רבקי שטאַרצמאַן גייט כפרות שלאָגן

זיסע חלומות

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 16, 2025
מעסעדזשעס
1
רעאקציע ראטע
36
פונקטן
3
פון מיין זייט איז געווען אַ מיאוס'ן טעות דאָס איינטריט צום לאגער פון די הינדל האָלעקאָוסט. אַ שמעק פון זיס, עקל, חזיריי און איבל, האָט גענידערט מיין אקסיגען-שטאפל צו האלב. אַז איך וועל דאָס באצייכענען אַלס אַ גרויל און אַן עקל, וועט דאָס אין-בעסטן פאַל אַנטקעגן קומען ווי אַ דיפלאָמאַטישע סטעיטמענט, ניטאַמאָל קיין פאַרדאַמונג, און זיכער נישט קיין שאַרפע פאַרדאַמונג.

די טייכן טשיקן-אָפפאַל זיצן ווי אַ זומפ, אויף אַן אויסגעשפרייטן פּלאַסטיק, אויף האַלב פונעם פאַרקינג לאַט, און שיקן אַרויס אַן אומזעבאַרע, אָבער שעדליכע סובסטאנץ צו די שכנות ארום.

פון איר ווייסע בי.עם.דאָבעליו. עקס פייוו, האָט רבקי שטאַרצמאַן ארויסשפאַצירט, שלאגענדיג די שווערע לופט מיט לייכטע פערפיום. רבקי האָט געעפנט דעם אונטערשטן טיר, ווי עס זיצט איר דובי. דובי איז יעצט פאר'חלומ'ט אין אַ קאַרטון מאָווי, זיינע אויגן זענען פאַרגלייזט, און שליים רינט פון זיין מויל נאכאנאנד. נאָכן אַרויסנעמען דובי'ן און אים אויסגראָדן זיינע קליידער, האָט רבקי אָנגעהויבן שפאַצירן אין ריכטונג פונעם הינדל לאַגער.

אירע וועסאַטשי זון ברילן האַלטן אַראָפ די צעהן טויזנט דאָלאַרדיגן שייטל, און אַ דינטשיגער גוטשי פאַסיקע נעמט אַרום אירע לענדן, אַזוי אַז אויב עמיצער איז חושד רבקי מיטן האָבן אַ פונט איבריג, זאָל יענעם שנעל קלאָר ווערן וואָס די ריאַליטעט איז.

דער קליינער דובי'לע גייט מיט בערבורי זאָקעלעך, אַ קאַפל פון לעדער און ברוינע שיך, וואָס מיט דעם מעג ער נישט לויפן, שפילן, קריכן, גליטשן, און ווער רעדט נאָך פון גיין אויפן מאָנקי באַר. דאָס קען אים קאָסטן קולות, וואָס זענען אַזוי הויך, אַז דאָס שטעכט די אויערן, און אויב רבקי'ס חבר'טעס זענען נישט אויפ'ן סצענע, וועט זיך דאָס טיילמאָל ענדיגן מיט אַ ציפעדיגן פעטשל אויף זיינע לויזע הענט.

דער פערצן יעריגער דוד הערש שטייט אויף אַן אָנגעמאַכטן קעסטל מיט אַ פנים פון עסקנות. אין זיין רעכטע האַנט האַלט ער אַ טשיקן ביי אירע מאָגערע פליגלען. דאַכצעך, אַז זי האָט געהייסן שאַלזי. שאַלזי גייט מיט אַ בלאַסע קרוין, דינער ווי אַ גומי-באַנד, און ס'איז קליין גענוג, אַז די סוחרים זאָלן קענען אַליינס באַשליסן, אויב איר ג'ענדער איז זכר צו נקיבה.

רוב פון שאַלזי'ס פעדערן וואַלגערן זיך שוין ערגעץ ווי אויף די זייטן פונעם טראָוועי. דאָס איבריגע איז געוואָרן אָפגעביסן דורך שאַלזי'ס פאַרוואָגעלטע כפרה קאָלעגעס. נישט אַז זיי האָבן איר געוואָלט וויי טון חלילה, נאָר פשוט פון די שטערבליכע הונגער און דורשט, וואס האָט געטון און טוט נאָך אַלץ נאָגן, האָבן זיי אַלע אינאיינעם געביסן סיי וועלכע אָביעקט עס איז נאָר געווען אין די פיר ווענט פונעם וואַגאָן, לאזנדיג דעם שאלזי אינטער דירעקטע ליניע פון פייער.

