ערנסקייט שאצונג - חברי כנסת ישראלי 25'

א דזשוק איז מיר אריין אין קאפ, צו אפשרייבן מיינע 'ערנסקייט' אפשאצונגען איבער די חברי כנסת הישראלי.

די 'ערנסקייט' פון וואס איך רעד, נעמט אריין צוויי עיקר קריטעריעס.
א. די ערשטע קריטעריע, איז ווי וויכטיג די לאנד איז פאר זיי, קעגן זייער פערזענליכע אדער פארטייאישע טובה.
ס'זענען טאקע דא ווייניג מענטשן וואס מ'קען זאגן אויף זיי, אז זיי וועלן אינגאנצן בעפארצוגן די לאנד, איבער זייער פערזענליכע טובה (דאס נעמט א ודאי אויך אריין, לייגן די מדינה העכער א אייגענע שאדן), ובפרט צווישן פאליטיקאנטן. אבער יעדער פארשטייט, אז א נבחר ציבור דארף שטעלן די לאנד אויף דער ערשטער פלאץ – לפחות אין די ערשטע צען מחשבות – און נאר דערנאך זיין אייגענע אדער פארטייאישע טובה.
סאו די ערשטע קריטעריע איז ווען קומט זיין פערזענליכע טובה? איז עס זיין ערשטע מחשבה, צווייטע, אדער נאר די צענטע?

ב. די צווייטע קריטעריע, איז ווי ערנסט זיינע סטעיטמענטס זענען, און וויפיל ער מיינט די טובה פון די לאנד מיט זיינע סטעיטמענטס.
דאס מיינט, ווען א פאליטיקאנט זאגט א סטעיטמענט, קען ער מיינען 100% זיינע ווערטער וואס ער זאגט, אדער ער קען מיינען 100% עפעס אנדערש, און ער דרייט דיר נאר דא א קאפ. און פארשטייט זיך, עס קען זיין 25%, 75%, אדער עפעס אינצווישן.
צווייטנס, ס'קען זיין א פאליטיקאנט וואס זאגט טאקע 100% וואס ער האלט, אבער כאטש ער רעדט כאילו ער מיינט די טובה פון די לאנד, מיינט ער באמת גאר עפעס אנדערש (צו אייגענע פאליטישע טובה, צו פאליטישע אגענדעס וכדו').

בקיצור: ווען איך שאץ אפ א פאליטיקאנט, וועל איך קוקן ווי וויכטיג די לאנד איז פאר אים. און ווי ערליך ער מיינט עס ווען ער רעדט פון די מדינה.

פארשטייט זיך אז ווען כ'שרייב 100% מיינט עס נישט פשוטו כמשמעו, ס'שווער צו טרעפן א פאליטיקאנט איבער די וועלט וואס מ'קען אים געבן א 100% צייכן (אויסער אפשר מוסי רז). 100% מיינט די נענסטע צו שלימות וואס מ'קען פאדערן פון א פאליטיקאנט. פון 90% און העכער.
אזוי אויך, ווען איך שרייב 100% מיינט עס נישט אז איך בין מסכים מיט זיינע השקפות און ווערטער, כמובן.

גילוי נאות א': איך בין מער גענויגט צו לינקס, ווי די קרעמלער ווייסן שוין מסתמא.
גילוי נאות ב': מיין אפשאצונג איז נישט קיין אקאדעמישע אפשאצונג, אויסהערנדיג שמועסן און אינטערוויא'ס וכדו' כדי אפצולערנען דעם מענטש. נאר ס'קומט בהשקפה ראשונה, מיין איינדרוק נאכן הערן און זעהן במשך די יארן, שמועסן פון דעם מענטש, ארטיקלען בעד און קעגן וכדו'.
א פאליטיקאנט וואס איך קען אים קוים (כמעט נישט געהערט, געליינט וכו'), אדער כ'האב נישט קיין אפגעמאכטע מיינונג, האב איך בכלל נישט אריינגעלייגט אין די ליסטע.

