סעינט דזשאן קרײסוסטום, פון די ערשטע אנטי-סעמיטן אין די אױרלי קריסטליכע טשױרטש פון צװײטנהאלב 4רטע יארהונדערט

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,769
רעאקציע ראטע
5,313
פונקטן
943
א ארטיקל פון מײנע ארכיװן. איך פארעפענטליך עס יעצט צום ערשטן מאל בחינם.

חלק א'​

א היסטאריע איבער די שטאט אנטיוכיה און די ווארצלען פון פריע קריסטיאניטי אין די איסט.​


דזשאן קרייסוסטום דער גאלדן-צאניגער איז געבוירן געווארן אין אנטיוכיה ביי די נהר ארונטוס אין יאהר 347 לספירת הנוצרים. דעם עפיטעט האט ער באקומען צוליב זיין עלעקוואנץ אין דרשנות אדער צוליב די נאמען פון זיין כנסיה - ‘די גאלדען טשוירטש’.

1773007407506.webp


1773007441218.webp

א אויבנאויפדיגע מאפע פון אנטיוכיה פון 1-6 לפנה"ס

קודם א שטיקל הקדמה וועגן די שטאט:

‘אנטיוכיה ביי די ארונטוס’ (עטליכע שטעט האבן געהייסן אנטיוכה) - אמאל אין די ‘פראווינץ פון סיריע’ אדער קוילה/דרום-סיריע און היינט אין טערקיי - איז געווען איינע פון די וויכטיגסטע גריכישע שטעט אין די העלעניסטישע תקופה, א פעריאד צווישן די טויט פון ‘אלכסנדר דער גרעיט’ אין 323 לפני הספירה ביז די טויט פון קליאופטרה, קעניגן פון מצרים, אין 30 לפנה"ס. זי איז געווען די הויפטשטאט פון די סלואקישע ברענטש פון די צעשפליטערטע מכדונישע אימפעריע פון אלכסנדר, און שפעטער, נאכוואס די רוימער האבן איר איבערגענומען, די דריט-גרעסטע אין די רוימישע אימפעריע נאך רוים און אלכסנדריה פון מצרים. אין איר הויכפונקט האבן דארט געוואוינט אזויפיהל ווי אהאלבן מיליאן מענטשן. די סיבה צו די שטאט’ס אימפּאָרטענץ איז געווען איינע פון די ענשעינט (אור-אלטער) טרעיד-ראוטס וואס איז אריינגעקומען פון מעסאָפּאַטעמיע, דורך דעם נהר פּרָת, ארויף צו צפון פון קוילֶה-סוריה, ביז צום בארטן פון די מידעטרעינין ים, ביי די עינשענט פּאָרט פון אוגריתּ אדער לאודיקיאַ (היינט לאַטאַקיאַ) וואס איז נעבן אנטיוכיה. פון דארט האבן די פראדוקטן לייכט געקענט ווערן געשיפּט צו גריכלאנד, איטאליע און אנדערע לענדער איבער אייראפע.

1773007629963.webp

די צעטיילטע גריכישע עמפייער נאך די דיאדוכי קריגן. צירקלען: רויט-מיטן: אנטיוכיה, בלוי-ליין: נהר פרת, רויט אויבן-לינקס: רוים, פינק: אטענס, גרין: אלכסנדריה

אנטיוכיה (אדער היינט אַנטאַקִיאַ) איז אויך געווען די הויפט צענטער פאר אידישע העלעניזם סוף פון די צווייטע בית, האבענדיג געבויעט געווארן דורך סעלאוקוס, אלכסנדר’ס גענעראל און גרינדער פון דעם סלואקישע מלוכה, ווען ער האט אין די בארימטע קריגן פון די ‘דיאַדוכי’, די ראַיאָנען פון סיריע (פונוואס אנטיוכיה איז אטייל געווען), – פינישיע (לבנון) און דרום לעוואנט (א”י/יהודה) – צוריקגעכאפט פון אנטיגָונוּס מונופַּתַּלמוס, אן אנדערער פון אלכסנדר’ס גענעראלן און זיין בר-פלוגתא. כאטש די שטאט אנטיוכה האט אין די צייט פון איר גרינדונג נישט ממש געהערט פאר דער זעלבער דינאסטיע אדער מקדונישע ברענטש וואס האט געוועלטיגט אויף ירושלים ווייל א דריטער פון אלכסנדר’ס גענעראלן, ‘תַּלמֵי דער ערשטער’, אדער תלמי ‘סוטר’, דער מייסד פון ‘בית תלמי’ און יורש פון די מיצרישע ברענטש , און סעלאוקוס’ פריערדיגער עליי, האט אים אויסגעכאפט - און בעפאר ער האט צייט געהאט צוגיין קלעימעין ירושלים האט עס תלמי פון אים צוגענומען - האט אבער סעלעאוקוס געשלאגן א בונד מיט תלמי און האט תיכף נאכ’ן בויען אנטיוכה איר באזעצט מיט מַקדוניונס, גריכן (פון שטאט אנטיגונה) און אידן, באפרייטע פון זיין אייגענע מיליטער; געבענדיג רייז צו ‘קעראַטיון’ – א גרויסע אידישע סאָבּורב מיט א ווייבּערענט אידישע פרעזענץ פאר הונדערטע יאהרן צו קומען, – אין דרום זייט פון די שטאט. (די אנדערע צוויי גענעראלן זענען געווען ליסימכוס און קאַססאַנדער אבער זיי האבן נישט לאנג אנגעצויגן און אנטיגונוס’ יורש האט, אין עדישען צו זיין אייגן חלק מוקדון, זייערע חלקים אויך איבערגענומען.)

1773008260269.webp

די גריכישע עמפייער נאך אלקסנדר’ס טויט, איידער די דיאדוכי קריגן. מערקט אנטיוכיה און א"י/יהודה אין אנטיגונוס’ חלק

1773008305470.webp

אלקסנדר מוקדון דער גרעיט

1773008346741.webp

סעלאוקוס דער ערשטער

1773008368418.webp

תלמי סוטר

ארום הונדערט יאר דערנאך וועט סעלאוקוס’ אייניקל ‘אנטיוכוס דער דריטער’ (א טאטע פון אנטיוכוס אפיפניס אין די חנוכה מעשה) צוריקנעמען ירושלים פון די תלמיים און אויך מעתיק זיין 2000 אידישע משפחות פון בבל און מעסאָפּאטעמיע צו צוויי אנדערע פון זיינע פראווינצן, לידיה און פריגיה, גלויבענדיג אז אידן קענען זיי צוניץ קומען אין אנהאלטן די סטאביליטעט אין זייערע פראווינצן און פרעווענטן מרידות. דאס איז געווען א גריכישע מהלך. לויט יוסף בן מתתיהו (אדער יוספוס, א אידיש-רוימישער היסטוריון, אן אייניקל פון בית חשמונאים און לשעבר א מפקד אין די ישראלישע ארמיי בשעת די מרד הגדול) האבן אין פאקט די כוהנים מבית חוניו, דעסענדענטס פון בית צדוק, צו יענער צייט, וועלענדיג זיך שטעלן אויף די זייט פון די געווינער, זיך צעריסן מיט די תלמיים איבער טעקסעס און געפירט דערצו אז זיי, די כוהנים גדולים, זאלן פארלירן זייערע ארגינעלען אדמיניסטרעטיוו כח, און ווערן נענש דערפאר מיט אפילו העכערע טעקסעס און א גרעסערע אינטערפירענץ, ווי בעפאר, אין די אידישע קולטור, מצד די תלמיים. דאס אין טוירן האט געפירט ‘שמעון הכהן’ אדער השני (אן אייניקל פון שמעון הצדיק) צו גיין פארשלאגן אנטיוכוס השלישי א פּאַקט און אים צוהעלפן געווינען ירושלים, אנטקעגן די מצריים. די אידן האבן פאר דער פארראט געליטן שווערע קאסטן און פארלוסטן אין די פראצעס, רעטריביושן פון די תלמיים, ביז די עווענטועלע זיג פון אנטיכוס איבער די תלמיים. אין ריטורן האט אנטיוכוס צוריקגעגעבן די כוהנים אין זקני העם זייער טעאקראטישער און אויטאנאמישע שליטה איבער’ן פאלק.

1773008546060.webp

קליאופטרה

1773008564252.webp

ס’דא וואס זאגן דאס איז יוסף בן מתתיהו הכהן

1773008619916.webp

אנטיוכוס השלישי

1773008646521.webp

אנטיוכוס אפיפניס

1773008689542.webp

א מטבע פון אנטיוכוס אפיפניס

1773008699444.webp

II דעמיטריוס

בכל אופן, יוספוס איז מעיד אז פון אלע שטעט מחוץ לארץ האט אנטיוכה דאן געהאט דאס מערסטע קאנצערטרירונג פון אידן און אז זיי ענדזשויען פולע רעכטן און סיידן אנטיכוס אפפינס (וואס האט גראדע אויך די אוצרות וואס ער האט גערויבט פון די ביהמ"ק געשאנקן די אידן אין אנטיוכה) האבן אלע מלכי סוריה די אידן געלאזט לעבן במנוחה; דאס איז טראץ וואס די רילעישנס צווישן די מלכי סוריה און די לאקאלע ‘נישט-אידישע’ איינוואוינער אין די הויפטשטאט זענען נישט אלעמאל אזוי איי איי איי. אין 129 לפנה"ס טרעפן מיר אפי’ למשל אז דעמיטריוס II אדער ‘ניקטור’ ווי זיין צונאמען איז געווען, א רולער אין אנטיוכיה, ענליסט די הילף פון די אידן צו באשטראפן א רעבּעליאן וואס ברעכט אויס אין די קעפיטעל און איז די מורדים מעניש מיט פייער און שווערד. על כל פנים, ביז 66 לספירה, ווען אין א"י ברעכט אויס די ‘מרד הגדול’ קעגן די רוימישע אימפעריע, לעבן זיך די אידן אין פרידן אין אנטיוכה, א שטאט פון ארום 300,000 איינוואוינער.