נאך עטליכע פעדערן ווערן אויסגעריסן כִּלְחֹךְ הַשּׁוֹר אינטער דוד הערש'ס גרויזאַמע פויסטן, און יעצט זעהט זי שוין אויס צעבאַלט, קראַנק, און האַלב נאַקעט. די פאַרבליבענע פעדערן, וואָס וואָלטן ווען טיילווייז געקענט באַדעקן שאַלזי'ס פלייש, זענען צוזאַמגענומען מיט ברוינע פליסיגקייטן און זענען שוין יעצט מער צום טריקענעם זייט. אויך העכער שאַלזי'ס אויגן זיצט אַ קלעבעדיג אביעקט, וועלכע טוט איר שטערן די זעה קראַפט. ווארשיינליך, האָט זי דאָס באַקומען אַלץ מתנה פון איינס פון אירע אויבערשטע שכנים אויף די פלאַסטישע באַראַקן.

שאַלזי איז געבוירן געוואָרן קוים צען טאָג פריער. ווען זי האָט צום ערשט אויפגעבראָכן דאָס איי-שאָלאַכץ און ארויסגעשטעקט איר קאָפ צום פרייען וועלט, איז שאַלזי געוועזן פרייליך ביז גאָר. שאַלזי האט געזעהן פאַר זיך אַ וועלט פון קאָליר, פרייהייט, דעמאָקראַטיע און פרידן. זי האָט מיט אַלע כוחות זיך אויסגעריסן פונעם איי און פרובירט זיך צו שלעפן אויף אירע אייגענע פיס. טראָץ וואָס זי איז נאָך געווען שוואַך און דערמאַטערט פונעם געבורט, האָט שאַלזי זיך איבערגעשטרענגט, וויסענדיג אַז אַ גליקליך לעבן וואַרט אויף איר אַצינד.

מיטאַמאָל, האָבן צוויי בלויע הענטשקעס אַראָפגענידערט פונעם דאַך'ס עפענונג. צו שאַלזי'ס שרעק איז נישט געווען קיין עק. שאַלזי האָט נאַטירליך געשפירט, אַז עס הערשט אַ געפאַר, און שאַלזי איז גערעכט געווען. אַ לאַנגע נאָדל האָט איינגעשפריצט אַ מאַסיוון דאָזע האַרמאָנען אַריין אין שאַלזי'ס ריקן. מיט אַזאַ מאָס פון האַרמאָנען אַריין אין אַ פערזאָן, וואָלט יענער זיך לעגאַל אַנטוויקלט צו אַ טרענס היפּאָפּאַטימעס. זינט דאַן, איז דער מצב ביי שאַלזי נאָר געוואָרן ערגער און ערגער מיט יעדעס פאַרבייגייענדע שעה.

שאַלזי האָט געיאָמערט מיט אַ געשריי, ווי כאילו זי ווערט באַגוואַלדיגט. אַזוי הענגענדיג פון דוד הערש'ס בלאַסע הענט, האָט זי באַמערקט רבקי קומט אַנטקעגן איר.

אויף די שפיצן פון אירע פאָרגאַמאָו שיך, איז רבקי געגאַנען שטילע טריט ווי אַ באַרג ציג, אויסמיידנדיג דעם שיכט פון נאַסע אָפפאַל. כאָטש רבקי איז מער צום קילע זייט, האַלט זי בשיטה, אַז טראַדיציע איז אַ שטארקע זאַך, ספעציעל יעצט, אַז איר דוב'לע איז שוין אַ גרויס יונגל.

דוד הערש האָט אויסגעשטרעקט שאַלזי אין ריכטונג פון רבקי. רבקי האָט צוריקגעטרעטן, ווייזענדיג מיט די הענט ווי צו זאָגן, "בשום אין אופן, לייג עס אין אַ באַקס פליז!". דוד הערש האָט אַ כאַפ געטון אַ באַקס, און אַריין געשמיסן שאַלזי מיט עקסטאז. רבקי'ס גלאַציגע נעגל האָבן איבערגענומען דאָס באַקסל מיט פארזיכטיגקייט, און זי האָט אָנגעהויבן ווילד צו שעפשען דעם בְּנֵי אָדָם מיט אירע שנעלסטע מעגליכקייטן.

