סעינט דזשאן קרײסוסטום, פון די ערשטע אנטי-סעמיטן אין די אױרלי קריסטליכע טשױרטש פון צװײטנהאלב 4רטע יארהונדערט

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,768
רעאקציע ראטע
5,303
פונקטן
943
א ארטיקל פון מײנע ארכיװן. איך פארעפענטליך עס יעצט צום ערשטן מאל בחינם.

חלק א'​

א היסטאריע איבער די שטאט אנטיוכיה און די ווארצלען פון פריע קריסטיאניטי אין די איסט.​


דזשאן קרייסוסטום דער גאלדן-צאניגער איז געבוירן געווארן אין אנטיוכיה ביי די נהר ארונטוס אין יאהר 347 לספירת הנוצרים. דעם עפיטעט האט ער באקומען צוליב זיין עלעקוואנץ אין דרשנות אדער צוליב די נאמען פון זיין כנסיה - ‘די גאלדען טשוירטש’.

1773007407506.webp


1773007441218.webp

א אויבנאויפדיגע מאפע פון אנטיוכיה פון 1-6 לפנה"ס

קודם א שטיקל הקדמה וועגן די שטאט:

‘אנטיוכיה ביי די ארונטוס’ (עטליכע שטעט האבן געהייסן אנטיוכה) - אמאל אין די ‘פראווינץ פון סיריע’ אדער קוילה/דרום-סיריע און היינט אין טערקיי - איז געווען איינע פון די וויכטיגסטע גריכישע שטעט אין די העלעניסטישע תקופה, א פעריאד צווישן די טויט פון ‘אלכסנדר דער גרעיט’ אין 323 לפני הספירה ביז די טויט פון קליאופטרה, קעניגן פון מצרים, אין 30 לפנה"ס. זי איז געווען די הויפטשטאט פון די סלואקישע ברענטש פון די צעשפליטערטע מכדונישע אימפעריע פון אלכסנדר, און שפעטער, נאכוואס די רוימער האבן איר איבערגענומען, די דריט-גרעסטע אין די רוימישע אימפעריע נאך רוים און אלכסנדריה פון מצרים. אין איר הויכפונקט האבן דארט געוואוינט אזויפיהל ווי אהאלבן מיליאן מענטשן. די סיבה צו די שטאט’ס אימפּאָרטענץ איז געווען איינע פון די ענשעינט (אור-אלטער) טרעיד-ראוטס וואס איז אריינגעקומען פון מעסאָפּאַטעמיע, דורך דעם נהר פּרָת, ארויף צו צפון פון קוילֶה-סוריה, ביז צום בארטן פון די מידעטרעינין ים, ביי די עינשענט פּאָרט פון אוגריתּ אדער לאודיקיאַ (היינט לאַטאַקיאַ) וואס איז נעבן אנטיוכיה. פון דארט האבן די פראדוקטן לייכט געקענט ווערן געשיפּט צו גריכלאנד, איטאליע און אנדערע לענדער איבער אייראפע.

1773007629963.webp

די צעטיילטע גריכישע עמפייער נאך די דיאדוכי קריגן. צירקלען: רויט-מיטן: אנטיוכיה, בלוי-ליין: נהר פרת, רויט אויבן-לינקס: רוים, פינק: אטענס, גרין: אלכסנדריה

אנטיוכיה (אדער היינט אַנטאַקִיאַ) איז אויך געווען די הויפט צענטער פאר אידישע העלעניזם סוף פון די צווייטע בית, האבענדיג געבויעט געווארן דורך סעלאוקוס, אלכסנדר’ס גענעראל און גרינדער פון דעם סלואקישע מלוכה, ווען ער האט אין די בארימטע קריגן פון די ‘דיאַדוכי’, די ראַיאָנען פון סיריע (פונוואס אנטיוכיה איז אטייל געווען), – פינישיע (לבנון) און דרום לעוואנט (א”י/יהודה) – צוריקגעכאפט פון אנטיגָונוּס מונופַּתַּלמוס, אן אנדערער פון אלכסנדר’ס גענעראלן און זיין בר-פלוגתא. כאטש די שטאט אנטיוכה האט אין די צייט פון איר גרינדונג נישט ממש געהערט פאר דער זעלבער דינאסטיע אדער מקדונישע ברענטש וואס האט געוועלטיגט אויף ירושלים ווייל א דריטער פון אלכסנדר’ס גענעראלן, ‘תַּלמֵי דער ערשטער’, אדער תלמי ‘סוטר’, דער מייסד פון ‘בית תלמי’ און יורש פון די מיצרישע ברענטש , און סעלאוקוס’ פריערדיגער עליי, האט אים אויסגעכאפט - און בעפאר ער האט צייט געהאט צוגיין קלעימעין ירושלים האט עס תלמי פון אים צוגענומען - האט אבער סעלעאוקוס געשלאגן א בונד מיט תלמי און האט תיכף נאכ’ן בויען אנטיוכה איר באזעצט מיט מַקדוניונס, גריכן (פון שטאט אנטיגונה) און אידן, באפרייטע פון זיין אייגענע מיליטער; געבענדיג רייז צו ‘קעראַטיון’ – א גרויסע אידישע סאָבּורב מיט א ווייבּערענט אידישע פרעזענץ פאר הונדערטע יאהרן צו קומען, – אין דרום זייט פון די שטאט. (די אנדערע צוויי גענעראלן זענען געווען ליסימכוס און קאַססאַנדער אבער זיי האבן נישט לאנג אנגעצויגן און אנטיגונוס’ יורש האט, אין עדישען צו זיין אייגן חלק מוקדון, זייערע חלקים אויך איבערגענומען.)

