- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 278
- רעאקציע ראטע
- 2,211
- פונקטן
- 423
איך בין לעצטנס שטארק באנומען מיט קלימאטן, קלימאטן איז ווי לענדער פאר זיך. מ׳קומט אן אין א נייער קלימאט, שפירט מען אנדערש, דער גוף רעאגירט אנדערש. רוב פון אונז האבן דאס פארזוכט ביים ערשטן מאל לאנדן אין ארץ ישראל פון ניו יארק, אדער צפון אייראפא. מען זעהט און מען שפירט באשיינפערליך דעם עיליען קלימאט אין וואס מען האט נאר וואס געלאנדעט. נאר וואס איז ווען מען לאנדעט צום ירשום מאל פון צפון אייראפא קיין ניו יארק, אדער פארקערט? מ׳זעהט טאקע נישט קיין מדבריות און דקלים, אבער עפעס שפירט אנדערש, צפון אייראפא איז רעגנדיג און גרוי, ניו יארק והגלילות איז די וועטער שארפער, שטערקערע זומערס, און פארקערט שארפערע ווינטערס, זייט וויסן לא מקרה הוא, איר האט געלאנדעט אין א ניי קלימאט.
מיאמי ענדלט צו תל אביב, אבער איז נישט, דא רעגנט זומער גלייך ווי ווינטער, מיט געוויסע בולט׳דיגע רעגן סעזאנען, דא איז ווארימער. און זייט וויסן, ס׳דא נאך מערערע קלימאטן וואס איז נישט אין די היימישע וואוינונגס ״בעלט״, וואס נאר געוואגטע רייזנדע גרייכן.
געווענדליך האט א קלימאט צוטון מיט איר קירבה צום קו המשווה, וואסער ווארעמט אפט קעלטערע ערטער, און להיפוך הייכן קילט אפ ווארימערע ערטער. נאר נישט בלויז קירבה צום קו המשווה מאכט אויס, ווייל וואס איז א קלימאט? טעמראטור און נאסליכקייט וואס על פיהם ישק כל דבר, דערפאר, איז ער געוואנדן אין ווינטן און פייכטקייט כולל וואלקנס.
שטעלט זיך די קשיה, וועלעכע נאך קלימאטן זענען דא, און וועלעכע ערטער אין די וועלט ענדלען צו אנדערע קלימאטישע זאנעס? דאס וועלן מיר ענטפערן דא אויפן שפיץ גאפל, הגם קיין ארט איז באמת נישט הונדערט פראצענט ענדליך, ווייל בנוסף איז דא א בייאם, עקאלאגישער סיסטעמעם, וועלעכע זענען גורם געוויסע בעלי חיים ווירבלען אין אן ארט, וואס האט נישט מיט היץ און נאסקייט, אבער דא וועלן מיר זיך האלטן צום ענין פון קלימאטישע זאנע.
איך וועל נישט זאגן איך בין א מומחה אינעם ענין, נאר איך וועל דא אויס לייגן א שטיקל טאוועלע. אין די וועלט איז נהוג צו ניצן קאפין׳ס טאוועלע, איך וועל עס אויס לייגן אויף מיין אופן.
די 4 סובטראפישע קלימאטן:
1) פוסטער מדבר:
דאס איז א הייסער גענצליך טריקענער לאנד, פון כולו זאמד אדער שטיינער. למשל דער נגב/סאהארא/דעד-וואלי. בפי החוקרים: ווארעם/הייס אויסגעטריקנטער קלימאט
אין פסוק שפראך: מדבר-ציה-נגב-שרב.
2) גראזיגער מדבר:
היבש הייסער/ווארימער ווייניג רעגענדיגער ערב-טריקענער לאנד, באוואקסן מיט טריקענע גראזן און שטרויכער. למשל באר שבע, עבר הירדן. בפי החוקרים: סובטראפישער הייסער האלב-אויסגעטריקנטער קלימאט.
אין פסוק לשון: ערבה - בָּתָה.
3) ארץ ישראל׳דיג/א קארג באגרינט ארט.
א היבש הייסער/ווארימער האלב רעגענדיגער פרוכטבארער לאנד. למשל דער גליל - דרום איטאליע - דרום מערב קאליפארניע. הנקרא בפי החוקרים: סובטראפישער מיטלענדישער קלימאט. ובלשון עם: שבעת המינים׳דיג/שטיינעריג גראזיג/שיטער ביימלדיג/סאבראדיג באגרינט/ ארץ הקודש׳דיג.
אין פסוק לשון: הכרמל (על שם די טיפישע שבעת המינים׳דיגע אנזעהן).
4) סאו פאולע׳דיג.