1773008799984.webp

א מאפע פון סיריע און א"י אונטער די סעלאוקישע און תלמישע מלוכות

אגב, יענע צייט, ארום 66-67 לספירה, נישט לאנג נאכוואס אַספַּסיאָנוס, טיטוס’ טאטע, קומט צו סוריה (א”י ווערט אין טייל מקורות אויך אנגערופן סוריה) אין אנהויב פון די פיהר-יעריגע קאמפיין צו אונטערדרוקן דעם מרד הגדול (וואס וועט אין ענדע זעהן די חורבן ירושלים), איז ער אויך דעמאלס כובש אנטיוכה און האט די סופארט פון די ארטיגע איינוואוינער. עס איז דאן ווען עס באווייזט זיך צום ערשטן מאל אן איבה צווישן די ארטיגע נישט-אידישע באפעלקערונג און זייערע אידישע שכינים. יוסיפוס פארציילט אז אין ליכט פון די אנגעצויגענקייטן, שמדט זיך דער זוהן פון דער ראש הקהל פון אנטיוכיה און ער נעמט אנטייל אין אן עלילה אויף די אידן אז זיי פּלאָטן צו פארברענען דעם שטאט. די בלבול פירט צו פּאָגראָמען אנטקעגן אידן אויך אין מערערע סירישע שטעט, שפעטער פירענדיג צו אן אמת’ע פייער, בשעת טיטוס באזוכט די שטאט צו פייערן זיין זיג איבער ירושלים, וואס פארברענט די מארק און די ארכיוון. אנטיוכוס, דער מומר (ער האט זיך געגיבן א נאמען נאכ’ן רעבין), באשולדיגט די אידן דערין, פרעות פלאקערן ווידער אויף ביז דער ארטיגער רומישער געזאַנדעטער, אן ענוואוי מיט’ן נאמען גנֵיוס, שטילט דאס איין און פארשט אויס די סיבה פון די פייער, אנפלעקענדיג דאס די צינדער זענען בעלי חוב וואס האבן געזוכט זיך צו באפרייען פון די חובות. די תושבי אנטיוכה זענען נישט צופרידן. זיי בעטן טיטוס זאל פארטרייבן די אידן פון דארט אויף וואס טיטוס ענטפערט, "וואו ווילסטו איך זאל זיי שיקן? צו די שטאט פון זייערע עלטערן וואס כ’האב נארוואס חרוב געמאכט?” בעטן זיי דאן ער זאל כאטש צונעמען פון זיי גלייכבארעכטיגונג א זאך וואס טיטוס רעפיוזד אויכעט. כאטש ס’איז וויכטיג צו געדענקען אז טיטוס און זיין פאטער זענען געווען יוסיפוס’ פטרונים (שטיצער) און ס’איז יתכן אז ער האט אן אגענדע געהאט צו פרעזערווירן די רוימער אלס נישט דוקא "קעגן-אידן" בכלליות איז אבער אָנ-לייקלי ער זאל האבן אויפגעמאכט אזא גראבע ליגנט ווען דאס וואלט געווען ‘קאממאן-נאללעידזש’. אגב, מכאן ראיה אז דער שיטה צוהאלטן רעליגיע און נאציאנאליטעט באזונדער, בפרט מחוץ לארץ, און זיין גענצליך לאיאל צו ארץ מגורים איז נישט קיין נייער, אפגעזען ווי רעכטס, לינקס, רעליגעיז אדער נישט מען איז.

1773009068339.webp

אספסיאנוס
אויכעט איז דער אנטיוכיה באקאנט אלס די ‘וויגעלע פון קריסטנטום’ צוליב די וויכטיגע ראלע וואס זי האט געשפיהלט אין דאס געבורט פון נצרות און אוירלי (פריע) קריסטונטום. גיווען איר גרויסע אידישע פאפולאציע א שטייגער ווי ‘קעראַטִיוּן, האט זי צוגעצויגן צו זיך פיהלע מישענעריס אדער שליחים. שאול התרסי אדער ‘פּאולס’ ווי ער איז באקאנט, דער איד און מחבר פון די איגרות אין די תורה החדשה, האט דארט אנגעהויבן צו פּריטשן (מטיף מוסר זיין) און דארט האבן אויך די נוצרים צוערשט געקריגן דעם נאמען כריסטינים וואס מיינט משיחיים אין גריכיש. ווי אויך האבן דארט פאולס, שמעון כיפּא (פּיטר) און יוסף בַּרנַבּא (בר נבא), אלע אידן, און פון די גאר ערשטע קריסטן, אנגענומען דעם החלטה אז מען קען צו נצרות אויך מגייר זיין נישט-אידן און אזוי ארום איז קריסטנטום געווארן פון א אידישע כת צו א יוניווערסאל רעליגיע אפן צו אלעמען. (אגב, אלע דריי זענען לויט די קריסטליכע מסורה געהארגעט געווארן צוליב אידישע רדיפות און מסירות, איידער’ן חורבן.)

דאס אלעס נוצט פאר אן אריינפיר צו דעמאנסטרירן די וויכטיגע ראלע וואס ביידע, אידן און קריסטן, האבן געשפיהלט אין דעם שטאט’ס היסטאריע.
 
לעצט רעדאגירט:

חלק ב'​


1773009204166.webp

טיטוס

1773009291098.webp

א מטבע פון טיטוס

אונטער די רוימישע רעפובליק (פון יוליוס קיסר והלאה), האט אנטיוכה ווייטער געבליהט און זיי האבן איר געגיבן ‘סיוויטאַס ליבּערא’ סטאטוס, ד.מ. אז די שטאט מעג זיך זעלבסט-גאווערנען. זיי האבן אויך אין איר געבויעט גרויסע פראיעקטן, אינקלודינג אזעלכע דורך הורדוס דער גרויסער, דער אידיש-רוימישער קעניג פון יהודה און ווידעראויפבויער פון די בית שני אין אר"י. אנטיוכה האט אבער געליטן פון נאכאנאנדע ערד-ציטערנישן אין דעם ראיאן וואס האבן צעווארפן אירע בנינים און פארמינערט איר פאפולאציע. שפעטער (נאך אונזערע צייטן), מיט אן ענדערונג אין די טרעיד-ראוטס און מערערע אנפאלן פון פרעמדע מלוכות וועלכע פרובן איר אינוואדירן, האט זי אינגאנצן פארלוירן איר סיגניפיקאנץ.

בכל אופן, ווי מיר שטייען איצט, אין דזשאן קרייסוסטום’ס צייט, האט שוין די שטאט געליטן אפאר ערד-ציטערנישן און אן אנפאל פון די פרסיים און אירע איינוואוינער זענען מיזרעבל און איר צאל איז אין דעקליין; מיט די צאל אינהאביטענטס יעצט ביי 150,000 מענטשן.

ס’איז נישט קלאר אויב קרייסוסטום’ס מאמע איז געווען א פעיגען אדער קריסט אבער זיין טאטע איז געווען א הויך-ראנקיגער מיליטערישע אפיציר וואס איז געשטארבן נישט לאנג נאך דזשאן’ס געבורט איבערלאזענדיג זיין מוטער זאל אים אויפהאדעווען אליינס. אין בערך 20 צו 25 יאהר שפעטער האט מען אים באַפּטייזד (געטובלט לשם גיור צו קריסטיאניטי) און מסמיך געווען אלס בעל תפילה אין די טשוירטש, א נידריגע ראלע יחסי. פארוואס נישט פריער? פארציילט מען אז ער האט שוין אלס קינד געוואלט זיין א נזיר אבער זיין מאמע האט אים משכנע געווען אז זי ברויך אים האבן צוהילף דערפאר האט ער געווארט ביז נאך איר טויט. אלס א רעזאלץ פון זיין מאמע’ס קשרים איז ער אנגענומען געווארן ביי דער פּעיגען מגיד מיט’ן נאמען ליבּאַניוס, א פּראָליפיק שרייבער און לערער פון הויך-עדיוקעישן, ספּעסיפיקלי אין די סובּדזשעקט פון ‘רעטאריק’ אין די ‘סופיסט’ מהלך הלימוד פון עינשענט גריכלאנד. רעטאריק איז די לעהרע פון שטודירן די טעכניקן וואס שרייבער און רעדנער נוצן צו אינפארמירן, משכנע זיין אדער מאטיווירן זייערע אוידיענץ צו א ספּעציפישע ליין פון ארגומענט אדער מיינונג.

1773009627542.webp

ליבאניוס אויסגעדמיונט אין 18צנטע יארהונדערט

ליבּאַניוס, א קאמיטטעד פּעיגן, אין די פעיס פון אינקריסינג קריסטיניזאציע דורכאויס די רוימישע אימפעריע, מיט שיינעם צו מיט בייזן, איז געווען א מקורב צום רוימישן קיסר ‘יוליאנוס דער אפיקורס’ ווי ער ווערט אנגערופן. יוליאנוס איז געווען דער לעצטער ‘נישט-קריסטליכער רוימישער’ קיסר און האט פרובירט, אומסוקסעספול, ווידעראויפצולעבן טראדיציאנאלע רוימישע רעליגעזיע מנהגים. אויך האט ער פרובירט צו בויען א דריטן בית המקדש אין ירושלים, מער אלס א פארזוך צו שאדן טוהן קריסטנטום ווי פאסיפיצירן די אידן. (אינטערעסאנט אז ביים נאכקוקן וויקיפדיע רעוויזשן היסטארי אויף דעם פוינט, איז געווען קענבאר א כסדרדיקע אקטיווע וואַנדאַליזם אוואו טראָללס (עס קען זיך יעדער משער זיין ווער) פרובירן עדיטן דאס יוליאנוס’ דורכפאל אין צוריקאויפבויען דעם בית איז, אין א אקט פון דעוויין אינטערווענשאן, געווען סיבה צו די גליל, יאר 363 ערדציטערניש און זאָגאַר די עווענטועלע צוזאמענפאל פון די רוימישע עמפייער.. עס זענען דאס מסתמא די זעלבע וואס פארפירן איצט אויף דעם ביהמ"ק' ווידעראויפבוי.)