דער אומשולדיגער שאַלזי איז געווען דערשראָקן צום טויט. זיין נייעם תפיסה איז געווען שאָקעלדיג און טונקל. פון גרויס שרעק, האָט שאַלזי געמאַכט אַן עקסידענט… ווייזט זיך אויס, אַז פחד קען פאָרמירן אַ שלשול, און ס'איז געווען אַ רינעדיגס. פון דרויסן האָט זיך גאָרנישט אָנגעזען; זי איז געשטאַנען שיף און דאָס געהאַלטן אביסל שיף, ניטאַמאָל העכער איר קאָפ.

פונעם קליין לעכל ביים עק פונעם באַקס, איז ארויס אַ חתיכה אין די גרויסקייט פון אַ קליין ווערימל. רבקי האָט דאָס נישט גלייך באַמערקט. ערשט ווען זי האָט געשפירט אַ פליק אויף איר לינקע שיך, האָט רבקי געגעבן אַ שפרינג אויף צוריק, ווי כאילו אַ גראַנאַט איז געפאַלן נעבן איר, דאָס האָט נאָכגעפאָלגט מיט אַ מאסיווע קוויטש. רבקי האָט אַראָפ געשמיסן דאָס באַקס צום ערד, ווי ס'האָט געלאַנדעט מיט מער קראַפט ווי אַ שווערע שטיין.

פאַר אַ רגע האָט שאַלזי פאַרלוירן איר באַוואוסטזיין, אָבער האָט זיך גלייך אויפגעכאַפט און זיך שנעל אָריענטירט. שאַלזי האָט זיך גענומען קלאַפן מיט אירע פליגלען אויף די פּאַפּענדעקל און געקעמפט ווי אַ גיבור. רבקי האָט אַראָפגעקוקט אויף אירע העל-ברוינע שיך און געשאָקלט אירע פינגער אויסגעשפרייט ווי אַן אָפגעבריטער, בייסענדיג אירע ליפן פאַר סטרעס. עס האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז שאַלזי האָט זיך אויסגעריסן.

שאַלזי האָט געגעבן אַ שפרינג אין די לופטן אין די ריכטונג פון רבקי, לאָזענדיג קליינע פעדערן שוועבן אינטער זיך, ווי כאילו ס'איז אַ צירקוס שפיל.

ביידע פיס, איינס, צוויי. עס האָט פאַסירט מילי-סעקונדעס, איינס אָפגעריקט פונעם צווייטן. רבקי האָט פאַרלוירן באַלאַנס און געכאַפט אַ גליטש מיטן פנים אַראָפּ, צום זומפ פון צואה רותחת. פישוט ידים ורגלים במלוא מובן המלה!

רבקי'ס מח האָט ארויסגעשיקט אַ שאָק, אַזוי מעכטיג ווי אַ בליץ, וועלכע האָט דורכגעריסן איר גאַנצע קערפער דריי מאָל. אַלץ איז געווען פאַרשמירט און איינגעווייקט אין טשיקן זאַפט. רבקי'ס פנים איז געווארן באשמירט ווי א פורים מאנסטער.

קודם האָט רבקי נישט געאָטעמט, זי איז געלעגן פאַרפרוירן ווי א ציגל. ביים אַריינציען דאָס ערשטע אָטעם פון איר נאָז, האָט זי געשפירט אַ גערוך, וואָס א צעווילע אינדיווידואל טוט זעלטן בייוואוינען. זי האָט ניטאַמאָל געקענט שרייען. די רעכטער באַק איז געווען איינגעטונקען ביז רוב פון איר ליפן. עפענען דאָס מויל, האָט געמיינט פאַר רבקי פשוט און גראָד: עסן ***...

דער גאַנצע כפרה צענטער איז געשטאנען שא שטיל. פון די הינדלעך האָט מען נישט געהערט קיין פיפס, און פון די מענטשן האָט מען נישט געהערט קיין טריט. אַלס איז געשטאנען אויף פאזע. אַלץ וואָס מען האָט געהערט, איז רבקי'ס צוויי הענט זיך פאָרענען אויף די פּלאַסטיק.

