עבי שטיין רעכטס פונעם רביצן אינדערמיט מיט זאהראן מאמדאני לינקס פונעם רביצן אינדערמיט.
דא האט איר נאך א גאר רייכע שמועס צווישן עבי שטיין מיט איינעם שטיינער אויף ענגליש.
בעיקר האב איך הנאה געהאט פון זיין הקדמה און מעין פוינט: אז מיר סאטמערע אפגעפארענע ווערן טאקע קודם גאר עקסטרעם שטארקע ציונים, ממש כך'ניקעס. זיך צוריק שלאגן מיט אונזער עבר, אנטלויפן ווי ווייטער פון אונזער איגענט, אבער אין די לאנג ראן, ווען מיר היילן זיך סיי פון אונזער איגענט און סיי פון אונזער אנטלויף פון זיך אליינס, האבן מיר ברוך השם גאר א שטארקע שאנס זיך אויסטשוכן פון אונזער ציונות, אסאך בעסער שנעלער און מער פון אנדערע אוי.טי.די. אדער סתם אויפגעקלערטע עקס חסידים - ווייל מיר זענען מחונך פון אלץ קינד-ווייז אן מיט א שטארקע שנאה און האס צו ציונות.
הגם, עבי שטיין איז נישט אויפגעוואקסן אין סאטמאר פער-סעי, ווייל די בייראך מוישע האט ארויסגעשטויסן זיין זיידע ר' מאטל שטיין ז''ל פון סאטמאר פאר זיין זוהן אהרן איבערצונעמן דאס ראשי ישיבה'שאפט אין סאטמאר, האט עבי שטיין יא געהאט אונזער קנאות קעגן ציונות חינוך, אין שטוב אלץ קינד, ווייל ער איז דאך דער פאלטיטשאנער'ס אן אור אייניקל, וואס ווי באקאנט איז דער עלטער זיידע געווען אזא פוילישער ישיבת חכמי לובלין תלמיד, נישט קיין סאטמאר חסיד נאר א וויזיניצער, אבער גאר א שטארקער קנאי, ווי פייער, וואס ער איז געווען דער ראש המדברים ביי אלע אנטי ציונות פראטעסטן די ראשית יארן פון סאטמאר דאהי אין אמעריקע, ווי אויך געווען א מגיד שיעור אין סאטמאר ישיבה.
עבי האט טאקע געלערנט ביי ר' מאטעלע וויזיניצער אין די מוסדות, ווייל זיין טאטע איז דארטן אנטלאפן פון סאטמאר. היינט האט שוין עבי'ס פאטער אן אייגן שוהל וקהילה אויף היוז סטריט צווישן די מלאכים שוהל אין ליע עוועניו קעגן איבער קאלוב. טאקע געגרינדעט בשעת ווען עבי איז אוועק פון חסידישן וויליאמסבורגן לעבנסשטייגער מענטשן האבן אויף אים רחמנות געהאט ביז דאן איז ער געווען א מגיד שיעור אין וויזיניץ 6 ליע עוועניו.
עבי'ס פעטער ר' יצחק שטיין איז געגאנגען צו ר' חאצקעל ראטה. געווארן 'ראש בית דין' דארטן. און געמאכט קארלסבורג פאר א פארטיי, ער איז זייער הויפט שרייבערל, די אנדערע רבנים זיצן דארטן אין לערנען און געבן זיך נישט אפ מיט קיין קול קורא'ס זיי פארלאזן זיך אויף יצחק'ן, אויף אזוי ווייט איז יצחק דער סי.אי.אוי. פון ר' חזקא'ל ראטה'ס ירושה, אז פון דעם גרויסן היסטארישן 'מתיר' בהלכה, ר' חזקא'ל איז געווארן היינט 'איסורים' קעגן ר' בינימין לאנדא שליט''א וואס איז דער אויסשליסליכער אנגענעמענער גדול הדור ופוסק אחרון אויף מעדיצינישע עינינים, זעה מער אין דעם
שחלת שנירל.