י רוימישע אימפעריע האלט אצינד אנהויב פון די פראצעס פון איר צוזאמענפאל אוואו זי וועט לבסוף פארלירן אירע לענדער מערב אויפ’ן גלאוב און אנשטאט ממשיך זיין אין אירע לענדער אין דער איסט (אנטיוכה אינקלודעד), שאפענדיג דער א.ג. ‘ביזענטיין אימפעריע’ וואס וועט לאַסטן פאר נאך 1100 יאהר: קאנסטאנטין I אדער ‘דער גרויסער’ האט נישט לאנג פריער (קורץ בעפאר קרייסוסטום’ס געבורט) געבויעט א נייע אימפּעריעל פאלאץ אין קאנסטאנטינאפל (היינט איסטאנבול), אנרופענדיג דער שטאט ‘ניי רוים’, און האט אויך לעגאליזירט קריסטנטום, ווען ער האט אין 325 צוזאמענגערופן ‘דער ערשטער קאנסול פון ניקיאה’ (אדער נישיע), וואס אין מאדערן טערקיי, צו שליכטן די אריען קאנטראווערסיע (ער האט זיך אויך געטויפט צו קריסטנטום אויף זיין טויטן בעט).

1773009759518.webp

קאנסטאנטין דער גרעיט

1773009771820.webp

טיאודאוסיאוס דער ערשטער


דארט אין ניקיאה, אין דער ‘נישיען קריד’ זענען די עיקרים פון קריסטנטום עסטאבליזירט געווארן און מעינסטריעם קריסטיאניטי אוואו זי איז היינט, סיי אין די איסט און סיי אין די וועסט, איז אויף זי באזירט (אז יעזוס איז א קינד פון גאט און דערפאר בלי תחילה, און אויך איידענטיקל צו גאט, אנשטאט נאר א יצור פון גאט - יש מאין, וואס וואלט אים געגיבן אן התחלה – אזוי ווי די אַריענס האבן געהאלטן. און אויך לאפיקו ווי די אַפּאָלינאַריענס, אויפ’ן אנדערען עקסטרים, האבן געהאלטן אז יעזוס איז קיינמאל כולו אנושי געווען נאר מתחילה אהן געהאט א גענצליך געטליכן מיינד. די נעאָ-אריענס האבן זאגאר מציע געווען א אונ-ענליכקייט – אדער העטעראָאַזיען - צווישן יעזוס און גאט דער פאטער. דערמיט האבן זיי געוואלט מאכן יעזוס סובאָרדינעיט אדער אונטערגעווארפן אונטער גאט. דער השקפה איז אוודאי כפירה’דיג אפגעשטעמפלט געווארן דארט אין נישיע). די וואס האבן נישט מסכים געווען מיט די החלטות באשטימט אין נישיע זענען געווארן בּאַנישט און בּרענדעט אלס אטעאיסטן, און מיט נישט לאנג שפעטער (אינמיטן פון קרייסוסטום’ס לעבן), וועלן אלע אנדערע רעליגיעס ווערן אימלעגאל דורכאויס די עמפייער. (הגם די מחלוקת אין קריסטנטום אליינס, צווישן די אריענס און די הומואַזשיענס [אדער טריניטאַריענס] איז מיט די נישיען קאנסול נישט אפגעקיהלט געווארן און דער פּאָלעמיק איז נאך אנגעגאנגען לכה"פ ביז די ערשטע קאנסול פון קאָנסטאַנטינאָפּל אין 381 אוואו ‘טיאודאוסיאוס דער ערשטער’, דער לעצטער רוימישער קעניג פון ביידע איסט און וועסט האט עלימינירט די אנטי-אריענס מכל סוג).

דיע פון צווישן די רוימער וואס אַדוואָקירן נאך פאר די אלטע רעליגיע האבן ביי דער סטעידזש שוין מער ווייניגער פארלוירן זייער מלחמה אנטקעגן די נייע-קריסטן, מיט אפאר קיסרים קריסטן אליינס, שוין ביי דער פוינט. אין אנטיוכיה אויך, זענען שוין דאן א מערהייט געווען קריסטן און נישט סתם, נאר אפט מיט די שטיצע פון די אימפעריע, געווילדעוועט, צושטערט און פארברענט די טעמפלען פון די פּעיגענס. זיי האבן אויך אויסגערודפט די אפאלינאריענס און אריענס, די לעצטע וועמענ’ס טעאלאגיע איז אויך אַן אנטיוכיה’ן פראדוקט. (אַריוס, דער מקור פאר דער ווארט ‘אריען’, און זיין רבי לוסיאן, זענען פון דער ‘סקול פון אנטיוכיה’.) דער אויבנדערמאנטער ליבאניוס, אליינס פון א הויך-קלאס משפחה וועלכע האבן געליטן פון די רדיפות, קלאגט דערוועגן אין זיינע בריוו און רעדט זיך אפ אז דאס צעשטערן די טעמפלען שעדיגט די לייווליהודס פון די פארמער אין די קאנטרי-סייד.

1773009940825.webp

יוליאנוס דער אפיקורס

1773009916157.webp


א מטבע פון יוליאנוס

ווען יוליאנוס דער אפיקורס למשל קומט אין 362 באזוכן די שטאט, מיט א פלאן זיך אריבערצוציען דארטן, און פרובירט צוריק איינצושטעלן העלעניזם, טרעפט ער אהן א מערסטנס האָסטייל פאפולעישן און א סיטי אדמיניסטראציע וואס ברעכט אונטער מיט פוילע און קארופטירטע קאונסלערס וואס זענען אווער-רעלייענט אויף געלט הענדאוטס פון דער קיסר. די רייכע עסן סוחרים זאמלען אהן עסן און פארקויפן עס במכוון שטאַט כדי די פרייזן זאלן בלייבן הויעך, צווינגענדיג דעם קיסר צו פיקסן די פרייזן פון תבואה און אימפארטירן מער פון מצרים. די לעצטע טענה’ן אז דאס טוען זיי צוליב די אָנפּרעדיקטעבל האַרוועסטער (אין א געגנט פון ערדציטערנישן נעבן ים, איז דאס זייער לייקלי.)

דער קיסר רעמאווט די ביינער פון א בישאָפּ א מאַרטיער מיט’ן נאמען ‘בּעיבּלס’ פון נעבן די פּאַגאַנישע ‘טעמפּל פון אפּולו’ ווייל די ביינער "אונטערדרוקן" די נבואות פון ‘פּיתּיה’ די כוהנת פון אַפּולו’ס טעמפּל. פראטעסטן פאלגן נאך און א פייער ברעכט אויס וואס פארברענט די טעמפל. (פיתּיה, לויט די גריכישע מיטעאלאגיע, האט גאט אינעװענדיג אין איר זאגן עתידות דורך איר מויל, אפטמאל בדרך חידה, א בחינה ווי אוב און ידעוני.). יוליאנוס אויפגערעגט, פארשליסט ‘קאנסטאנינ’ס היי טשוירטש’ אין ריטורן, און פארארדנט א שטרענגע אינוועסטיגעישן וואס רעגט נאך מער אויף די קריסטן, איבערהויפט נאכוואס ס’שטעלט זיך ארויס אז די פײער איז געווען די רעזאלץ פון אן עקסידענט. די ארימע און הונגעריגע שטאָטסלייט גלייכן נישט די געפרעס און זויפעריי פון יוליאנוס’ סאלדאטן (כאטש ער אליינס איז באצייכנט װי אַן אַסעטיק), און זיינע גרויסארטיגע ענימעל הקרבות וואס ער ברענגט פאר די געטער, און לאכן און שפעטן פון אים, אנקוקענדיג אים פאר א צוריקגעשטאַנענער מיט זיין אלטער רעליגיע. יוליאנוס, גאנץ א פשטן, פובליצירט א סאַטירע, מכלומרשט אויף זיך אליינס, מיט’ן נאמען דער ‘בארד-העיטער’ (די אנטיוכיונס האבן חוזק געמאכט פון זיין קליינשפיציגע בערדל) אין וועלכע ער גיבט אויס זיין אנגעגעסנקייט אויף די איינוואוינער פון אנטיוכיה און בלעימט זיי פאר’ן "בעפארצוגן א קיסר מיט מידות אויפ’ן פנים ענדישער ווי אין הארץ.” ער לאזט איבער די שטאט אפפוינטענדיג אלס גאווערנער א ווילדער און אכזרישער מענטש, בשעת ווען צו זיינע נאענטע אַדמיט ער אז הגם יענער דעזערווד נישט דער אמט, איז ער אבער גאנץ גוט געפּאַסט פאר די געלט-גייציגע און רעבּעליעס איינוואוינער פון אנטיוכיה.

1773010095888.webp

פיתיה אימעדזשינד ביי אז'ן דלקרואה, פראנצויזישע ארטיסט פון 1רשט האלב 19 הונדערט

ס’איז וויכטיג אנצומערקן אז יוליאנוס אליינס האט געהאט א רבי, ‘יוסעביוס פון ניקומדיה’, אן אריען בישאפ, און יוליאנוס איז א רעזאלץ פון א דור וואו די הויכע פאזיציעס סיי אין די מלוכה און אויך אין די טשורטש זענען באזעסן געווען פון אריענס אדער אריען סימפאטיזירער אזש ס’האט שיער אויסגעזען אז זיי וועלן געווינען דעם קאמף, און אריאניזם וועט ווערן דעם עמפייער’ס פלעיוואר פון קריסטנטום, ביז ‘טיאודאוסיאוס דער ערשטער’ האט דעם חלום צעבלאזן. ווי אויך איז ‘קאנסטאנטין דער ערשטער’ס’ קאנווערזשאן צו אריאניזם דורכגעפירט געווארן טאקע ביי דעם יוסעביוס. יכול להיות אז די אריען-הומואַזשיען קאנפליקט קען ווארפן א ליכט אויף די ווידערווילן וואס די אנטיוכיונס האבן איצט, א דור שפעטער, ארויסגעוויזן צו די אַריסטאָקראַטישע עליטע, מער וועגן וועלכע מיר וועלן שפעטער לייענען.

