפגעקומען לייקענען די מעשה מפאת חוסר ראיות, עס איז געגאנגען וויכוחים אהין און צוריק. ערגעצוואו איז ר' שמואל ארויפגעקומען אז ער האט גערעדט צום בעל המעשה אליינס און יעצט גלייבט ער שוין יא די מעשה, ער זאגט נישט וואס ער האט גערעדט אבער ניכרים דברי אמת וכו' וכו'. איך האב מיך דעמאלטס געוואנדערט, וואס האט שוין מאנדל געקענט זאגן וואס זאל איבערצייגן ר' שמואל אז די מעשה איז אמת? און נאכדערצו עפעס וואס מ'קען נישט איבערזאגן? אבער איך מיין אז ער האט אים פשוט געזאגט אז ער זאל נישט לייקענען די מעשה וועגן עס איז א חיזוק אין אמונה פאר אסאך מענטשן, און דאס איז די סיבה פארוואס ער רעדט נישט, און וועגן דעם האט ר' שמואל "צוריקגעצויגן" און אנגעהויבן גלייבן די מעשה.איך מיין אז די סיבה פארוואס מאנדעל רעט נישט פון די מעשה איז ווייל ער אליין געדענקט אז ס'איז אלעס גארנישט אבער מסתמה האט אים עפעס א רבי אדער אדם גדול געזאגט אז יודען זענען זיך מחזק מיט די מעשה אין אמונה דערפאר זאל ער עס נישט לייקענען
כ'גלייב נישט אז ר' שמואל וואלט צוריקגעצויגן וועגן דעםאבער איך מיין אז ער האט אים פשוט געזאגט אז ער זאל נישט לייקענען די מעשה וועגן עס איז א חיזוק אין אמונה פאר אסאך מענטשן, און דאס איז די סיבה פארוואס ער רעדט נישט, און וועגן דעם האט ר' שמואל "צוריקגעצויגן" און אנגעהויבן גלייבן די מעשה.
Ouchאיך מיין אז די סיבה פארוואס מאנדעל רעט נישט פון די מעשה איז ווייל ער אליין געדענקט אז ס'איז אלעס גארנישט אבער מסתמה האט אים עפעס א רבי אדער אדם גדול געזאגט אז יודען זענען זיך מחזק מיט די מעשה אין אמונה דערפאר זאל ער עס נישט לייקענען
הגם עס איז נישט נאטירליך , און עס איז שווער צוגלייבן , אבער אז מען האט עס גיהערט אין גאנצן כדור הארץ , מיט א קלא דלא פסיק , מען איז גיוועהן פארנומען מיט דעם , און עד היום איז נאך דא יידן וואס גידענקען די קאך ארום דעם , און ליתר שאת , עס איז נישט נולד ניווארן א הכחשה ממש , אזוי ווי ביי פילע מעשיות ,ווערט נתגלה , הוברר הדבר למפרע , אז לא דובים ולא יער , ווייל שקר אין לו רגלים , אין ביי די מאורע , איז נישט אזוי , נאר עס איז געבליבן אין די לופטן אלס א דבר פלא , קען מען טראכטן אז עס איז יא, עפעס גיוועהן , מען קומט צו די מסקנא , אז נישט אלעס פארשטייט מען .