1773008260269.webp

די גריכישע עמפייער נאך אלקסנדר’ס טויט, איידער די דיאדוכי קריגן. מערקט אנטיוכיה און א"י/יהודה אין אנטיגונוס’ חלק

1773008305470.webp

אלקסנדר מוקדון דער גרעיט

1773008346741.webp

סעלאוקוס דער ערשטער

1773008368418.webp

תלמי סוטר

ארום הונדערט יאר דערנאך וועט סעלאוקוס’ אייניקל ‘אנטיוכוס דער דריטער’ (א טאטע פון אנטיוכוס אפיפניס אין די חנוכה מעשה) צוריקנעמען ירושלים פון די תלמיים און אויך מעתיק זיין 2000 אידישע משפחות פון בבל און מעסאָפּאטעמיע צו צוויי אנדערע פון זיינע פראווינצן, לידיה און פריגיה, גלויבענדיג אז אידן קענען זיי צוניץ קומען אין אנהאלטן די סטאביליטעט אין זייערע פראווינצן און פרעווענטן מרידות. דאס איז געווען א גריכישע מהלך. לויט יוסף בן מתתיהו (אדער יוספוס, א אידיש-רוימישער היסטוריון, אן אייניקל פון בית חשמונאים און לשעבר א מפקד אין די ישראלישע ארמיי בשעת די מרד הגדול) האבן אין פאקט די כוהנים מבית חוניו, דעסענדענטס פון בית צדוק, צו יענער צייט, וועלענדיג זיך שטעלן אויף די זייט פון די געווינער, זיך צעריסן מיט די תלמיים איבער טעקסעס און געפירט דערצו אז זיי, די כוהנים גדולים, זאלן פארלירן זייערע ארגינעלען אדמיניסטרעטיוו כח, און ווערן נענש דערפאר מיט אפילו העכערע טעקסעס און א גרעסערע אינטערפירענץ, ווי בעפאר, אין די אידישע קולטור, מצד די תלמיים. דאס אין טוירן האט געפירט ‘שמעון הכהן’ אדער השני (אן אייניקל פון שמעון הצדיק) צו גיין פארשלאגן אנטיוכוס השלישי א פּאַקט און אים צוהעלפן געווינען ירושלים, אנטקעגן די מצריים. די אידן האבן פאר דער פארראט געליטן שווערע קאסטן און פארלוסטן אין די פראצעס, רעטריביושן פון די תלמיים, ביז די עווענטועלע זיג פון אנטיכוס איבער די תלמיים. אין ריטורן האט אנטיוכוס צוריקגעגעבן די כוהנים אין זקני העם זייער טעאקראטישער און אויטאנאמישע שליטה איבער’ן פאלק.

1773008546060.webp

קליאופטרה

1773008564252.webp

ס’דא וואס זאגן דאס איז יוסף בן מתתיהו הכהן

1773008619916.webp

אנטיוכוס השלישי

1773008646521.webp

אנטיוכוס אפיפניס

1773008689542.webp

א מטבע פון אנטיוכוס אפיפניס

1773008699444.webp

II דעמיטריוס

בכל אופן, יוספוס איז מעיד אז פון אלע שטעט מחוץ לארץ האט אנטיוכה דאן געהאט דאס מערסטע קאנצערטרירונג פון אידן און אז זיי ענדזשויען פולע רעכטן און סיידן אנטיכוס אפפינס (וואס האט גראדע אויך די אוצרות וואס ער האט גערויבט פון די ביהמ"ק געשאנקן די אידן אין אנטיוכה) האבן אלע מלכי סוריה די אידן געלאזט לעבן במנוחה; דאס איז טראץ וואס די רילעישנס צווישן די מלכי סוריה און די לאקאלע ‘נישט-אידישע’ איינוואוינער אין די הויפטשטאט זענען נישט אלעמאל אזוי איי איי איי. אין 129 לפנה"ס טרעפן מיר אפי’ למשל אז דעמיטריוס II אדער ‘ניקטור’ ווי זיין צונאמען איז געווען, א רולער אין אנטיוכיה, ענליסט די הילף פון די אידן צו באשטראפן א רעבּעליאן וואס ברעכט אויס אין די קעפיטעל און איז די מורדים מעניש מיט פייער און שווערד. על כל פנים, ביז 66 לספירה, ווען אין א"י ברעכט אויס די ‘מרד הגדול’ קעגן די רוימישע אימפעריע, לעבן זיך די אידן אין פרידן אין אנטיוכה, א שטאט פון ארום 300,000 איינוואוינער.