לענינינו, פון ליבאניוס האט דזשאן געלערנט רעטאריק און ליטעראטור אין די גריכישע שפראך און געווארן א לויער אין פראָפעשאן. (לויט דער קריסטליכער היסטוריון ‘סוזומען’, פון בערך א דור שפעטער, דארף ליבאניוס צוהאבן געזאגט אויף זיין טויט-בעט אז דזשאן וואלט אים איבערגענומען ווען נישט די קריסטן האבן אים צוגענומען פון אים.) דזשאן האט אויך געהאט אן אנדערע טיטשער, אַנדראַגאטיוס, ביי וועמען ער האט געזאלט האבן געלערנט פיליזאפיע אבער ער איז אָדערווייז אומבאוויסט צווישן די רוימישע פיליזאפן פון יענע צייט, ווייזענדיג אז ער איז מסתמא קיין גרויסע תנא קמא נישט געווען.

ווערענדיג עלטער איז דזשאן מער איבערגעגעבן געווארן צו קריסטנטום און איז געגאנגען לערנען ביי דיאַדורוס שפעטער בישאפ פון טַרסוס, אין זיין מאָנאַסטיר נעבן אנטיוכיה. דיאדורוס, אליינס א גרויסע גענגער צו יוליאנוס און א שטארקע חסיד פון דער נישיען דאָקטרין, האט געלעבט א שפארזאמע לעבן און איז געווען אנגעוואנדן אין די נדבות פון מענטשן. אויך איז ער גערודפט געווארן פאר זיינע אמונות און איז אפט ארעסטירט געווארן דערוועגן. דזשאן האט דארט ביי אים, אנגענומען א לעבן פון עקסטריעם אסעטעסיזם און שפעטער ביי די 28 יאהר געווארן אן איינזאמער הערמיט, שפענדענדיג די קומענדיגע צויי יאהר אין סיגוף: אפגעזונדערט, נאכאנאנד אויף די פיס, קוים שלאפענדיג און חזרנ’דיג די תורה (החדשה והישנה) בעל פה. אין קאנסעקווענץ פון די חיי עינו (וואס איז אוודאי א שטארקע יסוד פון וחי בהם) זענען זיינע מאגן און נירן שווער געשעדיגט געווארן און ער האט צוליב זיין ארימע געזונט אויפגעגעבן די מאנאסטיק לעבן און זיך אומגעקערט צו א לעבן ווי א אדם מן היישוב. אנדערע זאגן אז כאטש ס’איז אמת אז ס’האט אים געשאדט צום געזונט איז דאס נישט די סיבה פארוואס ער האט אויפגעגעבן די נזירות נאר ווייל ער האט איינגעזען אז דינען אין די כנסיה איז מער ערהאַבּן ווי נזירות; בעת וואס דער נזיר איז סעלף-סענטערד, טוט זיך דער טשוירטשמאן אפגעבן מיט אנדערע. פונדעסטוועגן איז דא פון אים בריוו וואו ער איז מחזק אנדערע וואס זענען געבליבן בי דעם לעבנסשטייגער און אפי’ אפגעלאזט אירוסין וועגן דעם.

אין אנטיוכה איז קרייסוסטום קודם אויפגענומען געווארן אלס ‘לייענער’ אין די טשוירטש (בעל קורא) דורך א בישאפ, קינדער מלמד און מפרש מיט’ן נאמען זינאָ פון וועראנע (איטאליע) נאכוואס זינא האט זיך אומגעקערט פון א וויילונג אין ירושלים. זינא, אליינס עמיצער מיט נעגעטיווע מיינונגען וועגן אידן ווי עס איז ניכר פון זיינע פירושים וועלכע זענען מעינלי עוסק אין די חומש, איז איינגעהילט אין מיסטישע לעגענדעס און סופּערסטישענס און זעהט אויס צוהאבן פארדינט די הערכה פון מער פון איין אידן-מתנגד פון יענע צייטן. אן אנדערער אַמבּראָס דער בישאפ פון מילאן, אויך א שטארקע אריען מתנגד, וועלכער האט זיך אנגענומען פאר מענטשן וואס האבן פארברענט א אידישע שוהל, אנטקעגן די קיסר טיאודאוסיאוס I וואס האט געוואלט די צינדער באשטראפן, האט אויך געשריבן וועגן די הייליגקייט פון זינא. (הגם אמבראס האט אין דער זעלבער צייט אויסגעדרוקט לויב פאר - און גענוצט די ווערק פון - אנדערע אידן אינקלודינג דער אידישער פיליזאף ‘פילון פון אלכסנדריה’ און אויך דער אויבנדערמאנטער יוסיפוס)

1773010296719.webp

אַמבּראָס דער בישאפ פון מילאַן

1773010331003.webp

סטאטוע דעפיקטענדיג זינא פון וועראנא

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן אז ‘אריעעניזם’ האט לאו דוקא געמיינט א גינסטיגערע בליק כלפי אידן. קאנסטאנינוס II למשל, - א זוהן פון קאנסטאנטין I, און קאָ-עמפּארער (קיסר) מיט זיינע ברודער, וואס האט געהערשט איבער די איסט (די רוימער האבן איינגעפירט ‘טעטראַכי’ אין בערך 300 אוואו לפעמים זענען מער ווי איין יורש אַפּפּוינטעד געווארן קיסרים צו רוּלן צוזאמען אויף אנדערע חלקים פון די מלוכה אזוי צו טעקלען די וועסטנעס פון איר עמפייער - א מין רעבּע סיסטעם.), און וועמענ’ס מלוכה האט זיך געענדיגט אין 361 (ווען דער אויבן-דערמאנטער יוליאַנוס האט אים איבערגענומען) – איז געווען א שטארקע אריען אבער האט נישט איבעריג געגליכן אידן. ער האט געמאכט גזירות קעגן זיי אינקלודינג, געלימיט די נומער פון קנעכט זיי מעגן האבן, פארבאטן חַתנוּת צווישן אידן און קריסטינקעס און אנעקסירט די פארמעגנס פון ווער ס’האט זיך מגייר געווען פון קריסטנטום צו אידישקייט. הגם געוויסע זענען מעיר אז דאס האט ער געטוהן צוליב ביזנעס אינטערעסן: פריוואטע אידישע ביזנעס איז געשטאנען אין קאנקורענץ מיט סטעיט-באזיצטע ביזנעס און דא האט ער געזוכט צו גיבן א יתרון (עדווענטעדזש) צו די לעצטע מיט’ן באגרעניצן די סקיללד ארבעטער און קנעכט עוועילעבל צו די אידישע ביזנעסער. וואס אַן אמת האט זיין טאטע שוין אינסטיטוטעד געזעצן אָנפעיוואָרבּעל צו אידן. אידן מעגן נישט: זוכן צו מגייר זיין קריסטן, אטאקירן אידן וואס האבן קאנווערטעד צו קריסטנטום, אייגענען קריסטליכע קנעכט אדער בכלל מַלן זייערע קנעכט אבער ער האט די אידישע גייסטליכע נישט געגיבן ווייניגער רעכטן ווי פאר די קריסטליכע.

1773010444559.webp

קאנסטאנטינוס II

1773010516135.webp

פילון האלכסנדרי

שפעטער ווערט דזשאן אָרדעינד (מוסמך) אלס דיאַקוּן אדער דיקאָן ווי זי איז באקאנט. א דיאקון איז אונטער א כומר און בישאפ און איז ווי א משרת צו זיי – ער העלפט אבּהאלטן מאַסס, די קריסטליכע נאמען פאר תפילה בציבור אין טשוירטש, נעמט צוזאם די תרומות נאכדעם און בד"כ (בדרך כלל) גיבט זיך אפ מיט צדקה לעניים און טבילת ילדים פאר באפטיזם אין טשוירטש.

אין 381, נאכוואס ער פובליצירט א בוך ‘קעגן אידן’ געריכטעט אנטקעגן אידישע נוצרים (מער דערוועגן שפעטער) איז דזשאן געווארן נתמַנה אלס פרעסבּיטיער (כומר) דורך דער דעמאלטיגער בישאפ ‘מעלעטיוס פון אנטיוכיה’. מעלעטיוס איז געווען דער בישאפ אנערקענט ביי די קיסר’ליכע קאורט אין קאנסטאנטינאפל אבער נישט ‘אין קומיוניון’ דאן, מיט די קריסטליכע עסטעבלישמענטס פון רוים און אלכסנדריה. קומיוניון איז טײטש אז אנדערע דענאמינאציעס (צווייגן), אדער אינדיווידועלן וועלכע שערן אבער די עיקרים פון קריסטנטום קענען צוזאמען אבהאלטן סערוויסעס און פייערונגען ווי למשל דער יוקעריסט. (די יוקעריסט איז א ריטואַל אדער עבודה פערפארמד בשעת מאסס אוואו ברויט און וויין ווערט געבענטשט, מוקרב אויף א מזבֵּחַ און דערנאך פארטיילט פאר די משתתפים. די ברויט און וויין ווערט, אין א קאנצעפט אנגערופן טראַנסובּסטאַנשיעישן, פאררעכנט ווי די בלוט און קערפער פון יעזוס וואס דורכן איר קאָנסיומען נעֶרט זיך א גלויביגער, ספיריטשואלי, פון יעזוס’ כח.) ווען מעלעטיוס שטארבט שיידט זיך דזשאן אפ פון מעלעטיוס’ פאַלאָווערס’ פראַקציע אבער דזשוינט נישט מעלעטיוס’ גענגער פאוליניוס, אויך א בישאפ אין אנטיוכיה.

1773010832883.webp

מעלעטיוס פון אנטיוכיה

אביסל צו ערקלערן די בעקגראונד צו די שטרייט: מעלעטיוס, אַן ארטאדאקס, איז געווען ווי עס איז א פשרן צווישן צוויי קענגערישע צדדים: מצד אחד די אריענס און מצד שני די עקסטרימע יוסטעסיענס, פאלאווערס פון דער קנאי, און מעלעטיוס’ פארגייער, ‘יוסטעסיוס דער ארכבישופ פון אנטיוכיה’, א שטרענגע פראפאנענט פון די פרא-נישיען דאגמע.

