יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 48
- רעאקציע ראטע
- 461
- פונקטן
- 53
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, ו' - ראציאנאליזם און עמפיריציזם: די סייענטיפישע רעוואלוציע
מען קען געפינען אלע פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.
אין א שטעטעלע ערגעץ וואו אין פראנקרייך פונעם 17טן יארהונדערט זיצט זיך רענע דעקארט ביי זיין שרייבטישל און פרובירט אויסצוארבעטן די געזעצן פון נאטור פון ערשטע פרינציפן. דער יונגער רענע האט שוין אפגעווארן דעם עפיסטעמאלאגישן שיעבוד צו די פארהייליגטע אויטאריטעטן און ער לאזט זיך ארויס אויפצואווייזן אז דעם אמת קען מען אנטדעקן מיטן כח פונעם ריינעם שכל, אן קיין פריערדיגע הנחות, נאר באזירט אויף אייזן־פעסטע, אומ'פקפוק'בארע לאגישע יסודות. אין זיינע פארשונגען רעוואלוציאנירט ער דאס פעלד פון מאטעמאטיק דורכן פאראייניגן געאמעטריע און אלגעברא, און ער גרינדעט די מאדערנע פילאזאפיע, באפריייט פון דער מיטלעלטערישער סכאָלאַסטיק. דאס איז דער ראציאנאליזם.
ראציאנאליזם איז דער געדאנק אז דער מענטש קען אויסארבעטן און אנטדעקן די אמתן פון עקזיסטענץ מיטן ריינעם שכל, אן דארפן צוקומען צו סיי וועלכע אויטאריטעטן. דער ראציאנאליזם האט באפרייט די מענטשהייט פון דער אונטערטעניגונג צו פארהייליגטע אויטאריטעטן, ערלויבנדיג פאר מער פרייהייט פון געדאנק, און פאדערנדיג אז אמונות און פראפאזיציעס מוזן ווערן בארעכטיגט דורכן שכל און קענען זיך נישט סתם אנהענגען אין וואס פריערדיגע האבן געזאגט אן באווייזן.
דעקארט'ס ראציאנאליזם האט אויפגעשלאסן ביי דער מענטשהייט איר כוח־המחשבה און באלד האבן אלערליי פילאזאפן און דענקער זיך גענומען צו דער ארבעט פון זיך אומקערן צו די יסודות און הנחות וואס מען האט ביז אהער אנגענומען מיט אמונה־פשוטה, זיי צו בודק זיין, מערער זיין און פרובירן אוועקצושטעלן נייע יסודות אויף זיכערע און סטאבילערע שכל'דיגע גרונדן. אינעם פעלד פון עטיק, האט ברוך שפינאזא אויפגעבויט א חריפישע סיסטעם וואס זאל האבן אוועקגעשטעלט חובת האדם בעולמו אויף ריין לאגישע גרונדן, אן דארפן צוקומען צו רעליגיעזער און טראדיציאנעלער דאגמע. שפינאזא האט אויך איינגעפלאנצט די ערשטע קערנדלעך פון חקר־המקרא – דער קריטישער אנאליז פונעם תנ"ך – צו וועלכן מיר וועלן זיך נאך אומקערן און צוקונפטיגע ארטיקלען.
ווי אומגעהויער גרויס עס זענען געווען די דערפאלגן פונעם ראציאנאליזם אינעם געביט פון פילאזאפיע, זענען זיינע הצלחות אבער געווען פיל באשיידענער ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט נאטור־וויסנשאפט. פיל פון די ראציאנאליסטן האבן פיבערהאפטיג געארבעט אויף עלעגאנטע און אמביציעזע טעאריעס וואס זאלן באשרייבן די געזעצן פון נאטור, אבער ווייניג האבן געפירט צו טיפערן פארשטאנד אדער צו עפעס פראדוקטיוו און נוצליך. דווקא די פארשער וואס האבן זיך ווייניגער אפגעגעבן מיט אבסטראקטע חקירות און ארומנעמיגע טעאריעס, נאר האבן זיך פארקאטשעט די ארבל און זיך געלאזט צוהערן צו וואס די נאטור זעלבסט האט צו זאגן, דורך פיזישע אבסערוואציעס און עמפירישע עקספערימענטן, דווקא זיי האבן געמאכט באדייטנדע פארשריט אין אויפשליסן די סודות פון נאטור.
יאהאן קעפלער, דער דייטשער אסטראנאם און מאטעמאטיקער פונעם 17טן יארהונדערט, האט אבסערווירט אז די ארביטן פון די פלאנעטן ארום דער זון פאלגן נאך געוויסע מאטעמאטישע געזעצן, הגם אז ער האט נישט פארשטאנען די סיבה דערצו. גאַלילעאָ האט עמפיריש עקספערימענטירט מיט, און באשריבן, דאס התנהגות פון קערפערשאפטן אין באוועגונג, צי ווען זיי פאלן, וויגן זיך, אדער ווערן פארשנעלערט. דאס האט דאן ערלויבט פאר ניוטאנען צו אויפקומען מיט דער קרוין פון דער מעכאנישער פיזיק, מיט זיינע געזעצן פון באוועגונג און פון אוניווערסאלער שווערקראפט, וואס פאראייניגן קעפלער'ס געזעצן פון די הימלישע קערפערשאפטן מיט גאלילעא'ס געזעצן פון ערדישער באוועגונג אין איין עלעגאנטער טעאריע.