פארשטייט זיך אז יעדער קען מוסיף זיין, קריטקירן אדער אראפנעמען. ויגדיל תורה ויאדיר.

מפלגת הליכוד
נאמען%טיטל
ביבי נתניהו0 (אפשר אפילו מיינוס אדער צוויי...)ראש ממשלה
יולי אדלשטיין35יו"ר ועדת חוץ ובטחון (ארבעט איבער די חוק הגיוס)
אמיר אוחנה0יו"ר הכנסת
דוד ביטן0יו"ר ועדת הכלכלה
יואב גלנט45מלפנים שר הבטחון
יריב לוין100שר המשפטים
ישראל כץ0שר הבטחון
מאי גולן0השרה לשוויון חברתי וקידום מעמד האישה
אביחי בוארון, טלי גוטליב, גלית דיסטל אטבריאן, ניסים ואטורי, חנוך מילביצקי, בועז ביסמוט, אריאל קלנר0חברי כנסת
משה סעדה30חבר כנסת
שלמה קרעי0שר התקשורת
עמיחי שיקלי10שר התפוצות והמאבק באנטישמיות
עידית סילמן0שרה להגנת הסביבה

מפלגת ש"ס
אריה דרעי0יו"ר ש"ס, חבר כנסת

מפלגת יהדות התורה (אגודה ודגל)
משה גפני100יו"ר ועדת הכספים (דגל)
יצחק גולדקנופף0שר השיכון (אגודה)
מאיר פרוש0שר ירושלים ומסורת (אגודה)
ישראל אייכלער0יו"ר ועדת העבודה והרווחה (אגודה)

מפלגת ציונות דתית
בצלאל סמוטריץ'0שר האוצר
שמחה רוטמן40יו"ר ועדת חוקה ומשפט
אורית סטרוק100שרת ההתיישבות
צבי סוכות15חבר כנסת
אופיר סופר50שר העלייה והקליטה

מפלגת עוצמה יהודית
איתמר בן גביר0שר ביטחון לאומי
לימור סון הר מלך100חברת כנסת
יצחק וסרלאוף0שר הנגב והגליל והחוסן הלאומי
עמיחי אליהו0שר המורשת

מפלגת הימין הממלכתי
גדעון סער0שר החוץ
זאב אלקין0 (פלעגט זיין קרוב צו 100, אבער לעצטנס, א רונדעכיגע אפס)שר במשרד האוצר
שרן השכל0סגנית שר החוץ

מפלגת נועם
אבי מעוז100מ. סגן שר במשרד ראה"מ

מפלגת יש עתיד
יאיר לפיד35יו"ר המפלגה
ולדימיר בליאק100
קארין אלהרר50
נאור שירי15
עידן רול0פרש מיש עתיד

מפלגת המחנה הממלכתי
בני גנץ100יו"ר המפלגה
גדי אייזנקוט100
חילי טרופר, מתן כהנא65

מפלגת ישראל ביתנו
אביגדור ליברמן30יו"ר המפלגה

מפלגת העבודה
יאיר גולן100יו"ר המפלגה (אינו בכנסת)
נעמה לזימי100
גלעד קריב65

מפלגת רע"ם
מנסור עבאס100יו"ר המפלגה
 
פארוואס איז בן גביר א 0?

איז ער נישט ארויס פון כנסת, אויף זיין ווארט, צופרידן צו שטעלן זיין באזע, און צו האלטן זיין ווארט, און לדעתו אויפצוטוהן פארן לאנד
אפילו פאר פאליטיק לוינט עס נישט?
 
יאיר גולן גיבסטו 100
די ערשטע קריטעריע, איז ווי וויכטיג די לאנד איז פאר זיי, קעגן זייער פערזענליכע אדער פארטייאישע טובה.
די לאנד איז בכלל וויכטיג פאר אים?
דער שונא ישראל, וואס וויל אז זיין לאנד זאל אויסזעהן פונקט ווי דער שמייליגער פון איראן וויל, אים גיבסטו 100?