1773010792527.webp

יוסטעסיוס פון אנטיוכיה

(איבער דעם יוסטעסיוס און זיין אריען בר-פלוגתא, דער אויבן-דערמאנטער ‘יוסעביוס פון ניקומדיה’, שפעטער די ארכבישופ פון קאנסטאנטינופל, פארציילט מען אז יוסטעסיוס’ אינטראַנסידזשענס (עקשנות און אומוויליגקייט צו קאמפרעמייזן) האט אים געמאכט זעהר אומפאפולער מיט זיינע קאלעגע בישאפן אין די איסט, און יוסעביוס, מיט צושטימונג פון די קיסר, האט אראנזשירט אים צו פארטרייבן אין גלות אריין פאר די זינד פון זנות וואס מען האט אויסגעפונען אויף אים. די נעיטשור פון די דעספיוט צווישן יוסטעסיוס און יוסעביוס - אחוץ פון זייערע דיפערענצן אין די, בּאורינג און מיינוּט, טעעלאגישע דיקדוקים פון גלױבונג - איז אויך אַמיוזינג, אינדעם אז ס’האט אינקלודעד די לערעהס פון א פריערדיגער, אן עַמוד אין אוירלי קריסטנטום, מיט’ן נאמען אוריגַנָס וועלכער איז געשטארבן מיט בערך 80 יאר פריער. אוריגנס, אליינס א מארטיער און איינוואוינער אין קיסירה א”י, איז באמת געווען א גאון און א ברייטער קאפ מיט אזויפיהל ווי 2,000 געשריבענע עסייען אויף א ווערייעטי פון בּרענטשעס וויטהין טעאלאגיע אריינגערעכנט גאנץ מאדערנע:, ווי ‘טעקסטשואל קריטיסיזם’: שטודירן די היסטאריע און מקור פון די טעקסט, ‘פרשנות המקרא’, ‘עקסידזשיסעס’: א קריטישע ערקלערונג פון די טעקסט, ווי למשל די קולטלערע בעקגראונד פון די שרייבער, די אינטענשאָן פון די טעקסט, די ארגינעלע אוידיענץ און די גראַמאַטישע, און סינטאַקטישע כאראקטערן פון די טעקסט און, ‘הערמעניוטיקס’: די שטודיע פון די יסודות פאר אויסטייטשונג, ספציעל בשייכות מיט די תורה אין זיין קעיס.


חוץ פון טעאָלאָגיע האט אוריגנס אויך א יד געהאט און געלערנט מיט תלמידים נאך פארשידענע סאבדזשעקטס ווי לאָגיק, קאָסמאָלאָגיע און נאטורליכע היסטאריע. היסטאריקער היינט האבן געפינען פלעצער אין תלמוד אוואו לפיהם האבן זיינע ווערק השפעה געהאט אויף אידישע ישראלישע אמוראים פון זיינער צייט (וכן להיפך) ווי למשל רב אושיעא אדער רב הושעיה רבה. אוריגנס איז א שטארקע אדהערער געווען צו די אלעגאריקאל טרענד פון קריסטנטום – פון אינטערפּרעטן די תורה מיט משלים אנשטאט אננעמען פשט פשוט טייטש – א שיטה וואס האט זיך שפעטער מתגבש געווען מער אין די שיטת המפרשים פון אלכסנדריה עז עֶפּאוזד צו דיע פון אנטיוכיה און וואס האט מהַווה געווען א טייל פון די שפעטערדיגע חילוקי דעות צווישן די צוויי שטעט. אוריגנס איז אוודאי שפעטער גאסרט געווארן אלס הערעטיק ביי די קריסטן און זיינע ווערק מוחרם ונגנז. אים אליינס האט מען מְעַנֶה געווען און ער איז געשטארבן פון די וואונדן. מען פארציילט אז איינע פון די סיבות פארוואס מען איז בגלוי ארויס קעגן אים בחייו איז ווייל ער זאל האבן געזאגט אז אפילו ‘שטן וועט האבן א ישועה’ און ווייל ער זאל האבן זיך קאַסטרעיטעד (אבּגעשניטן די אייער), דאס זאגט מען, כדי צוקענען שוהלן אינגע קינדער און מיידלעך און מען זאל אים נישט חושד זיין. הגם א טייל חוקרים זענען סקעפטיש דערין זאגענדיג אז מ’טרעפט נישט דער מנהג, צוליב דער סיבה, ביי קיינעם פון די מורים פון זיינע צייטן. פון אים אליינס איז זיכער נישטא קיין מענשאָן דערפון. דער היסטוריון וויליאם פלאַכער זאגט אז ס’איז מעגליך דאס איז געשעהן אין א אינצידענט אמאל ווען אוריגנס האט געקריגן אונטערגעגהויבענע אויגן-ברעמען נאכוואס ער האט פארענדיגט טוטערן א אינגע מויד אין פרייוועט.) בכל אופן, די עסטעבלישעמענט, האט אים נישט געגליכן ווייל ער איז געווען אומקאָנטראָלירבּאַר.)

1773010958656.webp

א רעפרעזענטעישן פון אוריגנס פון 12 טע יארהונדערט

המשך יבוא
 
לעצט רעדאגירט:

חלק ג'​


בכל אופן, יוסעבּיוס פון ניקומדיה’ס רעפארמירונגען אין די פריערדיגע דור, צווישן אנדערע, האט געמיינט אז כאטש אלכסנדריה, (אוואו דער ארכיבישופ, שוין יעצט א זקן, איז געווען ‘אַטאַנאַסיוס דער ערשטער’, אן אויסגערופענער אַססעטיק און פון די שישקעס ביי דער ‘נישיען קאנסול’), און די טשוירטש אין רוים זענען אנטי-אריען געשטימט געווען זענען אבער די אימפעריעל קאורטס (סיי פון רוים און סיי קאנסטאנטינופל) און אזוי אויך די טשוירטש אין קאנסטאנטינופל געווען מער אריען-געשטימט. דערפאר, אפי’ ווען מעלעטיוס, אליינס נישט אן אריען, איז מטעם די ממשלה געקרוינט געווארן אלס ארכבישופ האט דער פרומער פאוליניוס, מיט די שטיצע פון אלכסנדריה און די קירכע אין רוים, זיך אנטזאגט צוזאמצושטעלן מיט מעלעטיוס. קרייסוסטום - אליינס מעגליך מער גענויגט צו פאוליניוס ווייל ער אליינס איז שפעטער ארדעינד געווארן פאר פרעסביטיער דורך איוואַגריוס, דער ממלא מקום פון פאוליניוס און אליינס אויך א תלמיד פון דיאדורוס - האט מסתמא פארשטאנען די וויידער פיקטשער פון די פאליטיקס און האט געזען אז ס’איז פּרימאַטשור זיך צוצושטעלן צו פאוליניוס אויב זאל ער קענען עווענטועל נושא חן זיין ביי די ממשלה, שטייגן אויפ’ן לייטער און געווינען אינפלוענס.

1773335957868.webp

א מאלעריי פון אטאנאסיוס פון אלכסנדריה

אויך האט קרייסוסטום מן הסתם געזען אז ס’איז שוין דא א קאַנטענדער פאר מעלעטיוס’ זיץ און האט דערפאר שוין געלייגט זיין אויג אויף א גרעסערע פרייז, די ארכבישופשיפ פון קאנסטאנטינופל, ווייל נאך מעלעטיוס’ טויט איז ‘פלאוויון פון אנטיוכיה דער ערשטער’, וואס איז אליינס, פריער ארדעינד געווארן אלס כומר דורך מעלעטיוס, אצינד ערוועלט געווארן דורך מעלעטיוס’ פאלאווערס אים צו ערזעצן. אבער דר’אמת איז אז ס’זענען דא אינדיקעישאנס אז דזשאן האט זיך מיט די צייט געטוישט און געקריגן א נטיה צו אריעניזם ווי מיר וועלן זעהן פון ווייטערדיגע אנטוויקלונגען. איי איוואגריוס? קען זיין אז היות מעלעטיוס איז נישט אין ‘קאָמיוניון’ געווען מיט רוים און אלכסנדריה, און די סמכות פון די קונסטאנטינופעליען ארכבישופסשיפ - וואו זי שטייט רעלעטיוו צו רוים - איז נאך געווען אָנדעסיידעד, האט ער דערפאר געברויכט ווערן מוסמך דורך א מ"מ פון פאולליניוס וואס איז יא געווען אין קאָמיוניון מיט רוים און אלכסנדריה. סימילער מסתמא צו אונזער, ד.ה. די אידישע, דעמאלטיגע ‘סמיכה’ סיסטעם.

עניוועי, אנבאלאנגט פלאוויונ’ס סמיכה, טוען די ארכבישופן פון רוים און אלקסנדריה ווייטער זיך אַנטזאגן צו אנערקענען סיי וואס ס’האט א שייכות מיט מעלעטיוס’ לעגעסי, און פאוליניוס’ חסידים אין אנטיוכיה בלייבן ווייטער אפגעטיילט. ווען דזשאן שפעטער, אין 397, ווערט דער ‘אכבישופ אין קאנסטאנטינופל’, שוין נאך די טויט פון איוואגריוס, איז ער מצליח, מיט שטיצע פון דער קיסר טיאודאוסיאוס, צו משכנע זיין פאוליניונס’ נאכפאלגער צו אגריען צו פלאַוויון און קומען צו א פארשטענדעניש, אזוי ארום ברענגענדיג א שלום צווישן די אנטי און חצי-אריענס.

אלס פרעסביטיער האט דזשאן זיך איינגעקויפט א נאמען פאר אן אויסערגעווענליכע בעל דרשן און פרומער מאן. אין די הונדערטע דרשות וואס ער האט געגיבן אין דער גאלדערנע טשוירטש, אנטיוכיה’ס קאטידרעל, רוב פון זיי פרעזעווירט, האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע פשוטע פארטייטשונגען פון די תורה, און די מאראלישע מוסרים וועלכער ער האט געדרשנט פון זיי, אזוי ארום צוציענדיג די מאסן צו זיך. ער האט א דגוש געלייגט אויף צדקה גיבן, און זיך אפגעגעבן מיט די פּראקטישע צרכים ברוחניות ובגשמיות פון די ארימע שיכטן אין שטאט. אויך האט ער שטארק באקעמפט די אַבּיוז פון רייכטום, פּאַווער און די גריד נאך פערזענליכע פארמעגן:

”דו ווילסט מכבד זיין די קערפער פון יעזוס? איגנאריר אים נישט ווער ער איז נאקעט (ארימעלייט). זיי אים נישט מכניס אורח אין שוהל (טשוירטש) ווען ער איז געקליידעט אין זיידן נאר נאכדעם אים צו פארנאכלעסיגן ווען ער איז קאלט און שוואך באקליידעט. דער זעלביגער וואס האט געזאגט ‘דאס איז מיין קערפער’ האט אויך געזאגט ‘דו האסט מיר געזען הונגעריג און נישט קליידער געגיבן.’ ‘וואס אימער דו האסט אפגעטאהן צו דער קלענסטער פון מיינע ברודער, האסטו אויך אפגעטאהן צו מיר’. וואספארא נוצן איז א יוקעריסט אנגעלאָדנט מיט גילדערנע כוסות ווען דיין ברודער שטארבט פון הונגער? קודם זעטיג זיין הונגער און דערנאך, וואס בלייבט איבער, קענסטו ברענגען אויפ’ן מזבח.”