רבקי האָט אויסגעדרייט איר קאָפ און אויפגעהויבן אירע אויגן. זי איז געווען זיכער, אַז אַרום איר שטייען גוטע אידן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, גרייט צום העלפן, אָבער צו רבקי'ס איבעראַשונג, האָט זי בלויז געזעהן ווי מענטשן קענען איר נישט קוקן אין פנים, און די וועלכע קענען יאָ, שטייען מיט טעלעפאנען און פאַראייביגן דאס מאָמענט.

אַ געפיל פון נקמה האָט אויפגעשיינט ביי שאַלזי אין האַרץ. שאַלזי האָט אויסגעשטרעקט צו רבקי דעם מיטעלסטן פינגער, שרייענדיג מיט עקסטאַז דעם אַלעמען באַקאַנטן פיי וואָרט. רבקי איז געלעגן כמעט פאראליזירט, איר מוח האט געשטורעמט ווי א שטורעם-שאטן-מיסיל. זי האָט געוואָלט, אַז אַ טראַקטאָר-טרעילער זאָל איר פאַטאַל איבערטרעטן און מאַכן אַ סוף צום סצענע.

רבקי האָט פרובירט צו שפייען און אזוי אַראָפּנעמען די שמוץ פון אירע ליפן, אָבער צום פרייד פון שאלזי, האָט דאָס געמאכט דאס פאַרקערטן אַפעקט. די אָפפאַל האָבן אַריינגעדרינגען ביז אירע ציינער און אָנגערירט דאָס שפיץ פון איר צינג. יעצט האָט רבקי באַשטעטיגט, אַז שמעק און טעם זענען צוויי באַזונדערע מדריגות, זיך שטיקענדיג דערויף.

פונעם צוועלעפטן שטאָק, האָט איין כפרה כעס'יג אראָפגעשריגן: "מרת שטאַרצמאַן! שטיקט אייך אויף אונזער דרעק!" א צווייטער הינדל פונעם פיפטן שטאָק, האָט מיט ס'לעצט פאַרבליבענע כוחות זיך אויסגעקלאָרט דאָס האַלז, און זיך אָנגערופן הייזעריג: "געט אַ בליק, יעצט קוקט מרת שטאַרצמאַן אַרום מיט די הינער-אויגן…" [געלעכטער].

איין טשיקן, צוזאַמען מיט נאָך אַ קליין הייפעלע כפרות, האָבן גענומען די קוראַזש און אָנגעהויבן זיך אונטער ברימען דעם באַקאַנטן וְנַהֲפוֹךְ הוּא פון מיילעך קאהן: וְ-נַֹ וְ-נַהֲפוֹךְ הוּא, אֲשֶׁר, אֲשֶׁר, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים, הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם… ווען ס'איז געקומען צום הויכן פאַל, האָבן שוין אַלע מיטגעזינגען אָן קיין מורא, קלאַפענדיג מיט די פליגלען צום טאַקט פון די ניגון. עס האָט זיך געהערט מיט אַ הויכקייט און שטאַרקייט ווי פון אַ מיליטער, וואָס מאַרשירט אהיים נאָכן איינעמען צוויי קאָנטינענטן. וְנַהֲפוֹךְ הוּא! אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ! הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶהֶהֶם, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים-דִים-דִים, הֵהֵהֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם…

שאַלזי האָט אינאַכט גענומען, אַז קיינער זעהט נישט, ווארים דער עולם שטייט פאַרלוירן, קוקנדיג ווי רבקי קלייבט זיך צוזאַם. "פון דעם כפרה צענטער קומט קיינער נישט צוריק קיין לעבעדיגער," האָט זיך שאַלזי דאָס איבערגע'חזר'ט איינמאָל און נאָכאַמאָל. שאַלזי האָט נישט געטראַכט קיין צוויי, נאָר אויסגענוצט די קריטישע מאָמענטן, און אַ פלינקער איז שאַלזי אַנטלאָפן אַזוי ווייט, ווי די אויג קען זעהן, צו אַ לעבן פון גלאַנץ און מנוחה.
 
