ראסיזם אדער סתם קטנותער אין הײמישע אויסגאבעס און מאגאזינען

ס'איז דאך נישט אמת. סאטמאר רז"ל הײנט נעמט נישט ארײן בחורים װאס האבן נישט אטטענדעד זײערע חדרים און ישיבות פון קינדערגארטן אָן. און מגידי שיעורים נעמען זײ אזעלכע װאס רוב תלמידים, זײערע אײגענע בחורים רעדט מען דא, פארשטײען נישט רוב פון די שיעורים אזש אפי' יושע נחמן בערגער'ס ישיבה איז שױן פיהל בעסער װי זײער'ס. א בינוני װעט אסאך מער מצליח זײן אין א ישיבה װאו די מגידי שיעורים קענען זיך אראפלאזן צו יעדן אין די כיתה.

איך מײן אז רוב אירע דא האבן יא פארשטאנען אז ס'איז אביסל עקסטרים די װעג װי-אזױ ער קאטעגאריזירט זאכן אבער ביסט אפשר גערעכט: איך װאלט עס געדארפט ארײנלײגן אין א אשכול װאס רעדט װעגן די מצוינים ישיבות פראבלעם נאר איך האב נישט געטראפן און אגב די ערשטע הודעה האב איך דאס אױכעט דא געלײגט.
קודם, ווי געשריבן, קענסט מחולק זיין. אבער פון דא ביז סתם קטנותער אין הײמישע אויסגאבעס איז פאלג-מיר-א-גאנג.

אבער איך כאפט נישט וואס דו ווילסט. דו האלטס אז מהרזל'ס ישיבות זענען נישט גוט, ווילסט קריטיקירן זיינע ישיבות, כל הכבוד. וואו קומט עס אבער דא אריין. זיין נקודה איז אז אפטיילן ישיבות/בחורים לויט די כשרונות איז אן עוולה מיט נעגאטיווע תוצאות. דאס איז די שפיץ אין איין ווארט.

נאכאמאל, קענסט מחולק זיין. אבער פון דא ביז סתם קטנותער אין הײמישע אויסגאבעס איז פאלג-מיר-א-גאנג.
 
@אפענער וואס מיינט 'די ארטיקל דרייט קיינמאל נישט צוריק די נערעטיוו'? דאס איז פיקציע. ווילסט א 'דיסקלעימער' נאך יעדע פאראגראף? א פיקציע מעשה האט א journey פון א כאראקטער.
די כאראקטער איז בכלל נישט קיין שלעכטע קערעקטער, נאר דייקא א גוטע קערעקטער וואס קומט צום פארשטאנד אז נישט נאר זענען ווייסע אנדערש ווי שווארצע נאר אידן זענען בעסער אפילו פון ווייסע גוים
 
וואס מיינט 'די שרײבער'ס השקפות און מײנונגען ארײנגעלײגט אין די מױל פון א כאראקטער'? א שרייבער קען באשאפן א כאראקטער, אפילו איינס מיט קרומע דעות. מיט דיין 'לאגיק' אויב א שרייבער שרייבט א מעשה וועגן א גנב, לייגט ער אריין גניבה אין די כאראקטער? יא אמת, גערעכט דאס איז זיין דזשאב. עס איז דא יאכטע די יענטע, בערל דער גביר, פלאסיבוס דער קעניג, און טאמאס דער גלח. עס מיינט נישט אז איינער האט דא עכט געלט אדער אז דער גלח וויל איינעם שמדן אדער אז דער קעניג איז עכט מעכטיג. עס איז א דמיון.
לילי איז נישט קײן עקסטרים פרומער כאראקטער; זי איז אדער א גױטע אדער א פרײע װאס איז אינטרעסירט אין אידישקײט. זאגן אז דאס איז סתם "באשאפן א כאראקטער" איז אין מײנע אױגן אַפאָלעדזשעטיקס..
 
די כאראקטער איז בכלל נישט קיין שלעכטע קערעקטער, נאר דייקא א גוטע קערעקטער וואס קומט צום פארשטאנד אז נישט נאר זענען ווייסע אנדערש ווי שווארצע נאר אידן זענען בעסער אפילו פון ווייסע גוים
לילי איז נישט קײן עקסטרים פרומער כאראקטער; זי איז אדער א גױטע אדער א פרײע װאס איז אינטרעסירט אין אידישקײט. זאגן אז דאס איז סתם "באשאפן א כאראקטער" איז אין מײנע אױגן אַפאָלעדזשעטיקס..
You guys are missing my point entirely, and I'm perplexed as to where it gets lost. Perhaps in English I'll be more successful.

The crux of my point is, that this is a fictional story. You may argue that it presents a bad lesson, AKA Mussar Haskel. Or even that the anther truly sees the character as the 'good guy'. But, nevertheless, to argue that a publication is 'racist' (which is the essence of this thread), because a fictional character is racist, is ludicrous. Especially considering that many here would likely argue that this character does indeed accurately portray people in the community. The author's true personal opinion do not really matter and isn't apologetic. I am not arguing for, or against, the author's personal viewpoint. You are arguing against having a character with - in your opinion - questionable morals, but that is exactly what gives a good story depth and complexity.​
 
Especially considering that many here would likely argue that this character does indeed accurately portray people in the community.
האב איך שױן פריערט געזאגט: לילי איז נישט א קערעקטער פון אינסײד די קאמיוניטי. זי איז דירעקט אײנע פון אינדרױסן װאס קוקט ארײן, און פון איר פאסט זיך נישט אזעלכע מײנונגען. דאס איז אײנס.

אבער לדידך האט יעדער װאס װיל ספּיוען ראסיזם אן עצה יעצט?, באקן א מעשה און ארײנלײגן זײנע ראסיזם און די מױל פון די קערעקטערס? מען הערט טאקע כסדר אז ביכער און מחברים װערן קענסלד צוליב די עקסטרימע השקפות פון זײערע קערעקטערס.

איך האב נישט יעצט דעם גאנצן ארטיקל פאר מיר אבער פון די קאנטעקס איז קלאר געװען אז ס'איז נישט סתם "די קערעקטער טראכט אזױ".

װען דאס װאלט זיך געהאנדלט פון אַן אײנמאליגע ערשײנונג החרשתי אבער װער ס'לײענט הײמישע ליטעראטור װײסט אז מען האקט זיך אן אין די סארט ברײנװאשינג כסדר.

װי נאר איך האב אױפגעהױבן דעם 'טועמיה' מאגאזין, איך האב נאך אפילו נישט געהאט אָנגעהױבן לײענען אנדערע ארטיקלען אין דעם נומער, האבן מײנע אױגן רענדאמלי געלאנדעט אױף דעם פארזעצונג און תיכף האב איך געזעהן דיע שורות. װאס זאגט עס?
 
Back
Top