אין 402 קומט אפיפניוס פון קפריסין מיט א כתב חירום קעגן אריגנס’ לערעס און פארלאנגט פון קרייסוסטום א גילוי דעת אז ער איז אויך מגנה אריגנס אויף וואס דער לעצטער איז מסרב זאגענדיג אז ער וועט נישט רעדן געגן קיין פריערדיגע (אוריגנס האט שוין געווירקט באלד 200 יאהר פריער – כמעט אזוי ווי פון היינט צוריק צו די ווילנה גאון), און אז לפי האמת האט אריגנס איבערגעלאזט א מורשה וואס געוויסע אין די כנסיה האבן יא געהאלטן פון. (מען פארציילט אז ווען מען האט אפיפניוס געפרעגט, גיבענדיג זיין שטארקע התנגדות צו אוריגנס אויב ער האט געלייענט זיינע ווערק האט ער געזאגט אז נישט, נאר ער האט זיך פארלאזט אויף ”מעשיות וואס ער האט געהערט.”) נאכוואס אפיפניוס פּעקלט זיך אוועק, לערנט דזשאן אז ס’איז יודאקסיע וואס האט אויך א יד אינדעם, פילייכט זייענדיג פון נאטור אויס א שונא נשים, לאזט ער ארויס זיין ווענט (אויפברויז) אין א דרשה, טארגעטעד בכלליות אנטקעגן פרויען, גיבענדיג דערמיט נאך מער שטאף פאר טיאופילוס וואס האט שוין אצינד פארגעסן וועגן אריגנס און האט מיט די גוטהייסונג פון יודאקסיע אנגעריכטעט זיין גאנצע פּראָפּעגאַנדע מאשין קעגן דזשאן.

אבער פון אלעס איז מערסט אינטערעסאנט זיין פיקסעישן מיט אידן, ספעציעל קריסטליכע-אידן אדער דזשודעיעזינג-קריסטן. אין פאקט, מיט דעם האט ער אנגעהויבן זיין קאריער, מיטן פארדאמען דיע דאזיגע קריסטן, אין זיין טשוירטש, וואס האבן צו די זעלבע צייט אויך אנטייל גענומען אין אידישע ימים-טובים און סעלעברעישנס, איינגעהאלטן אידישע הלכות און באזוכט אידישע שוהלן. אידישקייט איז געווען פּאַפּולער אין אנטיוכיה יענער צייט און פיהלע קריסטן און אידן האבן, שוין אדער נאכאלס, געמינגלט און זיך געמישט צוזאמען, נאָט ליעסט, ווייל קריסטנטום איז נאך ווי נישט ווי גאנץ ניי געווען. אסאך האבן אפי’ געהאלטן שבת און זיך געמַלְט. דזשאן האט ווי עס שיינט מורא געהאט צו פארלירן קאָנגרעגאַנטן האט ער דערפאר געלאונטשט א העץ קאמפיין געגן זיי כדי איינמאל פאר אלעמאל אפצוהאקן צווישן די צוויי. ער האט טאקע אין פּאַרט מצליח געווען נישט נאר אין זיינער צייט נאר אויך להבא. געוויסע היסטאריקער זענען ביי דער מיינונג אז זיינע רעטאריק מאַרקן א פּוינט אין די היסטאריע פון קריסטליכע אנטי-אידישקייט און אין די איידיע אז אידן זענען קאלעקטיוולי רעספּאָנסיבּל פאר די טויט פון יעזוס. אין זיינע רעדעס האט ער געקלאגט אז אידישע שוהלן זענען אין די שבתים און ימים טובים פוהל מיט קריסטן, ספעציעל קריסטליכע ווייבער, ווייל זיי האבן ליב די אידישע תפילות און די שופר בלאזן ראש השנה, און אז זיי אַפּלאָדירן הערצליך די דרשות פון די אידישע מגידים; היתכן? ער האט טאקע חוץ פון זיינע דרשות און איגרות קאָנטריבּיוטעד אסאך צו איסטערן, בּיזאַנטיין ‘ליטורדזשי’ – די תפילות וואס מען דאוונט אין טשוירטש.

אויך האט ער פיינט געהאט געי מענטשן (מענער וואס האבן נאר סעקס מיט מענער), א נאטור וואס ער האט געזאגט קומט פון לוקסוס, און ער האט א חלק געהאט אין טוישן די געדאנק פון ‘סדום’ צוהאבן געווען שלעכט צוליבן טאלערירן געי רעלעישנשיפס (סאָדעמי) ענדישער ווי נישט האבן געווען ‘מכניסי אורחים’ ווי מיר האבן אין חדר געלערנט. לויט אים איז דער פּאַסיוו מאן (דער מקבל) א וויקטעם ערגער ווי א מערדער וויקטעם ווייל ער ברויך לעבן מיט דעם שאנד וואס דער אַקטיוו מאן (דער משפיע) האט אים דיס-האָנערד. "דער פאסיוו מאן דעזערווד צו ווערן ‘ארויסגעווארפן פון שטאט און פארשטיינערט’ ווייל ער האט מיט דעם אקט אויפגעגיבן זיין ‘מאנליכקייט’ און געווארן א פרוי. זייערע עונש וועט זיין גיהנום; און לעזבּיען פרויען וועלן אויך דעם עונש באקומען.” אין איינע אזא האָמעלי האט ער געשיפמפט: "אלע דיע עפעקשאנס (ליבשאפטן) זענען פעך אבער בעיקר די פאַרפלאַמטע לאָסט נאך מענער.. דיע מענער האבן מבזה געווען נאַטור אליינס. אבער נאכמער געמיין איז ווען א פרוי זוכט עפטער אזעלכע סארט געשלעכט (אונטערקורס/סעקס) ווייל זי דארף דאך א גרעסערע בושה האבן ווי מענער.”

דזשאן אליינס האט קיינמאל נישט חתונה געהאט און פון זיין התנהגות פריער אין לעבן מיט’ן זיך "אפזונדערן" און די נזירות קען מען אפשר שפעקולירן אויב ער איז גאר אליינס געי געווען אבער דאס איז נישט מוכרח ווייל הגם די קאטאליקן האבן נישט געמאכט סעליבּעסי (דאס בלייבן אפגעזונדערט פון א פרוי) מאַנדאַטאָרי ביז נאך א בערך 700 יאהר, איז סעלעביסי שוין דאן געווען ווענעריעטד (דערהויבן).

1773336393509.webp

א סטאטוע פון דזשאן אין סעינט פּאַטריק'ס קאטידרעל אין ניו יארק סיטי

אבער חוץ פאפולאריטי ביי די קריסטליכע שטאטסלייט האט ער אויך איינגעקויפט א שם טוב און עהרע ביים קיסר טיאודאוסיאוס דער ערשטער דורכ’ן פּראָוון זיך א נוצליכער מענטש צו איינשטילן די מאסן מיט זיינע רעדעס ווען זיי האבן ביי א באזוך אין שטאט זיינער איינמאל, ראיאטירט און צעבראכן סטאַטוען פון אים און זיין פאמיליע.

כאטש וואס דזשאן האט ברבים א פנים געמאכט פון א קנאי וואס פאדערט די רעכטן פון די באטריגטע האט אבער ‘סוקראַטעס סקולאַסטיקוס’ אדער פון קאנסטאנטינופל, א היסטוריון פון א דור נאך דזשאן (אליינס א קריסט אבער שטילערהייט א ‘נאָוואַטיען’, אנ-אנדער גרופע וואס איז געאַסרט געווארן א דור צוריק), פון וועמען מיר ציטירן אסאך, פארציילט אז מענטשן וואס האבן דזשאן געקענט פון דערנאנט אין זיין יוגנט האבן געזאגט אז זיין נויגונג צו קנאות האט מער געשטאמט פון אירעטעבּילעטי ווי פון א שאיפה פאר צניעות. אויך, אז אין פרייוועט האט ער צומאל, פאר דיע וואס האבן זיך נישט געקענט מיט אים, אויסגענומען ווי א בעל גאווה און עמיצער וואס קוקט אראפ אויף אנדערע. סוקראטעס זאגט אז צוליב זיין קומען פון א רעלאטיוו-באקוועמע בעקגראונד (ווי ס’איז אויך משמע באזירט אויף די סאושיאו עקענאמישע בעקגראונד פון זיינע חבירים וואס האבן מיט אים אטענדעד דיאדורוס פון טרסוס’ מאנאסטיר), האט דזשאן געהאט די לוקסוס נישט צו דארפן דאגה’ן איבער די פיוטשער און אנשטאט דרשנען וועגן דערהויבענע השגות. אלנפאלס, איבעריג צוזאגן אז זיינע הארטע ווערטער און לויזע צונג האט אים איינגעקויפט נישט ווייניג שונאים.