פון מיין זייט איז געווען אַ מאוס'ן טעות דאָס איינטריט צום לאגער פון די הינדל האָלעקאָוסט. אַ שמעק פון זיס, עקל, חזיריי און איבל, האָט גענידערט מיין אקסיגען-שטאפל צו האלב. אַז איך וועל דאָס באַצייכענען אַלס אַ גרויל און אַן עקל, וועט דאָס אין-בעסטן פאַל אַנטקעגן קומען ווי אַ דיפלאָמאַטישע סטעיטמענט, ניטאַמאָל קיין פאַרדאַמונג, און זיכער נישט קיין שאַרפע פאַרדאַמונג.

די טייכן טשיקן אָפפאַל זיצן ווי אַ זומפ, אויף אַן אויסגעשפרייטן פּלאַסטיק, אויף האַלב פונעם פאַרקינג לאַט, און שיקן אַרויס אַן אומזעבאַרע, אָבער שעדליכע סובסטאנץ צו די שכנות ארום.

פון איר ווייסע בי עם דאָבעליו עקס פייוו, האָט ריבקי שטאַרצמאַן ארויסשפאַצירט, שלאגענדיג די שווערע לופט מיט לייכטע פערפיום. ריבקי האָט געעפנט דעם אונטערשטן טיר, ווי עס זיצט איר דובי. דובי איז יעצט פארחלומט אין אַ קאַרטון מאָווי, זיינע אויגן זענען פאַרגלייזט, און שליים רינט פון זיין מויל נאכאנאנד. נאָכן אַרויסנעמען דובי'ן און אים אויסגראָדן זיינע קליידער, האָט ריבקי אָנגעהויבן שפאַצירן אין ריכטונג פונעם הינדל לאַגער.

אירע וועסאַטשי זון ברילן האַלטן אַראָפ די צעהן טויזנט דאָלאַרדיגן שייטל, און אַ דינטשיגער גוטשי פאַסיקע נעמט אַרים אירע לענדן, אַזוי אַז אויב עמיצער איז חושד ריבקי מיטן האָבן אַ פונט איבריג, זאָל יענעם שנעל קלאָר ווערן וואָס די ריאַליטעט איז.

דער קליינער דובי'לע גייט מיט בערבערי זאָקעלעך, אַ קאַפל פון לעדער און ברוינע שיך, וואָס מיט דעם מעג ער נישט לויפן, שפילן, קריכן, גליטשן, און ווער רעדט נאָך פון גיין אויפן מאָנקי באַר. דאָס קען אים קאָסטן קולות, וואָס זענען אַזוי הויך, אַז דאָס שטעכט די אויערן, און אויב ריבקי'ס חבר'טעס זענען נישט אויפן סצענע, וועט זיך דאָס טיילמאָל ענדיגן מיט אַ ציפעדיגן פעטשל אויף זיינע לויזע הענט.

דער פערצן יעריגער דוד הערש שטייט אויף אַן אָנגעמאַכטן קעסטל מיט אַ פנים פון עסקנות. אין זיין רעכטע האַנט האַלט ער אַ טשיקן ביי אירע מאָגערע פליגלען. דאַכצעך, אַז זי האָט געהייסן שאַלזי. שאַלזי גייט מיט אַ בלאַסע קרוין, דינער ווי אַ גומי-באַנד, און ס'איז קליין גענוג, אַז די סוחרים זאָלן קענען אַליינס באַשליסן, אויב איר ג'ענדער איז זכר צו נקיבה.

רוב פון שאַלזי'ס פעדערן וואַלגערן זיך שוין ערגעץ ווי אויף די זייטן פונעם טראָוועי. דאָס איבריגע איז געוואָרן אָפגעביסן דורך שאַלזי'ס פאַרוואָגעלטע כפרה קאָלעגעס. נישט אַז זיי האָבן איר געוואָלט וויי טון חלילה, נאָר פשוט פון די שטערבליכע הינגער און דורשט, וואס האָט געטון און טוט נאָך אַלץ נאָגן, האָבן זיי אַלע אינאיינעם געביסן סיי וועלכע אָביעקט עס איז נאָר געווען אין די פיר ווענט פונעם וואַגאָן, לאזנדיג דעם שאלזי אינטער דירעקטע ליניע פון פייער.