עבי שטיין זאגט דארטן ביי זיין לאנגן שמועס אז ער אינדארסירט דעם פרא פאליסטינער מעיאר קאנדידאט, זאהראן מאמדאני, און זיינע חברים פון וויזיניץ און וויליאמסבורג זאגן אז ער איז געווארן א 'סעלף העיטינג זשו' דערפאר ווייל ער חבר'ט זיך מיט פאליסטינער אקטיוויסטן.
עבי שטיין ענטפערט זיי אפ, אז מ'ברויך זיך נישט צו חברה'ן מיט קרבנות פון ציוניסטישע זשענאסייד, מ'ברוך פשוט צוקוקן זייער צער. אבער וויבאלד מיר זענען געווארן אויפגעברענגט אין אזא פארמאכטער זעלבס-אבסעסד געזעלשאפט ווי סאטמערע וויליאמסבורג חסידים איז אפילו מיר זענען אפיציעל כלומפערשט אנטי ציוניסטיש באגרייפן מיר פשוט נישט די צער פון די פאליסטינער, מילא מוזן מיר ווערן זייערע חברים פשוט צו זעהן וויאזוי זיי ליידן זיך נעבעך אפ פון די ציונים.
***
איך האב גראדע געקענט אביסל עבי שטיין פון וויליאמסבורג, נאך אלץ פולשטענדיגער זכר, זיך נאך דאן גערופן ווי זיין טאטע האט אים ביים ברית; שרולי. ער פלעגט שוין רעדן מיט א ''ליפס'' דאן. געווען א איידעלער פיינער קלוגער און בחנטער אינגערמאן. פאר מיר איז דאס דאן גארנישט געווען אויפאלענד. ווייל איך בין דאך אויך א פראדוקט פון די חסידישע היימישע ישיבות סיסטעם, ווי בחורים האבן סעקס מיט אזאלכע ווי אים. די מער ''מאטשאו'' פארשטייט זיך. ער האט מיר נישט געזאגט עפעס עקסטרע אז ער גייט אויסוואקסן אזא באקאנטער מענטש.
***
פון א הצלה מעמבער האב איך אמאל געהערט, א אינטערסאנטער סטאטיסטיק, איך ווייס נישט צו דאס איז אמת אלץ מציאות, אבער א טעאריע איז דאס זיכער א גוטער. אז רעבישע קינדער פארן מער אפ פראצענטוא'ל ווי סתם חסידים. ווייל זיי זענען ''ספוילד'', זיי מיינען אז זיי מוזן זיין ''לידערס'', איז אויב זייער ברודער אדער קאזין האט מער חסידים אנהענגער ווי זיי אליינס, מאכן זיי זיך שבת פאר זיך, דהיינו, זיי ווערן רעביס אדער אקטיוויסטן ווי אונזער עבי שטיין, בכדי צו באקומען זייער פארדינטער אטענשאן, לויט זיי, וואס האט זיי געפעלט זייענדיג פלעינע רבישע קינדער אדער געשוויסטער.
לענינינו, זייער אסאך בחורים זענען באטעמט, און דערפאר באקומען זיי לאוו און אטענשען אין ישיבות פון די מעסקולען בוליס, ביז מ'האט חתונה מיט א ריכטיגן אישה, אבער קיינער פון די סעקסי בחורים דערקלערט זיך נישט אלץ פרוי פאר'ן גאנץ לעבן, ווי עבי שטיין. זיי ענזשויען אפשר ווייטער געי סעקס נאך די חתונה, אבער ארבייטן ביטער שווער פאר פרנסה און שטארבן אפ שטילערהייט נאך 70 80 יאר זיך מוטשן מיט די נארמאלע תאוות און מענטשליכע ניסיונות אויף די וועלט. - נאר א רביש קינד ווי עבי שטיין דעסייד צו שרייבן ביכער פון דעם...
***
מקור פונעם בילד אויבן איז פון עבי'ס אינדארסירונג פאר זאהראן מאמדאני אלץ נומער 1 אין די ניו יארקע דעמאקראטישע מעיארעל פריימעריס.
View: https://www.instagram.com/p/DLBLxQ6Rpgj/?utm_source=ig_web_copy_link