1773008799984.webp

א מאפע פון סיריע און א"י אונטער די סעלאוקישע און תלמישע מלוכות

אגב, יענע צייט, ארום 66-67 לספירה, נישט לאנג נאכוואס אַספַּסיאָנוס, טיטוס’ טאטע, קומט צו סוריה (א”י ווערט אין טייל מקורות אויך אנגערופן סוריה) אין אנהויב פון די פיהר-יעריגע קאמפיין צו אונטערדרוקן דעם מרד הגדול (וואס וועט אין ענדע זעהן די חורבן ירושלים), איז ער אויך דעמאלס כובש אנטיוכה און האט די סופארט פון די ארטיגע איינוואוינער. עס איז דאן ווען עס באווייזט זיך צום ערשטן מאל אן איבה צווישן די ארטיגע נישט-אידישע באפעלקערונג און זייערע אידישע שכינים. יוסיפוס פארציילט אז אין ליכט פון די אנגעצויגענקייטן, שמדט זיך דער זוהן פון דער ראש הקהל פון אנטיוכיה און ער נעמט אנטייל אין אן עלילה אויף די אידן אז זיי פּלאָטן צו פארברענען דעם שטאט. די בלבול פירט צו פּאָגראָמען אנטקעגן אידן אויך אין מערערע סירישע שטעט, שפעטער פירענדיג צו אן אמת’ע פייער, בשעת טיטוס באזוכט די שטאט צו פייערן זיין זיג איבער ירושלים, וואס פארברענט די מארק און די ארכיוון. אנטיוכוס, דער מומר (ער האט זיך געגיבן א נאמען נאכ’ן רעבין), באשולדיגט די אידן דערין, פרעות פלאקערן ווידער אויף ביז דער ארטיגער רומישער געזאַנדעטער, אן ענוואוי מיט’ן נאמען גנֵיוס, שטילט דאס איין און פארשט אויס די סיבה פון די פייער, אנפלעקענדיג דאס די צינדער זענען בעלי חוב וואס האבן געזוכט זיך צו באפרייען פון די חובות. די תושבי אנטיוכה זענען נישט צופרידן. זיי בעטן טיטוס זאל פארטרייבן די אידן פון דארט אויף וואס טיטוס ענטפערט, "וואו ווילסטו איך זאל זיי שיקן? צו די שטאט פון זייערע עלטערן וואס כ’האב נארוואס חרוב געמאכט?” בעטן זיי דאן ער זאל כאטש צונעמען פון זיי גלייכבארעכטיגונג א זאך וואס טיטוס רעפיוזד אויכעט. כאטש ס’איז וויכטיג צו געדענקען אז טיטוס און זיין פאטער זענען געווען יוסיפוס’ פטרונים (שטיצער) און ס’איז יתכן אז ער האט אן אגענדע געהאט צו פרעזערווירן די רוימער אלס נישט דוקא "קעגן-אידן" בכלליות איז אבער אָנ-לייקלי ער זאל האבן אויפגעמאכט אזא גראבע ליגנט ווען דאס וואלט געווען ‘קאממאן-נאללעידזש’. אגב, מכאן ראיה אז דער שיטה צוהאלטן רעליגיע און נאציאנאליטעט באזונדער, בפרט מחוץ לארץ, און זיין גענצליך לאיאל צו ארץ מגורים איז נישט קיין נייער, אפגעזען ווי רעכטס, לינקס, רעליגעיז אדער נישט מען איז.

1773009068339.webp

אספסיאנוס
אויכעט איז דער אנטיוכיה באקאנט אלס די ‘וויגעלע פון קריסטנטום’ צוליב די וויכטיגע ראלע וואס זי האט געשפיהלט אין דאס געבורט פון נצרות און אוירלי (פריע) קריסטונטום. גיווען איר גרויסע אידישע פאפולאציע א שטייגער ווי ‘קעראַטִיוּן, האט זי צוגעצויגן צו זיך פיהלע מישענעריס אדער שליחים. שאול התרסי אדער ‘פּאולס’ ווי ער איז באקאנט, דער איד און מחבר פון די איגרות אין די תורה החדשה, האט דארט אנגעהויבן צו פּריטשן (מטיף מוסר זיין) און דארט האבן אויך די נוצרים צוערשט געקריגן דעם נאמען כריסטינים וואס מיינט משיחיים אין גריכיש. ווי אויך האבן דארט פאולס, שמעון כיפּא (פּיטר) און יוסף בַּרנַבּא (בר נבא), אלע אידן, און פון די גאר ערשטע קריסטן, אנגענומען דעם החלטה אז מען קען צו נצרות אויך מגייר זיין נישט-אידן און אזוי ארום איז קריסטנטום געווארן פון א אידישע כת צו א יוניווערסאל רעליגיע אפן צו אלעמען. (אגב, אלע דריי זענען לויט די קריסטליכע מסורה געהארגעט געווארן צוליב אידישע רדיפות און מסירות, איידער’ן חורבן.)

דאס אלעס נוצט פאר אן אריינפיר צו דעמאנסטרירן די וויכטיגע ראלע וואס ביידע, אידן און קריסטן, האבן געשפיהלט אין דעם שטאט’ס היסטאריע.
 
לעצט רעדאגירט:

חלק ב'​


1773009204166.webp

טיטוס

1773009291098.webp

א מטבע פון טיטוס

אונטער די רוימישע רעפובליק (פון יוליוס קיסר והלאה), האט אנטיוכה ווייטער געבליהט און זיי האבן איר געגיבן ‘סיוויטאַס ליבּערא’ סטאטוס, ד.מ. אז די שטאט מעג זיך זעלבסט-גאווערנען. זיי האבן אויך אין איר געבויעט גרויסע פראיעקטן, אינקלודינג אזעלכע דורך הורדוס דער גרויסער, דער אידיש-רוימישער קעניג פון יהודה און ווידעראויפבויער פון די בית שני אין אר"י. אנטיוכה האט אבער געליטן פון נאכאנאנדע ערד-ציטערנישן אין דעם ראיאן וואס האבן צעווארפן אירע בנינים און פארמינערט איר פאפולאציע. שפעטער (נאך אונזערע צייטן), מיט אן ענדערונג אין די טרעיד-ראוטס און מערערע אנפאלן פון פרעמדע מלוכות וועלכע פרובן איר אינוואדירן, האט זי אינגאנצן פארלוירן איר סיגניפיקאנץ.

בכל אופן, ווי מיר שטייען איצט, אין דזשאן קרייסוסטום’ס צייט, האט שוין די שטאט געליטן אפאר ערד-ציטערנישן און אן אנפאל פון די פרסיים און אירע איינוואוינער זענען מיזרעבל און איר צאל איז אין דעקליין; מיט די צאל אינהאביטענטס יעצט ביי 150,000 מענטשן.