נאך עטליכע פעדערן ווערן אויסגעריסן כִּלְחֹךְ הַשּׁוֹר אינטער דוד הערש'ס גרויזאַמע פויסטן, און יעצט זעהט זי שוין אויס צעבאַלט, קראַנק, און האַלב נאַקעט. די פאַרבליבענע פעדערן, וואָס וואָלטן ווען טיילווייז געקענט באַדעקן שאַלזי'ס פלייש, זענען צוזאַמגענומען מיט ברוינע פליסיגקייטן און זענען שוין יעצט מער צום טריקענעם זייט. אויך העכער שאַלזי'ס אויגן זיצט אַ קלעבעדיג אביעקטן, וועלכע טוט איר שטערן די זעה קראַפט. וויינשיינליך, האָט זי דאָס באַקומען אַלץ מתנה פון איינס פון אירע אויבערשטע שכנים אויף די פאַלאַסטישע באַראַקן.

שאַלזי איז געבוירן געוואָרן קוים צען טאָג פריער. ווען זי האָט צום ערשט אויפגעבראָכן דאָס איי-שאָלאַכץ און ארויסגעשטעקט איר קאָפ צום פרייען וועלט, איז שאַלזי געוועזן פרייליך ביז גאָר. שאַלזי האט געזעהן פאַר זיך אַ וועלט פון קאָליר, פרייהייט, דעמאָקראַטיע און פרידן. זי האָט מיט אַלע כוחות זיך אויסגעריסן פונעם איי און ברובירט זיך צו שלעפן אויף אירע אייגענע פיס. טראָץ וואָס זי איז נאָך געווען שוואַך און דערמאַטערט פונעם געבורט, האָט שאַלזי זיך איבערגעשטרענגט, וויסענדיג אַז אַ גליקליך לעבן וואַרט אויף איר אַצינד.

מיטאַמאָל, האָבן צוויי בלויע הענטשקעס אַראָפגענידערט פונעם דאַך'ס עפענונג. צו שאַלזי'ס שרעק איז נישט געווען קיין עק. שאַלזי האָט נאַטירליך געשפירט, אַז עס הערשט אַ געפאַר, און שאַלזי איז גערעכט געווען. אַ לאַנגע נאָדל האָט איינגעשפריצט אַ מאַסיוון דאָזע האַרמאָנען אַריין אין שאַלזי'ס ריקן. מיט אַזאַ מאָס פון האַרמאָנען אַריין אין אַ פערזאָן, וואָלט יענער זיך לעגאַל אַנטוויקלט צו אַ טרענס היפּאָפּאַטימעס. זינט דאַן, איז דער מצב ביי שאַלזי נאָר געוואָרן ערגער און ערגער מיט יעדעס פאַרבייגייענדע שעה.

שאַלזי האָט געיאָמערט מיט אַ געשריי, ווי כאילו זי ווערט באַגוואַלדיגט. אַזוי הענגענדיג פון דוד הערש'ס בלאַסע הענט, האָט זי באַמערקט ריבקי קומט אַנטקעגן איר.

אויף די שפיצן פון אירע פאָרגאַמאָו שיך, איז ריבקי געגאַנען שטילע טריט ווי אַ באַרג ציג, אויסמיידן'דיג דעם שיכט פון נאַסע אָפפאַל. כאָטש ריבקי איז מער צום קילע זייט, האַלט זי בשיטה, אַז טראַדיציע איז אַ שטארקע זאַך, ספעציעל יעצט, אַז איר דוב'לע איז שוין אַ גרויס יונגל.

דוד הערש האָט אויסגעשטרעקט שאַלזי אין ריכטונג פון ריבקי. ריבקי האָט צוריקגעטרעטן, ווייזענדיג מיט די הענט ווי צו זאָגן, "בשום אין אופן, לייג עס אין אַ באַקס פליז!" האָט ריבקי געזאגט. דוד הערש האָט אַ כאַפגעטון אַ באַקס, און אַריין געשמיסן שאַלזי מיט עקסטאז. ריבקי'ס גלאַציגע נעגל האָבן איבערגענומען דאָס באַקסל מיט פארזיכטיגקייט, און זי האָט אָנגעהויבן ווילד צו שעפשען דעם בְּנֵי אָדָם מיט אירע שנעלסטע מעגליכקייטן.

דער אומשולדיגער שאַלזי איז געווען דערשראָקן צום טויט. זיין נייעם טפיסה איז געווען שאָקעלדיג און טינקל. פון גרויס שרעק, האָט שאַלזי געמאַכט אַן עקסידענט… ווייזט זיך אויס, אַז פחד קען פאָרמירן אַ שילשול, און ס'איז געווען אַ רינעדיגס. פון דרויסן האָט זיך גאָרנישט אָנגעזען; זי איז געשטאַנען שיף און דאָס געהאַלטן אביסל שיף, ניטאַמאָל העכער איר קאָפ.

