ש׳כוח אייך חיילים

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
184
רעאקציע ראטע
1,449
פונקטן
213
אויב ס׳דא עפעס וואס כ׳קען נישט משיג זיין, איז קאמפן און מלחמה. איך ווייס נישט צו זיי זענען בראוו, אדער אפשר פשוט נאריש. ווייל פארוואס זאל א לעבעדיגער יונגער מענטש מסכים זיין זיך צו לאזן אין א קאמפ ווי ער קען פערטיגן דערמיט זיין לעבן, אדער ארויס א צוקלאטשעטער??? און פאר וואס, פאר וועמען? א מדינה? וואס איז דאס בכלל מדינה, מוטער לאנד? גיבט זי דיר פויגל מילעך? זארגט זי זיך באמת פאר דיר ווי א מוטער אין דיינע טאג טעגליכע ראנגלענישן? אדער איז עס גאר א דמיון וואס מ׳האט אונז אריינגעזעצט אין קאפ אריין און מ׳נעמט עס ערנסט מעשה עולם גולם???

מילא קעמפסט פאר דיין משפחה, פאר ווירדן, נו פארשטיי איך כאטש אז אן דעם איז דאך לעבן נישט קיין לעבן. פארשטיי איך נאר נישט, פארוואס איך, פארוואס נישט יענער, און אז איך פאל א פגר איז דאך גארנישט דא? קאפוט איז קאפוט! זאל איך הייסט עס קעמפן אז דו און אנדערע - חוץ איך - זאלן שפעטער עסן די קרעמיש קוכן על מי מנוחות און זינגען מה ידידות?…

על כל פנים גייט מיר די גאנצע זאך נישט אריין אין קאפ, אזא פאטריאטישקייט, א היץ, א לעבן ביזן טויט אריין אט דאס הייסט געלעבט…, ביז צום לעצטן קוגל קאמפן, א לוסט, אייפער, א מיסיע, א צוזאמענארבעט, א שגעון…

אבער רופט מיך עגאיסט, אויסניצער, אבער א מודה על האמת וועל איך זיין אז איך בין מכיר טובה גאר שטארק די וואס זענען מוכן ומזומן צו טון די שמוציגער ארבעט פאר מיינעט וועגן, צו ס׳לייגט זיך אויפן שכל צו נישט, רוף זיי משוגעים, ווייל ווי זאגט דער רמב״ם, לולי המשוגעים לא היה קיום בעולם, און אט זענען זיי, משוגעים לאותו דבר, און קאמפן פאר א לאנד וואס גיט מיר דאס געפיל פון זיכערקייט, א מדינה וואס העלפט מיר פאנטאזירן מיט נחת רוח אם אשכחך אין פארנט פון א מאלעריי פון ירושלים

שכח אייך סאלדאטן וואס איר טוט זאכן וואס איך בלויז אין א חלום אזא וואלט זיך שוין באפישט אין די הויזן פאר פחד
 
איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט ווער זאגט זיי ווילן ? סאיז דא א דרעפט זיי ווערן געצווינגען דערצו
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מענדל ראטא וויל? איך שאץ אז רובא דרובא ווילן, ווייל זייערע חברים טוען אזוי, ווייל מען ווערט אזוי נתחנך וכו׳
 
איז די טויט ראטע ביי חיילים טאקע אזויפיל העכער ווי ביים המון עם, אז עס זאל איבערוועגן די בענעפיטן?
 
אויב ס׳דא עפעס וואס כ׳קען נישט משיג זיין, איז קאמפן און מלחמה. איך ווייס נישט צו זיי זענען בראוו, אדער אפשר פשוט נאריש. ווייל פארוואס זאל א לעבעדיגער יונגער מענטש מסכים זיין זיך צו לאזן אין א קאמפ ווי ער קען פערטיגן דערמיט זיין לעבן, אדער ארויס א צוקלאטשעטער??? און פאר וואס, פאר וועמען? א מדינה? וואס איז דאס בכלל מדינה, מוטער לאנד? גיבט זי דיר פויגל מילעך? זארגט זי זיך באמת פאר דיר ווי א מוטער אין דיינע טאג טעגליכע ראנגלענישן? אדער איז עס גאר א דמיון וואס מ׳האט אונז אריינגעזעצט אין קאפ אריין און מ׳נעמט עס ערנסט מעשה עולם גולם???

מילא קעמפסט פאר דיין משפחה, פאר ווירדן, נו פארשטיי איך כאטש אז אן דעם איז דאך לעבן נישט קיין לעבן. פארשטיי איך נאר נישט, פארוואס איך, פארוואס נישט יענער, און אז איך פאל א פגר איז דאך גארנישט דא? קאפוט איז קאפוט! זאל איך הייסט עס קעמפן אז דו און אנדערע - חוץ איך - זאלן שפעטער עסן די קרעמיש קוכן על מי מנוחות און זינגען מה ידידות?…

על כל פנים גייט מיר די גאנצע זאך נישט אריין אין קאפ, אזא פאטריאטישקייט, א היץ, א לעבן ביזן טויט אריין אט דאס הייסט געלעבט…, ביז צום לעצטן קוגל קאמפן, א לוסט, אייפער, א מיסיע, א צוזאמענארבעט, א שגעון…