און וויפיל ער מיינט די טובה פון די לאנד מיט זיינע סטעיטמענטס.
וויפיל די טובה אדער וויפיל די פארקערטע?
מיט זיין לעצטע סטעיטמענט, ווי יעדע שונא ישראל האט זיך בארימט מיט, מיינט ער די טובה?

נישט קיין 0 קומט אים, נאר סאך סאך ארגער

ימח שמו וזכרו
 
נתניהו וויל איך נישט אריין גיין, איך בין נישט גוט און שאצונג אבער מער ווי 60 קומט אין זיכער

פאר א סיבה איז ער דערווייל די לענגסטע פ''מ אין מד''י ...
 
איז אזוי, קודם ייש"כ @עמרם פארן רעאגירן. בנגביר איז א ביליגער ליידיגער פאפאליסט, וואס מיום עמדו על דעתו, שפילט ער ארום מיט אידיש בלוט ווי וואסער, קען מידיע און תקשורת בעסער ווי יעדן, קען שרייען צוזאגן און יאמערן און טאנצן פון איין פראוואקציע צום צווייטן, אבער למעשה קען ער גארנישט טון.

דיין קשיא האב איך נישט פונקט פארשטאנען, לויט ווי איך פארשטיי פרעגסטו וועגן דאס וואס ער איז ארויס פון די ממשלה אפאר חדשים צוריק. כ'זעה נישט אז דאס מאכט אים מער ערנסט (אויפגעבן אויף זיין מיניסטער בענקל ווס. באפרייען חטופים). ער האט געהאט פארזיכערונגען פון אלע זייטן, אז ער קומט צוריק אין אפאר חדשים, סאו וואס האט ער אויפגעטון? אז סה"כ קען ער זאגן, אז ער לאזט נישט אונטער זיין ממשלה מאכן א הפסקת אש? עפעס מער ווי א פאליטישע ספין?
זאג מיר, די פשיעה בחברה הערבית האט ער מצליח געווען צו אראפנידערן? אזוי ווי ער האט געטענה'ט אלע יארן אין אפאזיציע? נישט ממש, ס'האלט אין איין ארויפגיין. נישט נאר דאס, נאר די פאר פלענער וואס די פריערדיגע ממשלה האט שוין מצליח געווען איינצופירן, און ס'האט שוין געוויזן פעולות בשטח, האט ער אפגעשאפן.
פיגועים, האט ער מבטל געווען? נישט ממש, 7/10 איז געשען אונטער זיין זייגער. וואס פונקטליך האט ער אויפגעטון אויסער ארויפגיין אויפן הר הבית, און אוועקנעמען פיתות פון די אסירים בטחוניים? הכי קרא שמו 'שר הפיתות'.

דאס מיינט ביי דיר א ערנסטער מיניסטער? קומט אים דען מער ווי א גרויסן רונדעכיגן זירא?! ער קען גוט סלאגאנען און קאמפיינ'ס, עפעס מער ווי דעם? זילטש.


יאיר גולן האב איך געגעבן 100, כאטשיג איך קען נישט און וויל נישט זאגן, אז איך בין מסכים מיט אים יעדן ווארט. און וואלט איך געוואוינט אין ישראל, וואלט איך לכאורה נישט געשטימט פאר אים.
אבער דאך האלט איך אז דער מענטש איז אן ערנסטער - וואס אויף דעם איז די ארטיקל געבויעט. יאיר גולן, זאגט וואס ער האלט, און זיינע שיטות זענען לטובת די מדינה לפי דעתו. מ'קען זיך דינגען מיט אים, מ'קען זיך טענה'ן מיט אים, אבער ער איז אן ערנסטער מענטש. א סגן רמטכ"ל אין די צבא, א לוחם וואס איז ארויסגעלאפן 7/10 אינדערפרי צו ראטעווען זיינע ברודער און שוועסטער, בשעת דיינע "ערנסטע" מענטשן זענען געזעצן און זיך באראטן מיט די חברים, וויאזוי מאכן מען זיכער אז די בראך פאלט אויף יעדן'ס קאפ, נאר נישט זייער'ס.