פונעם קליין לעכל ביים עק פונעם באַקס, איז ארויס אַ חתיכה אין די גרויסקייט פון אַ קליין ווערימל. ריבקי האָט דאָס נישט גלייך באַמערקט. ערשט ווען ריבקי האָט געשפירט אַ פליק אויף איר לינקע שיך, האָט ריבקי געגעבן אַ שפרינג אויף צוריק, ווי כאילו אַ גראַנאַט איז געפאַלן נעבן איר, דאָס האָט נאָכגעפאָלגט מיט אַ מאסיווען קוויטש. ריבקי האָט אַראָפ געשמיסן דאָס באַקס צום ערד, ווי ס'האָט געלאַנדעט מיט מער קראַפט ווי אַ שווערע שטיין.

פאַר אַ רגע האָט שאַלזי פאַרלוירן איר באַוואוסטזיין, אָבער האָט זיך גלייך אויפגעכאַפט און זיך שנעל אָריענטירט. שאַלזי האָט זיך גענומען קלאַפן מיט אירע פליגלען אויף די פּאַפּענדעקל און געקעמפט ווי אַ גיבור. ריבקי האָט אַראָפגעקוקט אויף אירע העל-ברוינע שיך און געשאָקלט אירע פינגער אויסגעשפרייט ווי אַן אָפגעבריהטער, בייסענדיג אירע ליפן פאַר סטרעס. עס האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז שאַלזי האָט זיך אויסגעריסן.

שאַלזי האָט געגעבן אַ שפרינג אין די לופטן אין די ריכטונג פון ריבקי, לאָזענדיג קליינע פעדערן שוועבן אינטער זיך, ווי כאילו ס'איז אַ צירקוס שפיל.

ביידע פיס, איינס, צוויי. עס האָט פאַסירט מילי-סעקונדעס, איינס אָפגעריקט פונעם צווייטן. ריבקי האָט פאַרלוירן באַלאַנס און געכאַפט אַ גליטש מיטן פנים אַראָפּ, צום זומפ פון צואה רותחת. פישוט ידים ורגלים במלוא מובן המילה!

ריבקי'ס מח האָט ארויסגעשיקט אַ שאָק, אַזוי מעכטיג ווי אַ בליץ, וועלעכע האָט דורעכגעריסן איר גאַנצע קערפער דריי מאָל. אַלץ איז געווען פאַרשמירט און איינגעווייקט אין טשיקן זאַפט. ריבקי'ס פנים איז געווארן באשמירט ווי א פורים מאנסטער.

קודם, האָט ריבקי נישט געאָטעמט, זי איז געלעגן פאַרפרוירן ווי א ציגל. ביים אַריינציען דאָס ערשטע אָטעם פון איר נאָז, האָט זי געשפירט אַ גראָך, וואָס א צעווילע אינדיווידואל טוט זעלטן בייוואוינען. זי האָט ניטאַמאָל געקענט שרייען. די רעכטער באַק איז געווען איינגעטונקען ביז רוב פון איר ליפן. אויף-עפנען דאָס מויל, האָט געמיינט פאַר ריבקי פשוט און גראָד: עסן ***...

דער גאַנצע כפרה צענטער איז געשטאנען שא שטיל. פון די הינדלעך האָט מען נישט געהערט קיין פיפס, און פון די מענטשן האָט מען נישט געהערט קיין טריט. אַלס איז געשטאנען אויף פאזע. אַלץ וואָס מען האָט געהערט, איז ריבקי'ס צוויי הענט זיך פאָרענען אויף די פּלאַסטיק.

ריבקי האָט אויסגעדרייט איר קאָפ און אויפגעהויבן אירע אויגן. זי איז געווען זיכער, אַז אַרום איר שטייען גוטע אידן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, גרייט צום העלפן, אָבער צו ריבקי'ס איבעראַשונג, האָט זי בלויז געזעהן, ווי מענטשן קענען איר נישט קוקן אין פנים, און די וועלכע קענען יאָ, שטייען מיט טעלעפאונען און פאַראייביגן דאס מאָמענט.