אין 397 באקומט דזשאן א רעקאמענדאציע פון יוטרופּיוס צום קעניג אַרקעדיוס, טיאודוסיס’ עלטסטע זוהן און ממלא מקומו אין די איסט, צום ארכבישופסשיפ פון קאנסטאנטינופל. יוטרופיוס איז געווען א סריס (אבגעשניטענע בצים), א קאָנסול (די צווייט העכסטע ראַנק אונטערן קיסר און דער ערשטער סריס אין אזא הויכע פּאָסטן) און א מקורב צום קיסר נאך פון טיאודוסיס’ צייטן. (די רוימער פלעגן עמפּלויען סריסים אין פאלאץ, זיך ארומצודרייען נאנט צו די פאמיליע, ווייל זיי האבן געפּאוזט א קלענערע טרעט אז זיי וועלן שלאפן מיט די מלכה.). יוטרופיוס, ארגינעל פון אַרמעניע, ביי די גרעניץ מיט היינט איראן אדער טערקיי, אדער פון חְדייבּ. (היינט צפון איראק, פון וואנעט הילני המלכה ארידזשינעיטעד און וואו די ארטיגע הערשער האבן זיך מגייר געווען צו יהדות. הילני המלכה און איר זוהן מונבַז האבן מיט פיהל יארן פריער זיך געמופט קיין ירושלים, האבן גרויסע געלטער מנדב געווען צום ביהמ”ק און האבן אויך געהאלפן פינאַנצירן די מרד הגדול קעגן די רוימער.)

1773336602731.webp

יוטרופיוס

יוטרופיוס, אן אכזר און געלט-גייציגער איז אין זיין יוגנט געווען א קאַטאַמייט (א יונגל וואס האט סעקס מיט אן עלטערן – ביי די גריכן און רוימער איז עס געווען א ‘טהינג’) , א פּימפּ (עמיצער וואס בּאַגלייט און מענעדזשד א זונה) און א באדי-גארד צו פארשידענע רוימישע סאלדאטן און נאָבּילעטי. ער האט זיך שפעטער צעריסן מיט’ן קיסר אָווער זיין פאָל-אַאוט מיט אנדערע פון ארקעדיע’ס קאמאנדירן אין די ארמעי און פּאַרשעלי צוליב דעם, פארשעלי צוליב די געבעהטן פון יודאקסיע (אליינס א שונא צו דזשאן קרייסוסטום), די קעניגן, וועמען ער אליינס יוטרופיוס האט אנגעשדכנט צו ארקעדיע, האט מען אים דעמאוטעד און עווענטועל, אין עֶדישן צו זיינע ביצים, אויך געמאכט מיט א קאָפּ ווייניגער. (סאקראטיס פארציילט אז יוטראפיוס, וועלענדיג זיך נוקם זיין אין געוויסע, האט געהאט אינסטיגעיטעד ביים קיסר א געזעץ וואס וועט עקסקלודן קרימינאלן פון קענען לויפן קלעימען שוץ ביי די טשוירטש אדער זיך אנכאפן אין מזבח. ווען זיין סוף איז געקומען האט ער אליינס טועם געווען פון זיין געקעכטס ווען די טשוירטש האט צוריקגעוויזן זיין בקשה פאר רעֶפיודזש – א זאך וואס סאקראטעס איז קריטיקעל וועגן גיווען די רחמנות וואס רעליגיע דארף צו ווייזן.)

1773336681453.webp

א מטבע פון יודאקסיע

דזשאן פארט קיין קונסטאנטינופל אפצונעמען דעם עהרע און אלעדזשעדלי איז אזוי פּאַפּולער אז ער ברויך זיך ארויסכאפן בשתיקה פון אנטיוכיה נישט גורם צוזיין ציווילע אומרועהן. אין קונסטאנטינופל ווארט אים אפ א פרישע שערוריה. טִאופילוס, דער ארכבישאפ פון אלכסנדריה האט אויך געלייגט אן אויג אויף די ארכבישופסשיפ פון קונסטאנטינופל, ווילענדיג שטעלן דארט זיין פעיוואריט פרעסביטיער, איינער מיט’ן נאמען איזודור, און איז דזשעלוס אז דזשאן האט אים אויסגעכאפט. טאופילוס, א נאַסטי פּיעס אף וואָרק, האט געוועידזשד פּאַראַנויד מלחמות אנטקעגן, פעיגעניזם, אריעניזם און אוריגנסיזם, און אין נאמען פון די לעצטע, אויסגעשחטן 10,000 מאָנקס און אנגעפירט א העיט-קאמפיין אנטקעגן די ‘פיהר הויכע ברודער’, פארשפרייטער פון אוריגנס’ טיטשינגס, וועמענס שיטה, און אפילו זיי אליינס, ער האט מתחילת חייו גראדע סעפּארטעד. זיי האבן זיך פארדינט דעם עפּיטעט אין דער אגודה אז זיי זענען אלע געווען הויכע לייט מיט א קאָממאַנדינג אויסזעה ווי אויך האבן זיי א שם געהאט פאר זייערע נאכאנאנדע פאַסטן, אפגעהיטנקייט און וויסנשאפט אין די תורה. ווען טאופילוס האט געהערט אז צוויי פון זיי זענען אנטלאפן זיך ראטעווען און זיכן שוץ ביי דזשאן האט ער אויפגעהויבן אן אַלאַרם אז דזשאן איז א דוגל בשיטת אוריגנס. (10,000 איז אפשר א גוזמא אבער אזוי ווי די תלמידי ר"ע, א הויכע נומער איז עס זעכער געווען.)

1773336782179.webp

טיאופולוס פון אלכסנדריה

טיאופולוס האט געוועבט א פלאן און נישט צופיהל אנדערש ווי עס ארבעט היינטיגע צײטן, איז איינגעפאלן אויף זיך צוזאמשטעלן מיט ‘אַפּיפַּנְיוס פון סאַלאַמיס’, סייפרוס/קפריסין, און אים פאָרשלאָגן צו אטטענדן א סינוד צוזאמען (א כמו-סנהדרין אדער כינוס) אוואו מען וועט בפומבי דענאנסירן די כתבים און לעגעסי פון אוריגנס. דאס וועט סערווירן א פּריטעקסט צו באשמוצן און מבאיש ריח זיין דזשאן’ס נאמען. אפיפניוס, אן אויסגעשפראכענער און וויסטער קנאי, א איד געבוירן אין א"י צירקע 310-320 און היינט שוין א זקן, אנגענומען ביי אלעמען, איז א סטאָונטש אנטי-אוריגנסיסט וועלכע לאזט נישט אויס קיין טשאנס מלחמה צוהאלטן קעגן א פירצה אבער איז עפּערענטלי א ת”ח אין אנדערע רעספעקטן כולל מעטראָלידזשי (מיט א ספר ‘מידות ושיעורים’ אויף זיין נאמען) כאטש די נאמען פון ספר איז א שטיקל פאַרפירנד ווייל רוב פון דער חיבור האט מיט מידות ושיעורים קיין שייכות און די חלק וואס יא איז טריוויאַל. א באזיצער פון פינף שפראכן איז ער דאס בעסטע באקאנט פאר’ן האבן קאָמפּאַזירט מיט גרויס פונקטליכקייט א ליסטע פון אכציג! "מינע" אפיקורסים און איז שוין געווען אינוואַלווד פריער ביי די מחלוקה, שטיצענדיג פּאוליניוס. ווי אויך האט ער זיך שטארק מתנגד געווען צו דאס באנוץ פון בילדער אין די כנסיה – א ירושה פון זיין אידישקייט מסתמא. אפיפניוס איז אוודאי מסכים און לאזט זיך ארויס אויפ’ן וועג. כאטש ס’דא וואס זאגן ער האט שפעטער געכאפט אז טיאופולוס האט אים גענוצט פאר א שטעקן און האט זיך ארויסגעלאזט פון דאס געשעפט, צוריק אהיים, אבער איז געשטארבן אויפ’ן וועג.

ווידער אין קונסטנטינופל איז דזשאן ביזי געווען זיך מאכן ענעמיס צווישן די רייכע סיטיזענס און קלערדזשי מיט’ן רעפיוזן דאס אפרעכטן לאַוויש פּאַרטיס און פארברענגנס בו בעת וואס ער שאפט אן אָנהעגונג צווישן די פשוטו עם. גלייכצייטיג האט ער אינישיעיטעד א.ג. רעפאָרמס אין די גייסטליכע קלערדזשי מיט’ן הייסן למשל פּריטשערס, וואס האבן זיך באקלאגט וועגן זייערע געהאלטן, זיך אומקערן צו זייערער טשוירטשעס אין רעספּעקטיוו נעיבּערהודס אָהן א געהאלט.

זיין דיסטעיסט צו איבעריגע פּאַטשקעריי קען מען זעהן פון א ציטאַט אין א דרשה זיינעם אין וועלכען ער רייסט ארונטער דיע וואס גיבן נישט גענוג צדקה: ‘דיין צואה צאָלסטו אויך אזא כיבוד איר צו מאכן אין א גילדערנעם טוילעט בשעת וואס אן אַנדער מענטש בצלם אלוקים גייט אויס אין די קעלט?’

אן אנדערעם ניי-געקומענעם בישאָפּל ‘סווריאנוס פון סיריע’ האט ער פארשיקט פון שטאט ווייל יענער האט געהאלטן צו שיינע דרשות און צופיהל געלט גענומען, טרעֶטעֶנעֶנדיג דערמיט די פרנסה פון דזשאן’ס אייגענע דיאקון און ‘אונטערמאַן’, אײנער מיט’ן נאמען סֶרפּיון.

אויך האט ער אין פּאַלאַץ אין די איסט זיך געמאכט שונאים צוליב וואס ער איז פארנומען געווען זיי צו שטראפן און מוסרן ווייל בד"כ זענען זיי טאקע געווען בּרוטס: קיללערס, וואָמענייזערס און בעק-סטעבּבּערס. דזשאן האט אַפּנים נישט ליב געהאט קיין פאָן. ער האט געשימפט אנטעקעגן די פאפולערע שפיהלן, א ירושה פון די גריכן, ווי ‘טשעריאָט רעיסינג’ (א רייטער אין א קליינטשיק וועגעלע געריסן דורך 2 אדער 4 פערד), טעאַטער און די לעבעדיגע פעיגען האלידעיס. אין איינע פון אזא דרשה פארפירט ער: ‘אויב דו פרעגסט א קריסט ווער איז עמוס אדער עובדיה?, וויפיהל נביאים אדער שליחים זענען געווען?, ווייסן זיי נישט צו ענטפערן אבער אויב פרעגסטו זיי וועגן די געימס קענען זיי דיר שוין איינמאל זאגן.’