זיין היינטיגע סטעיטמענט איז טאקע געווען אביסל גליטשיג. דאך האלט איך נישט אז ער איז אזוי וועי אףף. דא קענסטו ליינען א שרשור, פון איינער וואס זאגט גאנץ ענליך צו וואס איך וואלט געזאגט.


בני גנץ איז א רונדעכיגע 100'טער. דער מענטש האט שוין צאמגעלייגט זיינע פאליטישע קאריערעס מער ווי איין מאל, ווען ער האט געהאלטן אז די מדינה דארף אים האבן.
כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט, פאר פינף יאר צוריק, איז בני גנץ געווען דער ראש פון די גרעסטע פארטייען אין ישראל. 35+ מאנדאטן. נעקסטע בחירות האט ער געמאכט 8, ווייל ער איז מיטגעגאנגען מיט ביבי בשעת די קאראנע (אויך פארשטייט זיך אז יש עתיד האט זיך אפגעטיילט פון אים, אזוי אויך יעלון וכו', אבער דאס איז אלס געווען ווייל ער איז מיטגעגאנגען מיט ביבי). ער האט עס געטון פאר איין סיבה, ווייל ער האט ליב די לאנד, און בשעת אזא סכנה האט ער נישט געקענט שטיין אין די זייט.
ער האט עס געטון נאכאמאל פאר א יאר און א האלב, ווען פאולס האבן אים געגעבן 40 (!) מאנדאטן, און ער האט דאס אלס פארלוירן, שטייענדיג היינט אין די פאולס ביי די געגנט פון 12, אויך נאר פאר איין סיבה, ער איז אריין אין ביבי'ס ממשלה, בשעת הסכנה, בשעת די מלחמה.
זאגסטו מיר אז מ'דארף לאכן אז ער איז א 100'טער?! ס'נישט אז איך וואלט געשטימט פאר אים, למעשה איז ער א שטיקל תמים, ער טוט זייער ווייניג, וכו' וכו'. אבער אן ערנסטער פאליטיקאנט איז ער.


ביבי'ן האב איך שוין מספיד געווען במקום אחר ומשם תדרשנו.
 
סארי

יעדער שאצט וויאזוי ער זעהט...

איך, מיטהאלטנדיג די נייעס פון מד''י שוין א שיינע פאר יאר, זעה אין די לינקע דארט נאך אסאך ארגער ווי די לינקע און אמעריקע,
חוץ וואס זיי זענען (לדעתי) פארפוילטע מענטשן סתם אזוי, קענען זיי אלע באשטיין אז די גאנצע מדינה זאל חרוב ווערן, אבי ביבי זאל אראפ גיין פון בענקל

ס'מאכט נישט אויס ווער ביבי איז, אבער ער האט געוואונען די וואלן, און דאס איז וואס די פאלק וויל
און אזעלכע וואס קענען באשטיין אז די מדינה זאל חרוב ווערן, אבי דער ערוויילטער זאל נישט באקומען זיין פארדינטע בענקל, אזעלכע מיינען נישט די טובה פון די לאנד, און נישט פון די בירגער
אזעלכע זענען נישט ווערד און מיינע אויגן מער ווי א ווילדער הינט

(דו האסט פיינט שר בן גביר ווייל ער גייט אויף די הר הבית, און איך האב אים פארדעם ליב!
יא איך ווייס אז ס'רעגט אויף די אראבערס, פארגעס אבער נישט אז די גאנצע אויפשטעלן מד''י, האט זיי זייער שטארק אויפגערעגט, און פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מ'דארף זיי עס נישט צוריק געבן (חוץ כומעני פון איראן מיט זיינע לינקע חברים פון מד''י...) פונקט אזוי האט ער אלע רעכטן ארויף צו גיין)
 
איך האב פיינט בנגביר ווייל ער גייט ארויף אויפן הר הבית?! פון וואו נעמסטו דאס?
מיין זלזול אין אים איז, אז דאס איז די איינציגסטע אויפטוה זיינעם.