אַ געפיל פון נקמה האָט אויפגעשיינט ביי שאַלזי אין האַרץ. שאַלזי האָט אויסגעшטרעקט צו ריבקי דעם מיטעלסטן פינגער, שרייענדיג מיט עקסטאַז דעם אַלעמען באַקאַנטן פיי וואָרט. ריבקי איז געלעגן כמעט פאַרלעזירט, איר מוח האט געשטורעמט ווי א שטורעם-שאטן-מיסיל. זי האָט געוואָלט, אַז אַ טראַקטאָר-טרעילער זאָל איר פאַטאַל איבערטרעטן און מאַכן אַ סוף צום סצענע.

ריבקי האָט ברובירט צו שפייען און אזוי אַראָפּנעמען די שמוץ פון אירע ליפן, אָבער צום פרייד פון שאלזי, האָט דאָס געמאכט דאס פאַרקערטן אַפעקט. די אָפפאַל האָבן אַריינגעדרינגען ביז אירע ציינער און אָנגערירט דאָס שפיץ פון איר צינג. יעצט האָט ריבקי באַשטעטיגט, אַז שמעק און טעם זענען צוויי באַזינדערע מדריגות, זיך שטיקענדיג דערויף.

פונעם צוועלעפטן שטאָק, האָט איין כפרה כעסיג אראָפגעשריגן: "מרת שטאַרצמאַן! שטיקט אייך אויף אונזער דרעק!" א צווייטער הינדל פונעם פופטן שטאָק, האָט מיט ס'לעצט פאַרבליבענע כוחות זיך אויסגעקלאָרט דאָס האַלז, און זיך אָנגערופן הייזעריג: "געט אַ בליק, יעצט קוקט מרת שטאַרצמאַן אַרום מיט די הינער-אויגן…" [געלעכטער].

איין טשיקן, צוזאַמען מיט נאָך אַ קליין הייפעלע כפרות, האָבן גענומען די קאָראַזש און אָנגעהויבן זיך אינטער ברימען דעם באַקאַנטן וְנַהֲפוֹךְ הוּא פון מיילעך קאהן: וְ-נַֹ וְ-נַהֲפוֹךְ הוּא, אֲשֶׁר, אֲשֶׁר, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים, הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם… ווען ס'איז געקומען צום הויכען פאַל, האָבן שוין אַלע מיטגעזינגען אָן קיין מורא, קלאַפענדיג מיט די פליגלען צום טאַק פון די ניגון. עס האָט זיך געהערט מיט אַ הויעכקייט און שטאַרקייט ווי פון אַ מיליטער, וואָס מאַרשירט אהיים נאָכן איינעמען צוויי קאָנטינענטן. וְנַהֲפוֹךְ הוּא! אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ! הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶהֶהֶם, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים-דִים-דִים, הֵהֵהֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם…

שאַלזי האָט אינאַכט גענומען, אַז קיינער זעהט נישט, ווארים דער עולם שטייט פאַרלוירן, קוקנדיג ווי ריבקי קלייבט זיך צוזאַם. "פון דעם כפרה צענטער קומט קיינער נישט צוריק קיין לעבעדיגער," האָט זיך שאַלזי דאָס איבער געחזרט איינמאָל און נאָכאַמאָל. שאַלזי האָט נישט געטראַכט קיין צוויי, נאָר אויסגענוצט די קריטישע מאָמענטן, און אַ פלינקער איז שאַלזי אַנטלאָפן אַזוי ווייט, ווי די אויג קען זעהן, צו אַ לעבן פון גלאַנץ און מנוחה.
א מייסטערארבערט....
אזש אז ליינענדיג שמעקט דא פלוצלונג פון כפרות... עמיר גיין בודק זיין צו א טשיקען האט זיך נישט אריינגעכאפט דא....
 
היינטיגע צייטן איז שוין דא כפרה טראקס, ס'פארט ארום אין ס'זינגט עפעס א ניגן אזוי ווי אייזקרים טראקס, מיט בחרים, וואס מאכן די גאנצע זאך. ריבקי דארף שוין בכלל נישט גיין און ערגעץ.
 
חוץ אז זי טיט עס עכט נאר פאר די טראדישען, דארף מען יא דארך גיין די גאנצע זאך :ROFLMAO:
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top