די דאזיגע באאיינדרוקנדע דערגרייכונגען אין נאטור־וויסנשאפט האבן קלאר אוועקגעשטעלט די יתרונות פונעם עמפיריציזם איבערן ראציאנאליזם. בניגוד צום ראציאנאליזם, טענה'ט דער עמפיריציזם אז די פאקטן פון עקזיסטענץ קען מען נישט אנטדעקן בלויזן מיטן ריינעם, אבסטראקטן כח השכל, פון לאגישע פרינציפן. נאר מען מוז עפענען די אויגן און באטראכטן די וועלט. מען מוז עקספערימענטירן און אבסערווירן רעאליטעט און לאזן די פיזישע פאקטן רעדן פאר זיך. עס איז נישט די וועלט וואס מוז זיך בייגן צו אונזערע טעאריעס, נאר אונזערע טעאריעס וואס מוזן זיך צופאסן צו די פאקטן פון עקזיסטענץ.
אט די פילאזאפיע האט איניציאירט די סייענטיפישע רעוואלוציע. נאטור־וויסנשאפט וואס איז ביז אהער געווען פאררעכנט אלס א סארט פילאזאפיע – נאטורליכע־פילאזאפיע – איז יעצט געווארן איר אייגן פעלד: סייענס. סייענטיסטן האבן שוין נישט פרובירט צו אויפקומען מיט גראנדיעזע פילאזאפישע טעאריעס, נאר האבן זיך גענומען צו די לאבאראטאריעס, וואו זיי האבן אונטערגעווארפן זייערע השערות צו שטרענגע טעסטן און עקספערימענטן, צו באשטעטיגן די וואס שטימען מיט די עמפירישע רעזולטאטן, און אפצואווארפן אדער איבערארבעטן די וואס שטימען נישט.
די הצלחות פון דער סייענטיפישער רעוואלוציע זענען געווען באלדיגע און ווייט־גרייכנדע. איבער די פאלגנע פאר יארהונדערטער, האט די מענטשהייט געמאכט אומגעהויערער און גיכער פארשריט אין פארשטיין זיין וועלט, אויף א פארנעם וואס איז געווען אומבאגרייפבאר ביז אהער. דער מענטש האט אנטדעקט דעם מהות פון ליכט, עלעקטרא־מאגנעטיזם, דעם אטאם, כעמיע, ביאלאגיע, מעדעצין, וואס האט אים דאן ערלויבט צו מאניפולירן די וועלט פאר זיינע באדערפענישן, דורך איינשפאנען די מקורות פון ענערגיע אים צו ערמעגליכן צו אויספירן פעולות אויף א פיל גרעסערן און שנעלערן פארנעם ווי וואס וואלט געווען מעגליך מיט זיינע מוסקלען אליין. דאס רעדט מען פארשטייט זיך פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע, וואס האט אונז געגעבן פאבריקן, מאס־פראדוקציע, אן עקאנאמיע פון שפע, און די אלע עלעקטרישע באקוועמליכקייטן צו וואס אונז זענען געווארן צוגעוואוינט כאילו ס'קומט אזוי נאטורליך, ווי עראפלאנען, קאמיוניקאציע, דער אינטערנעט, מאדערנע מעדעצין אא"וו.
אבער די סייענטיפישע מעטאדע האט אונז נישט געגעבן בלויז טעכנאלאגיע און אוטיליטארישע וויסנשאפט. זי האט אונז אויך באשאנקן מיט א וועלטבאנעם, א טיפערן פארשטאנד פון עקזיסטענץ, א שילדערונג איבער וויאזוי די וועלט פירט זיך, די כחות פון נאטור, און וויאזוי דער יקום האט זיך אנטוויקלט ביז אהער. מיר וועלן זיך נאך אומקערן אין די קומענדיגע ארטיקלען אנצורירן אביסל אט דעם וועלטבאנעם און וואס עס האט אונז צו לערנען. אבער דא ווילן מיר נאר אנמערקן אז בעת די חרדישע וועלט איז גרייט אנצונעמען די טעכנאלאגישע פראדוקטן פון דער סייענטיפישער מעטאדע, און פריידט זיך מיט איר פארשריט אין פארגרינגערן און פארלענגערן דאס לעבן, ווארפט זי אבער גענצליך אפ איר וועלטבאנעם – דעם זעלבן וועלטבאנעם וואס האט גורם געווען אט דעם פארשריט און וואס איז אינגאנצן אומאפטיילבאר פון אים.
מיר וועלן זיך נאך אומקערן צו אט דער היפאקריטישקייט אין אונזערע קומענדיגע שריפטן. אבער צום ערשט איז כדאי זיך צו פארהאלטן נאך אביסל לענגער צו באקומען א טיפערן פארשטאנד איבער דער סייענטיפישער מעטאדע און דאס וואס מאכט איר אזא מאכטפול געצייג אויף זיך צו דערגרינטעווען צום אמת: פאראויסזאגונגען און פאַלסיפיצירונג. איבער דעם, אין קומענדיגן ארטיקל.