ס’איז נישט קלאר אויב קרייסוסטום’ס מאמע איז געווען א פעיגען אדער קריסט אבער זיין טאטע איז געווען א הויך-ראנקיגער מיליטערישע אפיציר וואס איז געשטארבן נישט לאנג נאך דזשאן’ס געבורט איבערלאזענדיג זיין מוטער זאל אים אויפהאדעווען אליינס. אין בערך 20 צו 25 יאהר שפעטער האט מען אים באַפּטייזד (געטובלט לשם גיור צו קריסטיאניטי) און מסמיך געווען אלס בעל תפילה אין די טשוירטש, א נידריגע ראלע יחסי. פארוואס נישט פריער? פארציילט מען אז ער האט שוין אלס קינד געוואלט זיין א נזיר אבער זיין מאמע האט אים משכנע געווען אז זי ברויך אים האבן צוהילף דערפאר האט ער געווארט ביז נאך איר טויט. אלס א רעזאלץ פון זיין מאמע’ס קשרים איז ער אנגענומען געווארן ביי דער פּעיגען מגיד מיט’ן נאמען ליבּאַניוס, א פּראָליפיק שרייבער און לערער פון הויך-עדיוקעישן, ספּעסיפיקלי אין די סובּדזשעקט פון ‘רעטאריק’ אין די ‘סופיסט’ מהלך הלימוד פון עינשענט גריכלאנד. רעטאריק איז די לעהרע פון שטודירן די טעכניקן וואס שרייבער און רעדנער נוצן צו אינפארמירן, משכנע זיין אדער מאטיווירן זייערע אוידיענץ צו א ספּעציפישע ליין פון ארגומענט אדער מיינונג.

1773009627542.webp

ליבאניוס אויסגעדמיונט אין 18צנטע יארהונדערט

ליבּאַניוס, א קאמיטטעד פּעיגן, אין די פעיס פון אינקריסינג קריסטיניזאציע דורכאויס די רוימישע אימפעריע, מיט שיינעם צו מיט בייזן, איז געווען א מקורב צום רוימישן קיסר ‘יוליאנוס דער אפיקורס’ ווי ער ווערט אנגערופן. יוליאנוס איז געווען דער לעצטער ‘נישט-קריסטליכער רוימישער’ קיסר און האט פרובירט, אומסוקסעספול, ווידעראויפצולעבן טראדיציאנאלע רוימישע רעליגעזיע מנהגים. אויך האט ער פרובירט צו בויען א דריטן בית המקדש אין ירושלים, מער אלס א פארזוך צו שאדן טוהן קריסטנטום ווי פאסיפיצירן די אידן. (אינטערעסאנט אז ביים נאכקוקן וויקיפדיע רעוויזשן היסטארי אויף דעם פוינט, איז געווען קענבאר א כסדרדיקע אקטיווע וואַנדאַליזם אוואו טראָללס (עס קען זיך יעדער משער זיין ווער) פרובירן עדיטן דאס יוליאנוס’ דורכפאל אין צוריקאויפבויען דעם בית איז, אין א אקט פון דעוויין אינטערווענשאן, געווען סיבה צו די גליל, יאר 363 ערדציטערניש און זאָגאַר די עווענטועלע צוזאמענפאל פון די רוימישע עמפייער.. עס זענען דאס מסתמא די זעלבע וואס פארפירן איצט אויף דעם ביהמ"ק' ווידעראויפבוי.)

י רוימישע אימפעריע האלט אצינד אנהויב פון די פראצעס פון איר צוזאמענפאל אוואו זי וועט לבסוף פארלירן אירע לענדער מערב אויפ’ן גלאוב און אנשטאט ממשיך זיין אין אירע לענדער אין דער איסט (אנטיוכה אינקלודעד), שאפענדיג דער א.ג. ‘ביזענטיין אימפעריע’ וואס וועט לאַסטן פאר נאך 1100 יאהר: קאנסטאנטין I אדער ‘דער גרויסער’ האט נישט לאנג פריער (קורץ בעפאר קרייסוסטום’ס געבורט) געבויעט א נייע אימפּעריעל פאלאץ אין קאנסטאנטינאפל (היינט איסטאנבול), אנרופענדיג דער שטאט ‘ניי רוים’, און האט אויך לעגאליזירט קריסטנטום, ווען ער האט אין 325 צוזאמענגערופן ‘דער ערשטער קאנסול פון ניקיאה’ (אדער נישיע), וואס אין מאדערן טערקיי, צו שליכטן די אריען קאנטראווערסיע (ער האט זיך אויך געטויפט צו קריסטנטום אויף זיין טויטן בעט).

1773009759518.webp

קאנסטאנטין דער גרעיט

1773009771820.webp

טיאודאוסיאוס דער ערשטער


דארט אין ניקיאה, אין דער ‘נישיען קריד’ זענען די עיקרים פון קריסטנטום עסטאבליזירט געווארן און מעינסטריעם קריסטיאניטי אוואו זי איז היינט, סיי אין די איסט און סיי אין די וועסט, איז אויף זי באזירט (אז יעזוס איז א קינד פון גאט און דערפאר בלי תחילה, און אויך איידענטיקל צו גאט, אנשטאט נאר א יצור פון גאט - יש מאין, וואס וואלט אים געגיבן אן התחלה – אזוי ווי די אַריענס האבן געהאלטן. און אויך לאפיקו ווי די אַפּאָלינאַריענס, אויפ’ן אנדערען עקסטרים, האבן געהאלטן אז יעזוס איז קיינמאל כולו אנושי געווען נאר מתחילה אהן געהאט א גענצליך געטליכן מיינד. די נעאָ-אריענס האבן זאגאר מציע געווען א אונ-ענליכקייט – אדער העטעראָאַזיען - צווישן יעזוס און גאט דער פאטער. דערמיט האבן זיי געוואלט מאכן יעזוס סובאָרדינעיט אדער אונטערגעווארפן אונטער גאט. דער השקפה איז אוודאי כפירה’דיג אפגעשטעמפלט געווארן דארט אין נישיע). די וואס האבן נישט מסכים געווען מיט די החלטות באשטימט אין נישיע זענען געווארן בּאַנישט און בּרענדעט אלס אטעאיסטן, און מיט נישט לאנג שפעטער (אינמיטן פון קרייסוסטום’ס לעבן), וועלן אלע אנדערע רעליגיעס ווערן אימלעגאל דורכאויס די עמפייער. (הגם די מחלוקת אין קריסטנטום אליינס, צווישן די אריענס און די הומואַזשיענס [אדער טריניטאַריענס] איז מיט די נישיען קאנסול נישט אפגעקיהלט געווארן און דער פּאָלעמיק איז נאך אנגעגאנגען לכה"פ ביז די ערשטע קאנסול פון קאָנסטאַנטינאָפּל אין 381 אוואו ‘טיאודאוסיאוס דער ערשטער’, דער לעצטער רוימישער קעניג פון ביידע איסט און וועסט האט עלימינירט די אנטי-אריענס מכל סוג).