די לינקע האלטן אז ביבי שפילט שוין לאנג נישט אין די געים פון דעמאקראטיע, און ער לייגט חרוב זייער לאנד. אשר על כן, וועלן זיי נישט קוקן אויף זייערע אקציעס (צו אראפברענגען ביבי) אויב ס'מאכט חרוב די לאנד, וויבאלד אז ביבי איז אויפן בענקל ווערט מילא חרוב די לאנד.
און פארגעס נישט, די לינקע זענען נישט די גרויסע חסידים פאר א"י, ס'הייסט, זיי האלטן נישט אז דאס איז אתחלתא דגאולה און אלע ש*ט. זיי זענען טאקע ציונים במובן הנציונלי, אבער אויב זעט מען אז די עקספערימענט געלונגט נישט, און אזוי ווי די ערשטע צוויי מקדשות, ווערט די אידישע מלוכה חרוב דורך זייערע פירער, גייען זיי וואוינען אין מיאמי.

ואגב, איך האב געברענגט קאנקרעקטע ראיות צו מיינע ווערטער. איך גלייב אז ווען דו טענה'סט אנדערש, וואלט געווען גלייך אויך צו ברענגען ראיות, כדי איך זאל האבן וואס צו ענטפערן. און נישט סתם ארויסלייגן סטעיטמענט'ס, ווי 'די לינקע זענען פארפוילטע מענטשן' וכדו'. ווען די גרעסטע קארופטירטע ממשלה זענען די רעכטע ממשלות.
 
איך קען נישט אלע חברי הכנסת, וועל איך נאר שרייבן מיין מיינונג אויף די פאר באקאנטע:

ביבי נתניהו 55
יואב גאלאנט 70
בצלאל סמוטריץ 100
איתמר בן גביר 45
גדעון סער 50
יאיר לפיד 25
בני גאנץ 65
אביגדור ליברמן 15
יאיר גולן 5
מנסור אבאס 0
 
איך האב פיינט בנגביר ווייל ער גייט ארויף אויפן הר הבית?! פון וואו נעמסטו דאס?
מיין זלזול אין אים איז, אז דאס איז די איינציגסטע אויפטוה זיינעם.

די לינקע האלטן אז ביבי שפילט שוין לאנג נישט אין די געים פון דעמאקראטיע, און ער לייגט חרוב זייער לאנד. אשר על כן, וועלן זיי נישט קוקן אויף זייערע אקציעס (צו אראפברענגען ביבי) אויב ס'מאכט חרוב די לאנד, וויבאלד אז ביבי איז אויפן בענקל ווערט מילא חרוב די לאנד.
און פארגעס נישט, די לינקע זענען נישט די גרויסע חסידים פאר א"י, ס'הייסט, זיי האלטן נישט אז דאס איז אתחלתא דגאולה און אלע ש*ט. זיי זענען טאקע ציונים במובן הנציונלי, אבער אויב זעט מען אז די עקספערימענט געלונגט נישט, און אזוי ווי די ערשטע צוויי מקדשות, ווערט די אידישע מלוכה חרוב דורך זייערע פירער, גייען זיי וואוינען אין מיאמי.
דאס ממש איז די פראבלעם מיט די לינקע, סאיז אדער מיין וועג אדער גארנישט. אויב רוב מדינה ווערט רעכט און כמובן ריקט זיך דאס לאנד אין יענע דירעקציע, דעמאלטס זאל די מדינה גיין אין די אדמה.

פאר די ערשטע 30 יאר ווען די מדינה איז געווען א לינקע לינקע מדינה איז נישט איינגעפאלן פאר די רעכטע צו חרוב מאכן דאס לאנד. ווען מדנ״י האט אין 2005 איבערגעגעבן עזה פאר כאמאס קעגן די ווילן פון רוב באפעלקערונג, האבן די רעכטע נישט גערופן פאר סרבנות.
 
