א ריזיגן יישר כח פאר׳ן מיטטיילן

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
960
רעאקציע ראטע
4,286
איך עפן דעם שנירל ספעציעל פאר ביכער וואס העלפן היילן דעם נפש. פשט פונ׳ם טיטל? ווייל דאס איז די overwhelming רעספּאנס וואס כ׳האב באקומען פון די חברים פאר וועמען איך האב מיטגעטיילט וועגן דעם.

די ערשטע איז: Welcome Home
וואו דו קענסט הערן די מחברת דערציילן איר פערזענליכע געשיכטע פון איבערלאזן די איסלאמישע פונדאמענטאליזם ווי אויך די פיין פון פארלירן א lover און אסך טיפע מעסידשעס פון validation ווען מיר ווערן געזלייטעד כאילו ״ס׳דיין שולד״ פארוואס דו האסט געליטן

זי געט סטעפּ ביי סטעפּ גיידענס וויאזוי קענסט אליין דורכגיין א טראנספארמאציע פון היילונג.

וואונדערליך איז, אז אונזער מח האלט אין איין זיך טוישן. ס׳נישט פשט אז אויב דו האסט געהאט א צוקאליטשטע יוגנט און מ׳האט דיר עביוזד אלס קינד, וועגן דעם קענסטו מער נישט האבן א גוט לעבן. פארקערט: אויב מ׳געפינט גוטע חברים (אדער אפילו איין אמת׳ע חבר קען מאכן א ריזיגע חילוק) פּלאָס ריכטיגע שליחים דיר צו העלפן היילן, קען דיין עצם מח זיך טוישן אין אומגלויבליכע וועגן! די שטודיעס וואס זענען געמאכט געווארן דערויף זענען פילצאָליג. דעי פענאמען רופט זיך Neuroplasticity

Welcome Home on Audible
דא קענסטו עס באקומען פאר $6
דא האסטו א וועג וויאזוי דו קענסט באקומען אומזיסט די ביכל אויסצוהערן אויף audible
 

בייגעלייגטע פיילס

  • A4CF0F7A-446F-4F46-B0B5-B1AFCF3AC25B.jpeg
    A4CF0F7A-446F-4F46-B0B5-B1AFCF3AC25B.jpeg
    250.2 KB · געזען: 12
לעצט רעדאגירט:
די צווייטע ביכל איז פאר איבערלעבער פון נארסיסיסטישע עביוז
It’s Not Your Fault

ס׳איז פון א וואונדערליכע קאוטש וואס זי אליין האט שוין הונדערטער מענטשן געהאלפן היילן מיט געוואלדיגע insight און personal experience
וואס זי איז אויפגעוואקסן מיט א מאמע א נארסיסיסט פון וועמען זי האט decades שרעקליך געליטן.

זי איז מסביר די תוצאות פון נארסיסיזם אין א וועג וואס כ׳האב קיינעם נישט געהערט פריער אזוי גוט ארויסברענגען

פארשטייטצעך אז זי האט עס געשפירט אויף די אייגענע הויט און זיך אויסגעהיילט דערפון- האט זי עס גאר גוט ארויס

כ׳וועל שפעטער האפנטליך צוברענגען (אפשר מוצאי שבת) די לינק ווי זי רעדט וועגן דעם אויף אן אינטערוויו

דא איז א לינק צו איר וועבסייט ווי זי האט א בּלאג מיט גאר הילפבארע ארטיקלען (זיי נישט fooled ביי דעם וואס זי רעדט דארט צו ״טעכטער פון עביוסיוו מאמעס״ - ווייל איך האב א חבר וואס האט זיך מחי׳ געווען זיך צו טרעפן אין יעדע ווארט פון אן ארטיקל וואס כ׳האב אים געשיקט (יענע לינק האף איך נאך אויך צו טרעפן און ברענגען נאך שבת אהער.
די גאנצע סיבה פארוואס זי רעדט צו פרויען איז ווייל זיי זענען אירע בעסטע צוגעפאסטע קליענטן מיט וועמען זי האט ליב צו ארבעטן one one one (ס׳פשוט די אופן וויאזוי מארקעטינג ארבעט אז מ׳מוז רעדן דירעקט צו די קליענט וואס דו ווילסט די מערסטע עטרעקטן)

blog — Laura K. Connell
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 904B2D0E-114B-48C3-8F01-829770490657.jpeg
    904B2D0E-114B-48C3-8F01-829770490657.jpeg
    271 KB · געזען: 11
Back
Top