דיע פון צווישן די רוימער וואס אַדוואָקירן נאך פאר די אלטע רעליגיע האבן ביי דער סטעידזש שוין מער ווייניגער פארלוירן זייער מלחמה אנטקעגן די נייע-קריסטן, מיט אפאר קיסרים קריסטן אליינס, שוין ביי דער פוינט. אין אנטיוכיה אויך, זענען שוין דאן א מערהייט געווען קריסטן און נישט סתם, נאר אפט מיט די שטיצע פון די אימפעריע, געווילדעוועט, צושטערט און פארברענט די טעמפלען פון די פּעיגענס. זיי האבן אויך אויסגערודפט די אפאלינאריענס און אריענס, די לעצטע וועמענ’ס טעאלאגיע איז אויך אַן אנטיוכיה’ן פראדוקט. (אַריוס, דער מקור פאר דער ווארט ‘אריען’, און זיין רבי לוסיאן, זענען פון דער ‘סקול פון אנטיוכיה’.) דער אויבנדערמאנטער ליבאניוס, אליינס פון א הויך-קלאס משפחה וועלכע האבן געליטן פון די רדיפות, קלאגט דערוועגן אין זיינע בריוו און רעדט זיך אפ אז דאס צעשטערן די טעמפלען שעדיגט די לייווליהודס פון די פארמער אין די קאנטרי-סייד.

1773009940825.webp

יוליאנוס דער אפיקורס

1773009916157.webp


א מטבע פון יוליאנוס

ווען יוליאנוס דער אפיקורס למשל קומט אין 362 באזוכן די שטאט, מיט א פלאן זיך אריבערצוציען דארטן, און פרובירט צוריק איינצושטעלן העלעניזם, טרעפט ער אהן א מערסטנס האָסטייל פאפולעישן און א סיטי אדמיניסטראציע וואס ברעכט אונטער מיט פוילע און קארופטירטע קאונסלערס וואס זענען אווער-רעלייענט אויף געלט הענדאוטס פון דער קיסר. די רייכע עסן סוחרים זאמלען אהן עסן און פארקויפן עס במכוון שטאַט כדי די פרייזן זאלן בלייבן הויעך, צווינגענדיג דעם קיסר צו פיקסן די פרייזן פון תבואה און אימפארטירן מער פון מצרים. די לעצטע טענה’ן אז דאס טוען זיי צוליב די אָנפּרעדיקטעבל האַרוועסטער (אין א געגנט פון ערדציטערנישן נעבן ים, איז דאס זייער לייקלי.)

דער קיסר רעמאווט די ביינער פון א בישאָפּ א מאַרטיער מיט’ן נאמען ‘בּעיבּלס’ פון נעבן די פּאַגאַנישע ‘טעמפּל פון אפּולו’ ווייל די ביינער "אונטערדרוקן" די נבואות פון ‘פּיתּיה’ די כוהנת פון אַפּולו’ס טעמפּל. פראטעסטן פאלגן נאך און א פייער ברעכט אויס וואס פארברענט די טעמפל. (פיתּיה, לויט די גריכישע מיטעאלאגיע, האט גאט אינעװענדיג אין איר זאגן עתידות דורך איר מויל, אפטמאל בדרך חידה, א בחינה ווי אוב און ידעוני.). יוליאנוס אויפגערעגט, פארשליסט ‘קאנסטאנינ’ס היי טשוירטש’ אין ריטורן, און פארארדנט א שטרענגע אינוועסטיגעישן וואס רעגט נאך מער אויף די קריסטן, איבערהויפט נאכוואס ס’שטעלט זיך ארויס אז די פײער איז געווען די רעזאלץ פון אן עקסידענט. די ארימע און הונגעריגע שטאָטסלייט גלייכן נישט די געפרעס און זויפעריי פון יוליאנוס’ סאלדאטן (כאטש ער אליינס איז באצייכנט װי אַן אַסעטיק), און זיינע גרויסארטיגע ענימעל הקרבות וואס ער ברענגט פאר די געטער, און לאכן און שפעטן פון אים, אנקוקענדיג אים פאר א צוריקגעשטאַנענער מיט זיין אלטער רעליגיע. יוליאנוס, גאנץ א פשטן, פובליצירט א סאַטירע, מכלומרשט אויף זיך אליינס, מיט’ן נאמען דער ‘בארד-העיטער’ (די אנטיוכיונס האבן חוזק געמאכט פון זיין קליינשפיציגע בערדל) אין וועלכע ער גיבט אויס זיין אנגעגעסנקייט אויף די איינוואוינער פון אנטיוכיה און בלעימט זיי פאר’ן "בעפארצוגן א קיסר מיט מידות אויפ’ן פנים ענדישער ווי אין הארץ.” ער לאזט איבער די שטאט אפפוינטענדיג אלס גאווערנער א ווילדער און אכזרישער מענטש, בשעת ווען צו זיינע נאענטע אַדמיט ער אז הגם יענער דעזערווד נישט דער אמט, איז ער אבער גאנץ גוט געפּאַסט פאר די געלט-גייציגע און רעבּעליעס איינוואוינער פון אנטיוכיה.

