ריקי ראוז'ס קאזין SPEAKS OUT קעגן באהאלטן & פארדעקן סוסייד

Lio

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 16, 2024
מעסעדזשעס
150
רעאקציע ראטע
652
פונקטן
123
א דאנק @ריקי רויז פאר דיין גוטהארציגקייט צו פארשפרייטן דיין טייערע קאזין'ס אידישע יוטוב קאנאל -בפרט די וויכטיגע ווידיאו וועגן אזא פארנאכלעסיגטע נושא

איך ווייס נישט וויאזוי איר קרובה הייסט, אבער איך מיין אז ס'איז א הערליכע וועג צו געדענקען איר ברודער

View: https://www.youtube.com/watch?v=4wIVP_Mid_c


די איינציגסטע זאך וואס איך טוה נישט עגריען אין דעי ווידיאו איז די אויפפאסונג אז ס'איז א "קראנקהייט".

די ביכל האט מיר געהאלפן א געוואלד, צו שטיצן א נאנטע קרוב און ראטעווען פון סוסייד.

איך גלייב עס איז א געזונטע סימן ווען מען וואוינט אין א קראנקע וועלט און מ'וויל נישט פארזעצן ליידן עד כלות הנפש. אוודאי וועל איך נישט וועלן מיין באליבטע ברודער זאל שטארבן און ענדערש פרובירן צו העלפן פארגרינגערן זיין "פלאגעניש" אזויווי זי זאגט אין ווידאו: טרעפן אן אטמאספער וואו ער קען זיך טרעפן דאס פלאץ און זיין עפרישיעיטעד פאר זיינע כוחות און פאר די מענטש וואס ער איז - אן דעם וואס ער זאל זיך דארפן צושטעלן צו יענעם'ס באקוועמליכקייטן און קפידות (איך זאג נישט חלילה אז שמעון'ס משפחה האט געהאט קפידות, פארקערט, עס קוקט אויס ווי זיין שוועסטער איז א ליבליכע גוטהארציגע און אפשר אנדערע פון זיין משפחה זענען אויך געווען גוט צו אים, נאר אין א קרייז וואו ער פילט אז ער מוז זיך צושטעלן, און קען נישט זיין FULLY זיך אליינס אפענערהייט, איז עס נאך אלס SUFFOCATING פאר געוויסע מענטשן אפילו אויב מ'האט געטרייע משפחה)
 
לעצט רעדאגירט:
מענדלאוויטש.
דעיס פארשטיי איך, מ'זעהט עס ביים סוף פון איר ווידיאו, אויפ'ן בילד פון איר ברודער. איך האב געמיינט צו זאגן אז זי דערמאנט נישט איר ערשטע נאמען אין אירע קליפס, ממילא קען איך איר נאר רופן "ריקי ראוז'ס קאזין"
 
דעיס פארשטיי איך, מ'זעהט עס ביים סוף פון איר ווידיאו, אויפ'ן בילד פון איר ברודער. איך האב געמיינט צו זאגן אז זי דערמאנט נישט איר ערשטע נאמען אין אירע קליפס, ממילא קען איך איר נאר רופן "ריקי ראוז'ס קאזין"
מאַטי מענדלאוויטש.
 
יעצט וואוינט די משפחה אין מאנסי געגנט. דאכט זיך אז דער טאטע איז א וויליאמסבורגער אריגינאל. די מאמע איז א מאנסיער. א קרויס מיידל. (דאנט קוואט מי אן דיס... איך מיין איר טאטע איז דוד מנשה קרויס.)
 
פארוואס רעדט זי ווי א יודישיסט?
 
פארוואס רעדט זי ווי א יודישיסט?
זי איז מסביר אין איר אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט פרידא וויזל אז זי האט כמעט אינגאנצן פארגעסן אידיש נאכדעם וואס זי האט פארלאזט די סאטמערע מיידל שולע אין די יונגע יארן און געלערנט אין א ליטווישע און שפעטער בית יעקב שולע. ממילא שטעל איך זיך פאר אז ווען זי האט זיך אנגעהויבן ווידער אויסלערנען אידיש האבן די יידישיסטישע ווידיאוס אויף יוטוב געהאט א השפעה און זיך אריינגעשלייכט אין געוויסע זאצן אירע. מערק אבער אז זי ניצט נישט געווענטליך קיין ענגלישע ווערטער בכלל דארט ווי מיר זענען געוואוינט עס צו ניצן

(ס׳פלעגט מיר שטערן די ״אומקארעקטקייט״ פון איר חסידישע אידיש, אבער יעצט זעה איך אז זי לייגט איר דגוש מער אויף spoken Yiddish און נישט ממש קיין סך דגוש אויף correct yiddish in writing - עכ״פ אזוי דרינג איך פון דעם אינטערוויו)
View: https://youtu.be/OhEuezMqyaE?si=C83dguNtq-1b-ZF1
 
יעצט וואוינט די משפחה אין מאנסי געגנט. דאכט זיך אז דער טאטע איז א וויליאמסבורגער אריגינאל. די מאמע איז א מאנסיער. א קרויס מיידל. (דאנט קוואט מי אן דיס... איך מיין איר טאטע איז דוד מנשה קרויס.)
WOWOW!
מיין קוזין.

כ'האב נישט געוואוסט אז זייער זוהן האט זיך גענומען דאס לעבן.

איך געדענק די טאטע אלס א פיינער אינגערמאן אין מאנסי, אן הצלה מעמבער, כ'געדענק נאך ווען די משפחה איז שוואכער געווארן, און כ'האב זיי שוין נישט געזעהן עטליכע יאר.
 
כ׳האב נישט געוואוסט וואו ס׳איז פאסיג עס אריינצולייגן


אז מ׳רעדט פון היטן און העלפן מענטשן זאלן פילן בכח אנצוגיין לעבן, מיין איך אז ווען מער ״סעלעבריטיס״ וועלן זיין אפן-הארציג ווי דעם זינגער, און ביי אונזער היימישע עולם וועט מען רעדן פון דעם אז ס׳איז נארמאל צו ליידן דעפרעסיע אין אזא אומנארמאלע וועלט, און ס׳נישט קיין משוגענע זאך צו פילן יאוש אין משוגענע צייטן… און יעדער דארף הילף! קיינער קען עס נישט דורכגיין אליין דורך ליידן און שווייגן, און בעטן הילף איז די העלדישסטע זאך צו טוהן!


- ווען אונזערע ברודער און שוועסטער הערן מער אמת׳דיגע הארציגע ווערטער ווי דעם וואלט עס אסך געהאלפן!


View: https://www.instagram.com/reel/DObv7lVgfDd/?utm_source=ig_web_copy_link
 
Back
Top