איך גיי נישט יעצט אריין אין אלע נעמען, אבער א אינטערסאנטע באמערקונג זע איך, אז פון די רעכטע זייט האסטו געגעבן די בעסטע רעפארט קארד פאר ציונות הדתית, רוב חברה דארט האסטו געגעבן עטליסט עפעס העכער זעראו.

איך טראכט שוין לאנג אז דארט איז די זאך, זיי מיינען די מערסטע וואס זיי זאגן.

בעסייד דע פוינט וואס זיי באדערט די מדינת פראבלעמען מער ווי עניוואן עלס, ווייל זיי וואלטן נישט געמופט קיין מיאמי אזוי ווי די לינקע, אפילו די מדינה זאל ווען אויסקוקן ווי סאמאליע וואלטן זיי דארט געבליבן, זיי געבן די מערסטע בלוט אין די מלחמות פאר די לאנד.
 
לעצט רעדאגירט:
און פארגעס נישט, די לינקע זענען נישט די גרויסע חסידים פאר א"י, ס'הייסט, זיי האלטן נישט אז דאס איז אתחלתא דגאולה און אלע ש*ט. זיי זענען טאקע ציונים במובן הנציונלי, אבער אויב זעט מען אז די עקספערימענט געלונגט נישט, און אזוי ווי די ערשטע צוויי מקדשות, ווערט די אידישע מלוכה חרוב דורך זייערע פירער, גייען זיי וואוינען אין מיאמי.
בקיצור, דו זאגסט קלאר אז זיי זענען נישט קיין חסידים פון די מדינה, און פון זייער זייט זאלן די אראבערס צירוק נעמען...
סא אין מיין אפשאצונג כלפי זייער ערנסקייט אין די תחום פון זיין א חבר הכנסת איז 0
ווייל זיי זיכן בכלל נישט אז ס'זאל זיין א מדינה, וא''כ גייט זיי בכלל נישט אהן די מדינה'ס אינטערסן
 
די לינקע האלטן אז ביבי שפילט שוין לאנג נישט אין די געים פון דעמאקראטיע, און ער לייגט חרוב זייער לאנד. אשר על כן, וועלן זיי נישט קוקן אויף זייערע אקציעס (צו אראפברענגען ביבי) אויב ס'מאכט חרוב די לאנד, וויבאלד אז ביבי איז אויפן בענקל ווערט מילא חרוב די לאנד
סארי אבער פאר א סיבה איז ער אזוי לאנג אויפן בענקל

די פאלק איז מער צופרידן פון אים, ווי סיי ווער
 
זיי האלטן נישט אז דאס איז אתחלתא דגאולה און אלע ש*ט.
ס'קומט נישט דא אריין אתחלתא דגאולה

תש''ח האבן אידן געוואלט גרינדן אן אייגען לאנד, מ'האט געמאכט אן ביטערע מלחמה, און מ'איז ארויס זיגרייך
מ'האט איינגענומען די שטח וואס מ'האט געוואלט

ס'איז דא אזעלכע וואס זענען פארשטייט זיך נישט צופרידן, און פראבירן אנציזייען כאאס וכו'
די עצה איז קעיר נעמען פון זיי!

קומט איינער, און זעצט זיך אריין אין די פארלאמענט, ווי כאילו ער איז דא פאר די נייע לאנד, און בו בזמן פארראט ער זיין לאנד
דעס זענען די לינקע
אין די ערד זאלן זיי אלע גיין
 
מ'האט אנגעפאנגען א שנירל וועגן מדינת ישראל און @עמרם איז דא מיט פרישקייט, א נייע אוואטאר,
1747793497902.png
:ROFLMAO: :ROFLMAO:
 