1773010095888.webp

פיתיה אימעדזשינד ביי אז'ן דלקרואה, פראנצויזישע ארטיסט פון 1רשט האלב 19 הונדערט

ס’איז וויכטיג אנצומערקן אז יוליאנוס אליינס האט געהאט א רבי, ‘יוסעביוס פון ניקומדיה’, אן אריען בישאפ, און יוליאנוס איז א רעזאלץ פון א דור וואו די הויכע פאזיציעס סיי אין די מלוכה און אויך אין די טשורטש זענען באזעסן געווען פון אריענס אדער אריען סימפאטיזירער אזש ס’האט שיער אויסגעזען אז זיי וועלן געווינען דעם קאמף, און אריאניזם וועט ווערן דעם עמפייער’ס פלעיוואר פון קריסטנטום, ביז ‘טיאודאוסיאוס דער ערשטער’ האט דעם חלום צעבלאזן. ווי אויך איז ‘קאנסטאנטין דער ערשטער’ס’ קאנווערזשאן צו אריאניזם דורכגעפירט געווארן טאקע ביי דעם יוסעביוס. יכול להיות אז די אריען-הומואַזשיען קאנפליקט קען ווארפן א ליכט אויף די ווידערווילן וואס די אנטיוכיונס האבן איצט, א דור שפעטער, ארויסגעוויזן צו די אַריסטאָקראַטישע עליטע, מער וועגן וועלכע מיר וועלן שפעטער לייענען.

לענינינו, פון ליבאניוס האט דזשאן געלערנט רעטאריק און ליטעראטור אין די גריכישע שפראך און געווארן א לויער אין פראָפעשאן. (לויט דער קריסטליכער היסטוריון ‘סוזומען’, פון בערך א דור שפעטער, דארף ליבאניוס צוהאבן געזאגט אויף זיין טויט-בעט אז דזשאן וואלט אים איבערגענומען ווען נישט די קריסטן האבן אים צוגענומען פון אים.) דזשאן האט אויך געהאט אן אנדערע טיטשער, אַנדראַגאטיוס, ביי וועמען ער האט געזאלט האבן געלערנט פיליזאפיע אבער ער איז אָדערווייז אומבאוויסט צווישן די רוימישע פיליזאפן פון יענע צייט, ווייזענדיג אז ער איז מסתמא קיין גרויסע תנא קמא נישט געווען.

ווערענדיג עלטער איז דזשאן מער איבערגעגעבן געווארן צו קריסטנטום און איז געגאנגען לערנען ביי דיאַדורוס שפעטער בישאפ פון טַרסוס, אין זיין מאָנאַסטיר נעבן אנטיוכיה. דיאדורוס, אליינס א גרויסע גענגער צו יוליאנוס און א שטארקע חסיד פון דער נישיען דאָקטרין, האט געלעבט א שפארזאמע לעבן און איז געווען אנגעוואנדן אין די נדבות פון מענטשן. אויך איז ער גערודפט געווארן פאר זיינע אמונות און איז אפט ארעסטירט געווארן דערוועגן. דזשאן האט דארט ביי אים, אנגענומען א לעבן פון עקסטריעם אסעטעסיזם און שפעטער ביי די 28 יאהר געווארן אן איינזאמער הערמיט, שפענדענדיג די קומענדיגע צויי יאהר אין סיגוף: אפגעזונדערט, נאכאנאנד אויף די פיס, קוים שלאפענדיג און חזרנ’דיג די תורה (החדשה והישנה) בעל פה. אין קאנסעקווענץ פון די חיי עינו (וואס איז אוודאי א שטארקע יסוד פון וחי בהם) זענען זיינע מאגן און נירן שווער געשעדיגט געווארן און ער האט צוליב זיין ארימע געזונט אויפגעגעבן די מאנאסטיק לעבן און זיך אומגעקערט צו א לעבן ווי א אדם מן היישוב. אנדערע זאגן אז כאטש ס’איז אמת אז ס’האט אים געשאדט צום געזונט איז דאס נישט די סיבה פארוואס ער האט אויפגעגעבן די נזירות נאר ווייל ער האט איינגעזען אז דינען אין די כנסיה איז מער ערהאַבּן ווי נזירות; בעת וואס דער נזיר איז סעלף-סענטערד, טוט זיך דער טשוירטשמאן אפגעבן מיט אנדערע. פונדעסטוועגן איז דא פון אים בריוו וואו ער איז מחזק אנדערע וואס זענען געבליבן בי דעם לעבנסשטייגער און אפי’ אפגעלאזט אירוסין וועגן דעם.

