מיין ריוויו אויף זיין אלבום
אינגערמאן בעיסיקלי א עד פאר אינגערמאן און אידענע אויסגאבע קעמפסאנג סטייל.
וידם אהרן איך זעה נישט עפעס ספעציעל אין די ניגון, עס זעט אויס מער ווי ווייל די סידי הייסט וידם אהרן, האט מען געמוזט מאכן א ניגון אויף דעי פסוק.
אינמיטן איז א נייע דערהער, ער ברענגט ארויס די POV פונעם מענטש ווען מען געט עם א קעגנגעזאצטע גוף און נשמה. מיין פערזענליכע בעסטע ניגון דא סיי אלץ די טאן און ווערטער אבער בעיקר ברענגט ער אריין א נייע שפראך צי אונזער היימישע וועלטל, נישטא קיין מוסר אדער געבעט אדער א ענד גאול, ער ברענגט פשוט ארויס א פילינג.
בעטען קומט אריין ווי די אלטע מיכאל שניצלר ז״ל ניגונים, מיט זייער א שיינע פוינט ארויסגעברענגט צום סוף, וואס געפעלט נישט אזוי די סיסטעם.
High איז א טריפי סטייל ניגון, איך בין נישט זייער עקספיריענסד אין טריפען, אבער איך קען עס זעהן זייער גוט פארן מיט א לייכטע טריפ, אבער אויך געט עס א בליק פאר די אינדערויסענדע אביסל וויאזוי א טריפ פילט.
וויקטים זייער געשמאקע היינטיגע ליריקס און גראמען, עס איז נישטא קיין פוינט אין די ניגון, אבער ס׳געשמאק צו הערן, ס׳פארט אויף די נייע ״דריקעניש סטייל״
קרעכצן די טאן איז מאר אר לעס נוסח, און ער לייגט אידישע ווערטער וואס ברענגט ארויס די קרעכץ-ווייבּ. כדלעיל אז עס האט נישט דוקא א ענד גאול נאר טאקע דאס ארויסציברענגען א ספעציפישע געפיל.
לדעת טיפיקעל געהיידזשעקט א פסוק און ארויפגעלייגט א טאָן.
באור החיים 2010 סטייל ניגון מען זינגט א ניגון און מען טייטשט עס אויף אידיש, שיין אבער נישט קיין חידוש.
אהבה די נעקסטע היט חתונה סאנג.