אבער רופט מיך עגאיסט, אויסניצער, אבער א מודה על האמת וועל איך זיין אז איך בין מכיר טובה גאר שטארק די וואס זענען מוכן ומזומן צו טון די שמוציגער ארבעט פאר מיינעט וועגן, צו ס׳לייגט זיך אויפן שכל צו נישט, רוף זיי משוגעים, ווייל ווי זאגט דער רמב״ם, לולי המשוגעים לא היה קיום בעולם, און אט זענען זיי, משוגעים לאותו דבר, און קאמפן פאר א לאנד וואס גיט מיר דאס געפיל פון זיכערקייט, א מדינה וואס העלפט מיר פאנטאזירן מיט נחת רוח אם אשכחך אין פארנט פון א מאלעריי פון ירושלים

שכח אייך סאלדאטן וואס איר טוט זאכן וואס איך בלויז אין א חלום אזא וואלט זיך שוין באפישט אין די הויזן פאר פחד
אה! זאגסטו גוט , נו, מלחמות איז דאך אלץ גיווענן
אין די היסטוריה פון דער מענטשהייט , ביז עס וועט
אהנקומען , דער זמן ולא ישא גוי אל גוי חרב עפאכע
פון וואס ישעיה האט שוין גיטרוימט אין זיינע נבואות
אויף די ענד ציהל פון אונזער עולם ,
למעשה מימות עולם , איז אזוי , אז די הנהגה איז
גיווענליך ביי די אלטערע לייט , און פאר זייער עגאאיסטישער גלוסונגען פאר ממשלה , און מלוכה
שיקען זיי די יונגער דור , כצאן לטבח ,זיך צו שטעלן אין די פראנט פון שיס פולווער , חיצים ובליסטראות גי׳הרג׳ט צו ווערן פאר זייער אהבת הניצוח , כאטש זיי זענען עס אלץ מלבש אז זיי מיינען לטובת הארץ ויושביה ,( לדוגמא פוטין אין זעלענסקי) איז דען למעשה א גרויסע נפקא מינה פאר דעם אוקריינער דורכשניטליכער איינוואהנער , מי בראש ,
נאר עס איז יעמדו הנערים וישחקו לפנינו , ווי אבנר
זאגט זיך אזוי גליי כגילוי ג פאר יואב , זאלן די יינגע געבן אונז סאם ענטערטעינמענו .
מען זעהט אזוי נאך ביי יציאת מצרים , כל יוצא צבא
פון צוואנציג ביז זעכציג , די הנהגה איז אבער גיוועהן ביי די עלטערע, משה און אהרן זענען שוין
איבער די אכציג , ענד פאר גוד מעזשור , איז ער
מסדר אז זיין משפחה און גזע , בני לוי , זענען פטור
פון עני מיליטערי דוטי , און דעס איז דאך די בעיסיס
פון די היינטיגע בני ישיבות , צו מאהנען א פטור פון
צבא הגנה לישראל , ווייל דער רמב״ם איז קובע אין
זיין משנה תורה- ולא שבט לוי לבדו , אלא כל מי שנשאו לבו וחשקה נפשו , לידבק בעסק לימוד התורה וסילק עצמו מדרכי העולם ( בערך אזוי)
איז אויך א לוי , זענען אלע בני ישיבות לויים און
שוין , זיי זענען פטור פון חייל דינסט
דער פראבלעם איז , אז אויב עס איז קעגןא צר הבא
עליהם להרוג ולאבד , איז אפילו יוצא חתן מחדרו וכלה מחופתה , און דאס שוין אן אנדערע ענין .
 
ווארפסט צוזאם ידועות כה לחי, איך בין דאס מעריך. נאר אז דו זאגט פוטין און זאלענסקי בנשימה אחת קען איך נישט מסכים זיין. דו פרעגסט וואס מאכט אויס פארן יונגן מי בראש? ס׳דא אזא זאך ווי אידענטיטעט, ס׳נישט קיין דבר של מה בכך, און ס׳אויך דא אזא זאך א נשמה פון א פאלק, איך וויל נישט זייי דו און דו ווילסט נישט זיין מיך. על אחת כמה וכמה ווען דער וואס וויל איך זאל זיין ער איז פיל נידעריגער אין קוואליטעט ווי מיר לכל הדעות, וויל מיך מיט שלעפן צו זיינע נידעריגקייטן, און קומט מיטן גאנצן צינישקייט מבטל זיין מיין אידענטיטעט און ווילן, מיך מאכן נארישער, ראדיקאלישער, און דיין בלינדער דינער. אין ארץ ישראל איז דאך פשוט אז די אנדערע צד וויל אונס פשוט חרוב מאכן דאס לעבן, על כל פנים דאס הער איך פון זיי לויט די אינפארמאציע וואס איז באקום

נאר מיין קשיה בלייבט קשיה, אפילו בכהאי גוונא, וואס פאראייניגט מיך טאקע מיטן ״פאלק״? וואס אזיינס טוט זי טאקע פאר מיין וואוילזיין אז איך זאל מיך נישט וועלן ארויס שרייבן? אפשר איז עס אן אחיזת עניים און אפשר נישט, רוב ישראלים שפירן דאס נפש פונעם פאלק, זיי שפירן איר טשארעם, קטונתי מלהשיג
 
לעצט רעדאגירט:
איז די טויט ראטע ביי חיילים טאקע אזויפיל העכער ווי ביים המון עם, אז עס זאל איבערוועגן די בענעפיטן?
קען טאקע זיין אז נישט, וואלט טאקע געווען אינטרעסאנט צו הערן א מחקר
 
Back
Top