ווייל זיי זיכן בכלל נישט אז ס'זאל זיין א מדינה, וא''כ גייט זיי בכלל נישט אהן די מדינה'ס אינטערסן
קליינע תיקון טעות: אן ערוויילטער פאליטישאן איז דא צו רעפרעזענטירן די וואס האבן איהם אריינגעשטעלט, לאו דווקא די 'אינטערעסן פון די מדינה'.
(אין א געזונטע דעמאקראטיע איז די אינטערעסן פון די מדינה די זעלבע ווי די אינטערעסן פון רוב וויילער. ופשוט הוא)
 
קליינע תיקון טעות: אן ערוויילטער פאליטישאן איז דא צו רעפרעזענטירן די וואס האבן איהם אריינגעשטעלט, לאו דווקא די 'אינטערעסן פון די מדינה'.
(אין א געזונטע דעמאקראטיע איז די אינטערעסן פון די מדינה די זעלבע ווי די אינטערעסן פון רוב וויילער. ופשוט הוא)
@עמרם האט זיך באצויגן צו 👇
די ערשטע קריטעריע, איז ווי וויכטיג די לאנד איז פאר זיי, קעגן זייער פערזענליכע אדער פארטייאישע טובה.
@כספי רעדט פון ערנסטקייט אין די לאנד, נישט וויילער.
 
בועז ביסמוט א 0 ? קענסט אים זיכער נישט
משה גפני 100 🤣🤣🤣
מנסור עבאס וואלסטו געקענט געבן א 100 ווען די רעכנסט וויפיל ער מיינט די טובה פון זיינע וויילער נישט אויב די רעכנסט די טובה פון די לאנד אזויווי די האסט געשריבן אין סעיף א
 
מפלגת הליכוד
נאמען%טיטל
ביבי נתניהו0 (אפשר אפילו מיינוס אדער צוויי...)ראש ממשלה
יולי אדלשטיין0 (100)יו"ר ועדת חוץ ובטחון (ארבעט איבער די חוק הגיוס)
אמיר אוחנה0יו"ר הכנסת
דוד ביטן0יו"ר ועדת הכלכלה
יואב גלנט45מלפנים שר הבטחון
יריב לוין100שר המשפטים
ישראל כץ0 (75)שר הבטחון
מאי גולן0השרה לשוויון חברתי וקידום מעמד האישה
אביחי בוארון, טלי גוטליב, גלית דיסטל אטבריאן, ניסים ואטורי, חנוך מילביצקי, בועז ביסמוט, אריאל קלנר0
(ביסמוט 100)
חברי כנסת
משה סעדה30 (80)חבר כנסת
שלמה קרעי0שר התקשורת
עמיחי שיקלי10(100)שר התפוצות והמאבק באנטישמיות
עידית סילמן0שרה להגנת הסביבה

מפלגת ש"ס
אריה דרעי0יו"ר ש"ס, חבר כנסת

מפלגת יהדות התורה (אגודה ודגל)
משה גפני100(0)יו"ר ועדת הכספים (דגל)
יצחק גולדקנופף0שר השיכון (אגודה)
מאיר פרוש0שר ירושלים ומסורת (אגודה)
ישראל אייכלער0יו"ר ועדת העבודה והרווחה (אגודה)

מפלגת ציונות דתית
בצלאל סמוטריץ'0 (40)שר האוצר
שמחה רוטמן40 (70)יו"ר ועדת חוקה ומשפט
אורית סטרוק100(20)שרת ההתיישבות
צבי סוכות15חבר כנסת
אופיר סופר50 (80)שר העלייה והקליטה

מפלגת עוצמה יהודית
איתמר בן גביר0שר ביטחון לאומי
לימור סון הר מלך100חברת כנסת
יצחק וסרלאוף0שר הנגב והגליל והחוסן הלאומי
עמיחי אליהו0שר המורשת

מפלגת הימין הממלכתי
גדעון סער0שר החוץ
זאב אלקין0 (פלעגט זיין קרוב צו 100, אבער לעצטנס, א רונדעכיגע אפס)שר במשרד האוצר
שרן השכל0סגנית שר החוץ