אן אנדערע אומאַנגענעמע פיינט האט ער זיך געמאכט פון די אויבן דערמאנטע יודאָקסיע, דער קיסר אַרקעדיע’ס רעבעצין, ווען ער האט אין דרשה זיינס געהאקט אויף ‘דיע אין פרויענישע קליידונג וואס פזר’ענען’ וואס זי האט פארשטאנען, (און מסתמא מיט רעכט) דאס רעפערט צו זי. יודאקסיע האט אים אויך געהייסן צוריק אריינלאזן סַווריאַנוס און עפפערענטלי זיך איבערבעטן מיט אים.

1773337074596.webp

א 1רשטע יארהונדערט רעליף דעפּיקשען פון טשעריאט רעיסינג

אין 402 קומט אפיפניוס פון קפריסין מיט א כתב חירום קעגן אריגנס’ לערעס און פארלאנגט פון קרייסוסטום א גילוי דעת אז ער איז אויך מגנה אריגנס אויף וואס דער לעצטער איז מסרב זאגענדיג אז ער וועט נישט רעדן געגן קיין פריערדיגע (אוריגנס האט שוין געווירקט באלד 200 יאהר פריער – כמעט אזוי ווי פון היינט צוריק צו די ווילנה גאון), און אז לפי האמת האט אריגנס איבערגעלאזט א מורשה וואס געוויסע אין די כנסיה האבן יא געהאלטן פון. (מען פארציילט אז ווען מען האט אפיפניוס געפרעגט, גיבענדיג זיין שטארקע התנגדות צו אוריגנס אויב ער האט געלייענט זיינע ווערק האט ער געזאגט אז נישט, נאר ער האט זיך פארלאזט אויף ”מעשיות וואס ער האט געהערט.”) נאכוואס אפיפניוס פּעקלט זיך אוועק, לערנט דזשאן אז ס’איז יודאקסיע וואס האט אויך א יד אינדעם, פילייכט זייענדיג פון נאטור אויס א שונא נשים, לאזט ער ארויס זיין ווענט (אויפברויז) אין א דרשה, טארגעטעד בכלליות אנטקעגן פרויען, גיבענדיג דערמיט נאך מער שטאף פאר טיאופילוס וואס האט שוין אצינד פארגעסן וועגן אריגנס און האט מיט די גוטהייסונג פון יודאקסיע אנגעריכטעט זיין גאנצע פּראָפּעגאַנדע מאשין קעגן דזשאן.

1773337240083.webp

אן אנטי-קלעריקל פעינטינג פון דזשאן פארנט פון יודאקסיע דורך פראנצויזישע דזשאן פאול לורענס, 2טע האלב 19טע הונדערט

אין 403, אין די ‘סינוד פון אוּעֶק’, קלויבט טיאופילוס צוזאם ארום זיך, אויף די אינציאטיווע פון יודאקסיע, א גרופע פון דזשאן’ס שונאים, אינקלודינג פון צווישן די קלערדזשי אין קאנסטאנטינופל אליינס, אזעלכע וועמען דזשאן האט מַדיחַ געווען, אוואו זיי זענען מזמין דזשאן ער זאל קומען זיך פארענטפערן קעגן די האשמות אויף אים אינקלודינג אז עפעס א בישאפ מיט’ן נאמען הֶרקלידס, װעמען דזשאן האט אָרדעינד, האט געשלאגן א מענטש און אים געשלעפט אין קייטן אויף די גאסן פון שטאט. דזשאן רעפיוזד פיהר מאל צו ערשיינען בעפאר זיי, זאגענדיג אז ס’האט נישט קיין זין זיך צו פארענטפערן פאר מענטשן וואס האבן זיך שוין דערקלערט פונלאנג זיינע שונאים. דאס אלץ, געניסענדיג פון שטיצע פון זיינע שטאטסלייט אין קאנסטאנטינופל. די סינוד איז מנדה דזשאן פאר’ן מסרב זיין לבא לדין און, מיט א צַו גירוש געחַתמט דורך יודאקסיע, דעפּאוזן זיי אים פון זיין שטעלע אלס ארכבישופ, איידער די מאסן ווארפן זיך ארויף אויף זיי (די מַחרימי דזשאן) און פארטרייבן זיי פון שטאט מיט די נשמה אין די הענט.

אגב, אויף דער סינוד האט טיאופילוס מיטגענומען זיין נעפיו סיריל פון אלכסנדריה מסתמא אלס שימוש. סיריל, נאך יעצט א אינגערמאנטשיק פון 25, איז נאך מער א צורודערטער און מאניאק געווען. ער וועט שפעטער ארויסטרייבן די אידן פון אלכסנדריה (רעפארטעדלי צוליב א אידיש ארגאנאזירטע פאגראם) און אויך וועלן זיינע ”פּאַראַבּאַלניס” - א ווידזשילאנטי וואס האט זיך לכתחילה אנגעהויבן אלס א ביקור חולים און חברא קדישא איינהייט פון פשוטי עם - אויף זיינע ארדערס, גאר גרויזאם און ברוטאל, ערמארדן די פרױ הייפּאַטיע, א בארימטע פעיגען מעטאמעטישן, פראפעסאָרקע און פיליזאף, אין א פּאָליטיש מאָטיווירטע לינטש. (נאוטווערדיג איז דאס אנערקענונג אז א הגם די אַלעקסאַנדריען שיטת הלימוד איז געווען מער אַלעגאָריש ווי דער אנטיוכיון ווייזט עס נישט דוקא אויף א גרעסערע אפענקייט אזוי ווי די שפעטערע אנטוויקלונגען האבן טאקע געוויזן – ווען אין אלקסנדריה איז די רעליגעיזע ברען פאר ווייעלענץ, עקסטרימער געווען. מעגליך ווייל אמאל קומט די דראנג צו מפרש זיין על דרך משל מער פון א פארזוך מדחה צו זיין שווערע קשיות אדער זיך גיבן א ברייטערן סקאופ פאר אינטערפערטעישן - מיט די גאול צו זיין פרומער פון די ליטעראַל טעקסט - ווי פון א פארזוך פאר מעסיגקייט. הגם אין דער אויבנדערמאנטער ‘אַטאַנאַסיוס’ טיטשינגס דערקענט זיך שוין א סיגניפיקענט שיפט פונעם טראַדישענעל אלעגארישען מהלך אוועק צו ליטעראליזם)

אין ליכט פון די התנגדות פון די מענטשן פון קאנסטאנטינופל צו דזשאן'ס דיסמיסעל און כדי נישט צו דעסטאביליזירן מער די שטאט וואס איז שוין אזוי אויך שעיקי צוליב די ארטיגע רעוואָלט פון איינע פון די קיסר’ס גענעראלן גאֵיַנס, ציהט די קֵיסָרין צוריק פון די צו גירוש אבער די שטילקייט האלט נישט אהן פאר לאנג.

1773337512498.webp

סיריל פון אלכסנדריה

אביסל שפעטער האט ארקעדיע געלאזט גיסן א סטאטוע פון זיך אין זילבער אין דער ‘אוגוסטיון’ סקווער אין קאנסטאנטינופל און אפגעראכטן שפיהלן צו פייערן דעם מאמענט. דער סקווער איז הארט נעבן דער קאַטידרעל וואו דזשאן געבט זיינע רעדעס צו זיינע קאנגרעגענטס, אויפצופלאמען זייערע הערצער לאביהם ובנו. דזשאן האלט א פייערדיגע דרשה אין וועלכע ער דענאָנסירט דער צערעמאניע אלס שענדליך און פעיגען. יודאקסיע ברויזט הערענדיג איבער דעם. דזשאן גיסט אויל אויפ’ן פייער מיט א פרישע דרשה: “שוין ווידער וואס הָרודיאַס איז משתולל (טאנצט צעלאזט ווי אין א רעיוו) , זי איז פארדאהגט, שוין ווידער וואס זי פאָדערט יוחנן’ס קאפ אויף א טעצל.” דאס אין א רמז צו הרודיאס, די אייניקל פון ‘הורדוס דער גרעיט’ וואס האט חתונה געהאט צו צוויי פון אירע פעטערס (איינע נאכ’ן אנדערס), איר זיידנ’ס זוהנען, אויך מיט די זעלבע נעמען - הורדוס און הורדוס אנטיפס; צו דער לעצטער אהן נעמען א גט פון דעם ערשטן. לפי די קריסטליכע מסורה האט זי געלאזט הרגענען ‘יוחנן הכהן דער בּאַפּטיסט’, יעזוס’ רבי, און משפחה קרוב, דורכן האבן זיין קאפ אפגעשניטן און סערווירט אויף א טאץ אויף איר מאן, הורדוס אנטיפס’, בוירטהדעי, ווייל יוחנן האט זי אויסגעמוסרט פאר’ן חתונה האבן אהן נעמען פון הורדוס א גט.

דזשאן קרייסוסטום איז נאכאמאל בּאַנישט געווארן, קודם פון זיין פּאָסטן און נאכדעם בכלל פון די טשוירטש אבער נאכוואס זיינע בריוו האבן ממשיך געווען צו האבן אן אינפלוענס, איז ער אין 404 פארטריבן געווארן פון שטאט צו די קאַווקאַזער בערג און דערנאך פון דארט צו פיטסונדאַ אין דזשאָרדזשיע ביי די ברעגעס פון שווארצן ים. (יוטרופיוס האט שוין פריער פארלוירן חן אין קיסר’ס אויגן און האט ביי דיע פּוינט שוין געדינט א יסוד צו א מעטער ערד.) מהומות האבן ווידער אויסגעבראכן, די קאטידרעל אין קאנסטאנטינופל איז אינטערגעצונדן געווארן אין פייער אין די פראצעס, און אפילו דער פויפסט אינוקֶנטֻיוּס דער ערשטער פון רוים האט פרובירט צו אינטערווינען אויף דזשאנ’ס ביהעלף אבער אהן ערפאלג. ער האט עס למעשה קיינמאל נישט געמאכט אהין דזשאן, און איז געשטארבן אויפ’ן וועג, ענדע 407, אין קומַנֶה, היינט צפון-טערקיי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top