- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 114
- רעאקציע ראטע
- 1,225
- פונקטן
- 223
דער פאלגענדע ארטיקל איז צום ערשט פארעפענטליכט געווארן אויף קאווע שטיבל.
געערטער רבונו של עולם.
איך וויל מיט דיר מאכן א בייט. אפשר מאכט מען א טויש? ווייסט דאך, יעדער האט ליב טשעינדזשעס, איז אפשר דאך זאלן מיר זיך טוישן פאזיציעס. דו וועסט זיך אראפ קומען דא אונטן אויף דעם עולם השפל און לעבן אויף דעם פלאנעט און איך וועל ארויף גיין אויבן זיך זעצן אויפן כסא רם ונשא ארום גענומען מיט מלאכים און שרפי מעלה עושי רצוני.
דו וועסט זיך ספראווען מיט אלע נסיונות דא אויף דעם וועלט, דו וועסט ארבעטן פאר פרנסה און פארדינען אויסגעהארעוועטע געלט וואס וועט ווערן פארשווענדעט פאר נארישקייטן און דאן וועסטו זיך זען אויסגעזעקלעט. דו וועסט דא ארום וואנדערן זיך וואונדערדיג טאמער דו בוסט וויכטיג פאר איינעם, טאמער אין הימל וויל מען דיך מיט דיין עבודה און קיינער וועט נישט קענען ענטפערן אויף דיינע פראגן, דו וועסט לעבן צווישן מענטשן און זיכן רעפוטאציע, כבוד און שטעלע און דארפן געבן כבוד פאר אלע שיינע מכובדים.
דו וועסט דארפן ווארטן אין די שורה צו באצאלן פאר די גרויסעריי און אריבער גיין סעקיורעטי אינעם עירפארט נאכן זיצן אין טרעפיק א שעה צייט און דאן זיכן פארקינג נאך פערציג מינוט און דאס אלעס א פערטל שעה פאר די געיט מאכט זיך צו. און מיך, וועלן אלע דארפן געבן כבוד און שעצונג און קיין סוף און וויפיל זיי געבן וועט עס נישט זיין קיין טיפה של ים צו וויפיל עס קומט זיך מיך. דו וועסט זיין אין אנגסט און נישט וויסן וואס דער מארגן גייט ברענגן און איך וועל זיין דער צופה ומביט מסוף העולם ועד סופו עד סוף כל הדורות.
דו וועסט זיך מישטען מיט יעדער זאך און פרובירן צו זיין בשמחה טראץ די אלע אומשטענדן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך און איך וועל צערענען יעדער מאל וואס דו באגייסט א זינד און מיט פיל רחמים וועל איך ווארטן פאר דיין תשובה.
דו וועסט פאלן און פרובירן זיך צו הייבן איין מאל און נאך אמאל און ווידער אמאל ביז דו וועסט פילן אז עס לאזן זיך אויס אלע דיינע אויסזוכטן זיך אויפצושטעלן און איך פון אויבן וועל פארשרייבן אלע דיינע טאהטן און נישט פארקוקן קיין שום זינד אדער מצוה וואס די בוסט באגאנגען,
דו וועסט וואנדערן אכציג בלוטיגע יאר אויף דעם פלאנעט און דאן וועל איך באשליסן טאמער עס קומט זיך די שכר.
דו וועסט דארפן צו קוקן וואס עס טוט זיך דא אויף דעם וועלט מייט דיינע פליישיגע אויגן און איך וועל זיין דער דערבארעמדיגע פאטער מיט ענדלאזע רחמנות וואס קען נישט צוקוקן ווי א איד האט צער.
איך וועל פארמשפט'ן דער וועלט איינמאל א יאר און באשלוסן ווער עס וועט לעבן און ווער עס וועט שטארבן ווער עס וועט ליידן און ווער וועט לעבן רואיג ווער וועט זיין רייך און ווער ארעם און דיין אויפגאבע וועט זיין צו ערוועקן מיין רחמנות און שטילן מיין צארן מיטן קול פונעם שופר.
דו וועסט זיך בעטן ביי מיך פאר דיינע טאג טעגליכע געברויכן און איך וועל באשטימען טאמער עס קומט זיך דיך.
צו מיך וועט געהערן אלע פארמעגענס אויפן וועלט און דו וועסט זיך דארפן בעטן ביי מיך פאר א שטיקל ברויט און מיך באערן און דערהייבן מיט אלע לשונות פון לויב ווען איך געב דיך דיינע הויזן אנצוטון אינדערפרי.
נו, דו גייסט איין דערצו? טאמער נישט, ביטע פארשטיי אונז אז מיר וועלכע זענען יא דא פארשטעקט פאר אכציג יאר אָן אונזערע ווילן אדער הסכמה און פרובירן דאך צו טוהן אונזערע בעסטע לויט אונזערע אומשטענדן טראץ דעם וואס מיר זענען אזוי מאכטלאז, עמפינדליך און שוצלאז. ביטע, אז דו ווילסט זיך נישט בייטן דאן ווייניגסטנס, פארגעב.
פלאנעט ערד, סאלאר סיסטעם,
אריאן ארעם, מילך וועג,
ווירגא סופערקלאסטער,
באקאנטע אוניווערס.

מיט פיל טרויער, ליבשאפט, ווייטקייט, האפענונג, יאוש, ערווארטונג, אנטוישונג, שטרעבונג און האס.
דיין זון וועלכער דו האסט פארלאסט.
דיין זון וועלכער דו האסט פארלאסט.