היבש הייסער/ווארימער גאנציעריג-רעגענדיגער פילער באגרינטער לאנד, מיט פיר סעזאנען
למשל, דרום מזרח ארה״ב (אטלאנטא) - דרום מזרח כינע - צפון מזרח אינדיע (גאנגאז). הנקרא בפי החוקרים: סובטראפישער הייס נאסער קלימאט
אין פסוק לשון: אחו / חורשה / שרון (וואס מיינט ארגינעל א זומפיגער וואלד).
די 4 מיטלמעסיגע קלימאטן
5) קאלטער מדבר:
למשל דער גובי מדבר אין מאנגאליע. הנקרא בפי החוקרים: טעמפראמענטואלער קילער טריקענער קלימאט,
בלשון הפסוק: שממה (על שם דעם מדבר צפון פון אשור וואס ווערט אנגערופן שממה).
6) מאנגאליש/סטעפעס/גראזלאנד:
למשל, די מאנגאלישע און רוסישע סטעפעס. הנקרא בפי החוקרים: טעמפראמענטאלער קילער האלב טריקענער קלימאט.
בלשון הפסוק: שדה / מגרש / צפון (די לענדער פון די ווילדע בני צפון בימי התנ״ך וואס איז דער שטח פון היינטיגן רוסלאנד).
7) לאנדאן/ גרויע וועטער
באלאנצירטער וועטער גאנץ יעריג רעגינדיגער פיל באוואקסענער מילדער לאנד. למשל, צפון-מערב אייראפא/סיאטל וואשינגטאן סטעיט/דרום פון מעלבארן אין אסטראליע/דרום ניו זעלאנד. הנקרא בפי החוקרים: טעמפראמענטאלער אוקינוס׳דיגער קלימאט.
אין פסוק לשון: דשא / גן / אד (ע״ש ואד יעלה מן הארץ, צוליבן שטענדיג נאסליכער לופט אין איר).
8)מאנטרעאליש/שטארקע וועטערס:
באלאנצירטער וועטער גאנץ יעריג רעגנדיגער געדעכט באוואקסענער עקסטרעם הפיכה׳סדיגער לאנד. למשל, מאנטריאל/מאסקווע/נאוואסיבירסק ועוד (ויש אומרים ניו יארק ובעדזשינג בכלל). בפי החוקרים: טעמפראמענטאלער קאנטינענטישער קלימאט.
בלשון הפסוק: הבשן (על שם וואס דער בשן איז ווייט פון ים, שטארק רעגענדיג און גרין, מיט שנייאיגע ווינטערס)
די צוויי טראפישע קלימאטן
9) אמאזאניש/טראפיש/דזשונגל/ברייטבלעטערדיגער רעגן וואלד:
א קיילעכיג קו המשוה׳דיג הייסער מיט רוב אדער גאנץ יעריג רעגנדיגער געדעכט באגרינטער לאנד, למשל דער אמאזאן, בפי החוקרים: טראפישע גאנציעריגער רעגנדיגער אימער-גרינער רעגן וואלד
סבך/עבותים (על שם יערות העבותות)
7) סאוואנא:
א קיילעכיג קו המשוה׳דיגער הייסער האלב רעגענדיגע קארג באוואקסענער לאנד, אזוי ווי למשל די אפריקאנישע סאוואנאס. הנקרא בפי החוקרים: טראפישע סאוואנא
אין פסוק לשון: השיטים (על שם די עצי שיטים וועלעכע זענען טיפישע סאוואנא בוימער).
א סובארקטישער קלימאט
10) א סיבירישער וואלד:
א היבש פראסטיגער גאנץ יעריג רעגנדיגער פילער באגרינטער ארט, למשל דער טייגא וואלד אין סיביר. בפי חוקרים: קאנטינענטישע סוב-ארקטישער קלימאט
אין פסוק לשון: יער (ווייל דא איז א יער כפשוטו און טאקע מיט בערן) / לבנון (על שם די ארזי הלבנון וועלעכע וואקסן אויף די הייכן פון די לבנון בערג וואס פון ביימער פון די משפחה פארנעמען א הויפט ארט אין די צפון׳דיגע וועלדער).
11) געפרוירענע וויסטעניש: א היבש פראסטיגער שוואך רעגענדיגער לאנד
למשל דרום גרינלאנד, דער אנטארקטישער האלב אינזל, בפי החוקרים: טונדרא. בלשון הכתוב: חרמון
12) איסלאנדיש: אן ערב אומבאוואקסן קאלט גראז לאנד למשל איסלאנד. בפי חוקרים: סוב ארקטישן קלימאט. בלשון הכתוב: מגרש-שפיים.
13) א שטענדיג אייזיג ארט אנטארקטיקא -
בלשון הכתוב: הקרח
14) א כל בו לאנד, למשל א בארגיג ארט, אדער א פיארדיג ארט, וואו פארשידענע קלימאטן הערשן אינעם זעלבן שטיק לאנד
לא לברך על המגומר, תם ולא נשלם