אין אנטיוכה איז קרייסוסטום קודם אויפגענומען געווארן אלס ‘לייענער’ אין די טשוירטש (בעל קורא) דורך א בישאפ, קינדער מלמד און מפרש מיט’ן נאמען זינאָ פון וועראנע (איטאליע) נאכוואס זינא האט זיך אומגעקערט פון א וויילונג אין ירושלים. זינא, אליינס עמיצער מיט נעגעטיווע מיינונגען וועגן אידן ווי עס איז ניכר פון זיינע פירושים וועלכע זענען מעינלי עוסק אין די חומש, איז איינגעהילט אין מיסטישע לעגענדעס און סופּערסטישענס און זעהט אויס צוהאבן פארדינט די הערכה פון מער פון איין אידן-מתנגד פון יענע צייטן. אן אנדערער אַמבּראָס דער בישאפ פון מילאן, אויך א שטארקע אריען מתנגד, וועלכער האט זיך אנגענומען פאר מענטשן וואס האבן פארברענט א אידישע שוהל, אנטקעגן די קיסר טיאודאוסיאוס I וואס האט געוואלט די צינדער באשטראפן, האט אויך געשריבן וועגן די הייליגקייט פון זינא. (הגם אמבראס האט אין דער זעלבער צייט אויסגעדרוקט לויב פאר - און גענוצט די ווערק פון - אנדערע אידן אינקלודינג דער אידישער פיליזאף ‘פילון פון אלכסנדריה’ און אויך דער אויבנדערמאנטער יוסיפוס)

1773010296719.webp

אַמבּראָס דער בישאפ פון מילאַן

1773010331003.webp

סטאטוע דעפיקטענדיג זינא פון וועראנא

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז ‘אריעעניזם’ האט לאו דוקא געמיינט א גינסטיגערע בליק כלפי אידן. קאנסטאנינוס II למשל, - א זוהן פון קאנסטאנטין I, און קאָ-עמפּארער (קיסר) מיט זיינע ברודער, וואס האט געהערשט איבער די איסט (די רוימער האבן איינגעפירט ‘טעטראַכי’ אין בערך 300 אוואו לפעמים זענען מער ווי איין יורש אַפּפּוינטעד געווארן קיסרים צו רוּלן צוזאמען אויף אנדערע חלקים פון די מלוכה אזוי צו טעקלען די וועסטנעס פון איר עמפייער - א מין רעבּע סיסטעם.), און וועמענ’ס מלוכה האט זיך געענדיגט אין 361 (ווען דער אויבן-דערמאנטער יוליאַנוס האט אים איבערגענומען) – איז געווען א שטארקע אריען אבער האט נישט איבעריג געגליכן אידן. ער האט געמאכט גזירות קעגן זיי אינקלודינג, געלימיט די נומער פון קנעכט זיי מעגן האבן, פארבאטן חַתנוּת צווישן אידן און קריסטינקעס און אנעקסירט די פארמעגנס פון ווער ס’האט זיך מגייר געווען פון קריסטנטום צו אידישקייט. הגם געוויסע זענען מעיר אז דאס האט ער געטוהן צוליב ביזנעס אינטערעסן: פריוואטע אידישע ביזנעס איז געשטאנען אין קאנקורענץ מיט סטעיט-באזיצטע ביזנעס און דא האט ער געזוכט צו גיבן א יתרון (עדווענטעדזש) צו די לעצטע מיט’ן באגרעניצן די סקיללד ארבעטער און קנעכט עוועילעבל צו די אידישע ביזנעסער. וואס אַן אמת האט זיין טאטע שוין אינסטיטוטעד געזעצן אָנפעיוואָרבּעל צו אידן. אידן מעגן נישט: זוכן צו מגייר זיין קריסטן, אטאקירן אידן וואס האבן קאנווערטעד צו קריסטנטום, אייגענען קריסטליכע קנעכט אדער בכלל מַלן זייערע קנעכט אבער ער האט די אידישע גייסטליכע נישט געגיבן ווייניגער רעכטן ווי פאר די קריסטליכע.

1773010444559.webp

קאנסטאנטינוס II

1773010516135.webp

פילון האלכסנדרי

שפעטער ווערט דזשאן אָרדעינד (מוסמך) אלס דיאַקוּן אדער דיקאָן ווי זי איז באקאנט. א דיאקון איז אונטער א כומר און בישאפ און איז ווי א משרת צו זיי – ער העלפט אבּהאלטן מאַסס, די קריסטליכע נאמען פאר תפילה בציבור אין טשוירטש, נעמט צוזאם די תרומות נאכדעם און בד"כ (בדרך כלל) גיבט זיך אפ מיט צדקה לעניים און טבילת ילדים פאר באפטיזם אין טשוירטש.

אין 381, נאכוואס ער פובליצירט א בוך ‘קעגן אידן’ געריכטעט אנטקעגן אידישע נוצרים (מער דערוועגן שפעטער) איז דזשאן געווארן נתמַנה אלס פרעסבּיטיער (כומר) דורך דער דעמאלטיגער בישאפ ‘מעלעטיוס פון אנטיוכיה’. מעלעטיוס איז געווען דער בישאפ אנערקענט ביי די קיסר’ליכע קאורט אין קאנסטאנטינאפל אבער נישט ‘אין קומיוניון’ דאן, מיט די קריסטליכע עסטעבלישמענטס פון רוים און אלכסנדריה. קומיוניון איז טײטש אז אנדערע דענאמינאציעס (צווייגן), אדער אינדיווידועלן וועלכע שערן אבער די עיקרים פון קריסטנטום קענען צוזאמען אבהאלטן סערוויסעס און פייערונגען ווי למשל דער יוקעריסט. (די יוקעריסט איז א ריטואַל אדער עבודה פערפארמד בשעת מאסס אוואו ברויט און וויין ווערט געבענטשט, מוקרב אויף א מזבֵּחַ און דערנאך פארטיילט פאר די משתתפים. די ברויט און וויין ווערט, אין א קאנצעפט אנגערופן טראַנסובּסטאַנשיעישן, פאררעכנט ווי די בלוט און קערפער פון יעזוס וואס דורכן איר קאָנסיומען נעֶרט זיך א גלויביגער, ספיריטשואלי, פון יעזוס’ כח.) ווען מעלעטיוס שטארבט שיידט זיך דזשאן אפ פון מעלעטיוס’ פאַלאָווערס’ פראַקציע אבער דזשוינט נישט מעלעטיוס’ גענגער פאוליניוס, אויך א בישאפ אין אנטיוכיה.