מפלגת נועם
אבי מעוז100 (0)מ. סגן שר במשרד ראה"מ

מפלגת יש עתיד
יאיר לפיד35 (0)יו"ר המפלגה
ולדימיר בליאק100
קארין אלהרר50
נאור שירי15
עידן רול0פרש מיש עתיד

מפלגת המחנה הממלכתי
בני גנץ100 (50)יו"ר המפלגה
גדי אייזנקוט100
חילי טרופר, מתן כהנא65 (100)

מפלגת ישראל ביתנו
אביגדור ליברמן30 (0)יו"ר המפלגה

מפלגת העבודה
יאיר גולן100 (0)יו"ר המפלגה (אינו בכנסת)
נעמה לזימי100
גלעד קריב65

מפלגת רע"ם
מנסור עבאס100 (0)יו"ר המפלגה
געדיט לשטתי
לייג ארויס א טשארט מיט אלע 120 חברה
 
@כספי דיין חשבון איז נישט קאהערענט. דו גיבסט יאיר גולן א הונדערטער ווייל ער כלשונך איז "אן ערנסטער מענטש וואס איז געווען א סגן רמטכ"ל און זיינע שיטות זענען לדעתו לטובת די מדינה"- לייג אין א זייט אז לדעתי איז די מיליטעריסטישע קרייטעריע נישט די ריכטיגע ווייל די גענעראלן זיינען די זעלבע חדלי אישים פון פאליטישענס און די מיטאס פון "ער האט מקריב זיינע יארן צו דינען די מדינה" איז גוט אויף א חייל גולני וואס צורייסט זיין תחת אין מילואים נישט אויף גענעראלן וואס דאס איז זייערע לעבנס קאריערע מיט א דזשאב מיט א ריזן געהאלט, כבוד און פעטע פענסיעס- לויט דעם איז ביבי נאך אזוי ערנסט ווי גולן. ער איז געוען א מפקד צוות אין סיירת מטכ"ל זיך באטייליגט אין מבצע סבנה און אין נאך געהיימע אקציעס, זיך פארוואונדעט איינמאל און זיך כמעט דעטראנקן אן אנדערע מאל. אפגעהאקט זיינע שטודיעס אין MIT צו קומען מאכן מילואים אין א"י ביי מלחמת יום הכיפורים. ער איז אן אינטעלעקטואל א יודע ספר מיט אן אוועקגעשטעלטע בליק אויף אסאך נושאים. ער קומט פון א פאטריאטישע שטוב איך האב נישט קיין ספק אז לדעתו איז ער דא נאר לטובת המדינה. און ער האט טאקע אסאך דעגרייכונגען געברענגט פאר די מדינה.

ער איז אן עגאיסט א ליגענער און א מעניפאלעטער? יא, דאס איז ריכטיג פאר ניינציג פראצענט פון פאליטיקאנטן אריינגערעכנט די וואס דו האסט זיי געגעבן גרויסע פראצענטן, צו ווייל דאס איז זייער נאטור צו ווייל אז נישט קען מען נישט סורווייון אין פאליטיק און ברענגען הצלחות. פארט יעדער פאליטיקאנט גלייבט אז ער איז דא לטובת די מדינה.

באופן כללי איז לדעתי נישט קיין נפק"מ די מאטיוון פונעם פאליטיקאנט, כל זמן ער פירט אויס אגענדעס וואס זיינע וויילער האבן אים געשיקט איז גוט . ווי @מר שושני האט געשריבן: אן ערוויילטער פאליטישאן איז דא צו רעפרעזענטירן די וואס האבן איהם אריינגעשטעלט.

אגב, איך בין נישט מסכים מיט דיין פאליטישע אפשאצונג פון בני גנץ. איבער זיינע מאטיוון קען מען זיך טענה'ן אבער למעשה האבן זיינע החלטות האבן זיך אים געלוינט פאליטיש בשעת מעשה. מנצור עבאס איז אן אנדערע מעשה
 
Back
Top