שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 211
- רעאקציע ראטע
- 701
- פונקטן
- 113
חלק כ''ה: תלמידו הגדול הרב הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאבא שליט''א לרפואה שלימה!אינטערעסאנט, דער רחום וחנון, טוב ומטיב לכל
דאכצעך מיר אז דעם סידור האט רבי אביגדור אליין נישט זיין משפחה, געשאנקן פאר הרב יאווא וואס האט זיך שטענדיג משתתף געווען אין זיינע שיעורים און איז געווען גאר נאענט מיט רבי אביגדור
הרב אברהם שלמה יאבא פארלאנגט זיך א באזונדערע קאפיטל, איך וועל דאס פרובירן אביסל אים צו באשרייבן בדרך כבוד, לפי כבודו הרמה פון דעם גרויסן גאון.
אסאך אידן יראים ושלמים גאר חשובע רבנים ובעלי בתים פלעגן קומען רעגלמעסיג צו ר' אביגדור, רוב האבן מיר שוין פריערט דערמאנט, אבער געציילטע האבן מיר אויסגעלאזט, ווי הרב שטאלצבערג קודם פון לאנדאן דערנאך אין בארא פארק. הרה''ח רבי שלמה אליעזר געלבמאן ז''ל, פון ווילאמסבורג וואס ער האט אפגעשטיפט זיין דיאגנאז פון קענסער פאר פערציג יאר ביז פאראיאר וואס ער איז ליידער נפטר געווארן. ער איז ר' שלמה יענקל געלבמאן'ס קאזין אבער פונקט פארקערט גאר א שטילער איד געווען. ר' שלמה אליעזר פלעגט שלעפן דעם איש החסד פון ווילימאסבורג ר' אברהמעלע זילבערשטיין שליט''א, בן הגאון החסיד דער פוילישער סאטמערער חסיד הגאון הצדיק רבי נתן דוד זילבערשטיין אבד''ק שערי תורה זצ''ל, ר' אברהם איז א ריכטיגיער, אמת'ער ארגינעלער, תלמיד רבינו הקדוש מסאטמאר דער בעל ויוא' משה זי''ע א פייערדיגער סאטמאר חסיד, וואס צוליב זיין שטארקע קנאות, האט ער געהאלטן אז ר' אביגדור איז נישט גענוג קנאות'דיג כלפי ציונות... אבער ר' אברהם פלעגט אונז אייביג זאגן אז ער הערט אויס ר' אביגדור וויייל דאס איז זיין טיילענאל...!
אבער ר' אברהם שלמה יאבא איז נישט נאר געגאנגען צו ר' אביגדור נאר געקערט א וועלט איבער ר' אביגדור דהיינו מפרסם געווען זיינע תורות, אין 'בלאט' פון די אהרונים און סתם איבער די וועלט דורך זיינע שיעורים. וואס ר' אברהם שלמה אליינס פלעגט געבן אנליין און אין זיין בית המדרש.
ר' אברהם שלמה יאבא האט געפענט דעם שוהל 'נטעי אביגדור' על שמו וזכרו פון ר' אביגדור אין וויליאסמבורג, ראטלידזש קארנר בעדפארד, קעגן איבער לימנוב, עס האט אויך געהייסן 'לעמבערג'; דארטן האט מען נישט געטארט רעדן ביים דאווענען.
אין דעם בילד קוקט ר' אברהם שלמה יאבא אויס גענוי ווי ר' חיים שניצלער זיין חבר.
אבער עס האט זיך שפעטער פארמאכט נאך א גוטע בערך צעהן אדער פופצען יאר וואס דאס האט אנגעהאלטן, צוליב דעם וואס ר' אברהם שלמה יאבא האט דאס ניט געקענט הענדעלען, סיי דעם עולם, וואס איז געווען אביסל מער אויפגעקלערט ווי רוב סאטמאר וויליאמסבורג, און סיי זיין אייגן פריוואטן משפחה לעבן, ער האט חתונה געהאט זיווג ראשון צו זיין ניכטע, דער זאלי נגיד ר' משה יוא' מזרחי'ס שוועסטער, טאקע ר' משה יוא' אליינס, פלעגט אויך זיין א שטענדיגער אנוועזענדער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, ער פלעגט קומען מיט זיין גרויסן שווארצן סובארבן און אויך מיטנעמען אינגעלייט פון וויליאמסבורג יעדער וואך. - וואס זייער מאמע איז ר' אברהם שלמה יאבא'ס שוועסטער, ר' אברהם שלמה, האט זיך שפעטער געגט פון זיין ניעס, און זיין זוהן דער בכור איז דער פאדקעסטער נחי יאבא, וואס האט שלום געמאכט לעצטענס, מיט ר' אברהם שלמה זיין טאטע, ווען ר' אברהם שלמה דארף איצט א רפואה שלימה, האבנדיג 'פענקריעטיק' קענסער ה''י.