1773010832883.webp

מעלעטיוס פון אנטיוכיה

אביסל צו ערקלערן די בעקגראונד צו די שטרייט: מעלעטיוס, אַן ארטאדאקס, איז געווען ווי עס איז א פשרן צווישן צוויי קענגערישע צדדים: מצד אחד די אריענס און מצד שני די עקסטרימע יוסטעסיענס, פאלאווערס פון דער קנאי, און מעלעטיוס’ פארגייער, ‘יוסטעסיוס דער ארכבישופ פון אנטיוכיה’, א שטרענגע פראפאנענט פון די פרא-נישיען דאגמע.

1773010792527.webp

יוסטעסיוס פון אנטיוכיה

(איבער דעם יוסטעסיוס און זיין אריען בר-פלוגתא, דער אויבן-דערמאנטער ‘יוסעביוס פון ניקומדיה’, שפעטער די ארכבישופ פון קאנסטאנטינופל, פארציילט מען אז יוסטעסיוס’ אינטראַנסידזשענס (עקשנות און אומוויליגקייט צו קאמפרעמייזן) האט אים געמאכט זעהר אומפאפולער מיט זיינע קאלעגע בישאפן אין די איסט, און יוסעביוס, מיט צושטימונג פון די קיסר, האט אראנזשירט אים צו פארטרייבן אין גלות אריין פאר די זינד פון זנות וואס מען האט אויסגעפונען אויף אים. די נעיטשור פון די דעספיוט צווישן יוסטעסיוס און יוסעביוס - אחוץ פון זייערע דיפערענצן אין די, בּאורינג און מיינוּט, טעעלאגישע דיקדוקים פון גלױבונג - איז אויך אַמיוזינג, אינדעם אז ס’האט אינקלודעד די לערעהס פון א פריערדיגער, אן עַמוד אין אוירלי קריסטנטום, מיט’ן נאמען אוריגַנָס וועלכער איז געשטארבן מיט בערך 80 יאר פריער. אוריגנס, אליינס א מארטיער און איינוואוינער אין קיסירה א”י, איז באמת געווען א גאון און א ברייטער קאפ מיט אזויפיהל ווי 2,000 געשריבענע עסייען אויף א ווערייעטי פון בּרענטשעס וויטהין טעאלאגיע אריינגערעכנט גאנץ מאדערנע:, ווי ‘טעקסטשואל קריטיסיזם’: שטודירן די היסטאריע און מקור פון די טעקסט, ‘פרשנות המקרא’, ‘עקסידזשיסעס’: א קריטישע ערקלערונג פון די טעקסט, ווי למשל די קולטלערע בעקגראונד פון די שרייבער, די אינטענשאָן פון די טעקסט, די ארגינעלע אוידיענץ און די גראַמאַטישע, און סינטאַקטישע כאראקטערן פון די טעקסט און, ‘הערמעניוטיקס’: די שטודיע פון די יסודות פאר אויסטייטשונג, ספציעל בשייכות מיט די תורה אין זיין קעיס.


חוץ פון טעאָלאָגיע האט אוריגנס אויך א יד געהאט און געלערנט מיט תלמידים נאך פארשידענע סאבדזשעקטס ווי לאָגיק, קאָסמאָלאָגיע און נאטורליכע היסטאריע. היסטאריקער היינט האבן געפינען פלעצער אין תלמוד אוואו לפיהם האבן זיינע ווערק השפעה געהאט אויף אידישע ישראלישע אמוראים פון זיינער צייט (וכן להיפך) ווי למשל רב אושיעא אדער רב הושעיה רבה. אוריגנס איז א שטארקע אדהערער געווען צו די אלעגאריקאל טרענד פון קריסטנטום – פון אינטערפּרעטן די תורה מיט משלים אנשטאט אננעמען פשט פשוט טייטש – א שיטה וואס האט זיך שפעטער מתגבש געווען מער אין די שיטת המפרשים פון אלכסנדריה עז עֶפּאוזד צו דיע פון אנטיוכיה און וואס האט מהַווה געווען א טייל פון די שפעטערדיגע חילוקי דעות צווישן די צוויי שטעט. אוריגנס איז אוודאי שפעטער גאסרט געווארן אלס הערעטיק ביי די קריסטן און זיינע ווערק מוחרם ונגנז. אים אליינס האט מען מְעַנֶה געווען און ער איז געשטארבן פון די וואונדן. מען פארציילט אז איינע פון די סיבות פארוואס מען איז בגלוי ארויס קעגן אים בחייו איז ווייל ער זאל האבן געזאגט אז אפילו ‘שטן וועט האבן א ישועה’ און ווייל ער זאל האבן זיך קאַסטרעיטעד (אבּגעשניטן די אייער), דאס זאגט מען, כדי צוקענען שוהלן אינגע קינדער און מיידלעך און מען זאל אים נישט חושד זיין. הגם א טייל חוקרים זענען סקעפטיש דערין זאגענדיג אז מ’טרעפט נישט דער מנהג, צוליב דער סיבה, ביי קיינעם פון די מורים פון זיינע צייטן. פון אים אליינס איז זיכער נישטא קיין מענשאָן דערפון. דער היסטוריון וויליאם פלאַכער זאגט אז ס’איז מעגליך דאס איז געשעהן אין א אינצידענט אמאל ווען אוריגנס האט געקריגן אונטערגעגהויבענע אויגן-ברעמען נאכוואס ער האט פארענדיגט טוטערן א אינגע מויד אין פרייוועט.) בכל אופן, די עסטעבלישעמענט, האט אים נישט געגליכן ווייל ער איז געווען אומקאָנטראָלירבּאַר.

1773010958656.webp

א רעפרעזענטעישן פון אוריגנס פון 12 טע יארהונדערט

המשך יבוא
 
Back
Top