ר' אברהם שלמה האט טאקע דעם זייער פאפולערער גמרא שיעור על דרך ר' אביגדור. דהיינו בקיעות שנעל פשוט קורץ און שארף דעם דף, וואס דאס וועט אוודאי מגין זיין אויף אים אז ער זאל האבן א שנעלער גענצליכער היילונג, אמן כן יהי רצון!
Kol Halashon
הרב אברהם שלמה יאבא זייענדיג א תלמוד חכם אדיר און גאר קלוגער ענערזשעטיגער אינגערמאן, איז געווען דער גרעסטער פרעגער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, בכלל איז ער נישט בלויז געווען ביי יעדן איינציגן שיעור אן א הפסק, נאר געזעצן נעבן ר' אביגדור, און גאר אנגעדרייט די מצב דארטן. דהיינו, ביי אים אין קאר פלעגן זיך אריין קוועטשן נאך אידן פון וויליאמסבורג, ווי ר' חיים שניצלער און אנדערע, און זיי פלעגן פרעגן די קאנטראווערסיאלע שאלות בעיקר סוף שיעור יעדער וואך ס'זאל זיין צייטלעך קאנטרעווערסיא'ל ציענד און אינטערסאנט.
אבער כפי זכרוני איז דאס יא ר' חיים שניצלערוואס האט באדינט ר' אביגדור די לעצטע צייט אין שפיטאל, ווען ר' אביגדור איז נפטר געווארן. און די סידור האט היינט צו טאגס ר' חיים; קען זיין ר' אברהם שלמה האט אים דאס געגעבן, - איך ווייס נישט. מ'דארף וויסן אז זיי, די ביידע, פלעגן גיין אייביג צוזאמען; יאבא מיט שניצלער זענען געווען ווי ברודער, די זעלבע עידזש, און אויסגעקוקט די זעלבע, חברים פון מאנדרוי ישיבה. מילא זענט איר מעגליך גערעכט אז ר' אברהם שלמה איז אויך געווען אין שפיטאל די לעצטע טעג פון ר' אביגדור'ן אים צו באדינען.
בכלל דארף מען וויסן, אז ר' אברהם שלמה איז אדורך זייער א שווערע איגענט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'האט אים גערודפ'ט זייענדיג א ספרדישער ארגענטינער אינגל, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אויפ'ן לייטער פון אונזער געזעלשאפט גאר שטארק, ער איז אנגעקומען צו זיין גאר א חשובער אינגערמאן אין וויליאמסבורג לערנדיג אין סאטמאר.
נחמן יאבא האט אויך געלערנט אין סאטמאר וויליאמסבורג אבער איז שפעטער אלץ בחור געגאנגען קיין ירושלים לערנען.
ר' אברהם שלמה'ס אינגערער ברודער נחמן יאבא האט ליידער אפגענדט ערגער, ער איז ליידער אריין געפאלן צו דעם כת אין ברסלב ירושלים פון דעם מנובל בערלאנד וואס איז שפעטער געגאנגען אין תפיסה. און איצט איז נחמן אן אייגן ברסלבער משפיע, אבער האט אויך די זעלבע פראבלעמען וואס מ'באשולדיגט זיין רבי בערלאנד. ער איז פריי אויף בעיל אבער מ'האט אים ארעסטירט. עס ווארט אים א משפט פון אסאך באשולדיגער אז ער זאל זיי האבן באלעסטיגט.
זאל ער אויך האבן א גאנצע ישועה ווי זיין גרויסן ברודער ר' אברהם שלמה שליט''א, אמן!
לעצט רעדאגירט: