שב"כ'ס דורכפעלער קעגן די מוסד'ס הצלחות - אנאליז

פילע וואונדערן זיך, הלמאי די שב"כ איז אזא דורכפאל ווען ס'קומט צו עזה, בפרט זייט אקט' 7. אנגעפאנגען טאקע ביים זיבעטן פון אקט', און ממשיך געווען מיטן דורכפאל צו כמעט נישט ארויסנעמען קיין חטופים פון דארט, אא"וו.
די שב"כ איז אלע יארן געווארן אנגעקוקט אלס איינס פון די בעסטע אינטעלידזשענטס אגענטורן איבער די וועלט, ווערנדיג אויסגערעכנט אין איין שורה מיט די אמעריקאנער FBI און די ענגלישע MI5. איז וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו א מצב אז די שב"כ פאלט אזוי מיאוס אדורך?

די קשיא ווערט נאך שווערער, ווען מ'קוקט צו די הצלחות פון די מוסד, אנגעפאנגען ביים אומברענגען איסמעיל הנייה אין איראן (וי"א אויך ראיסי), צו די פענאמענאל דזשאב מיט די מבצע הביפרים אין לבנון, און גענדיגט מיט די שטוינענדע מבצע דעם פארלאפענעם דאנערשטאג, וואו מיט זייער הילף האט מען כירורגיש געהרג'עט פון די העכסטע אין די מיליטער, די סייענטיסטן, און די נוקלעארע פלענט'ס.
די מוסד איז אייביג געווען שטערקער און בעסער פון די שב"כ, אבער אזא ריזן חילוק? הדבר הזה אומר דרשוני.

די תירוץ צו דעם איז לכאורה פשוט, די שב"כ ענליך צו די FBI און די MI5, איז געשטעלט אויף די אינערליכע סעקיוריטי, אנדערש ווי די מוסד (און אירע פאראלעלן, די אמעריקאנער CIA, און די ענגלישע MI6) וואס איז לכתחילה געשטעלט אויף די דרויסנדיגע סעקיוריטי.
ווען מ'זאל פרובירן נוצן א אגענטור וואס איז געשטעלט אויף אינערליכע סעקיוריטי, צו שיצן די מדינה'ס אינטערעסן אין דרויסנדיגע לענדער, וועט עס ווי פארשטענדליך זיין גאר שווער. זייערע טאלס און כלים, איז געמאכט צו נוצן אינערליך. זייער מומחיות איז דאמעסטיק, דארט איז זייער היימ-זאנע, דארט קענען זיי זיך אויס. אבער אינדרויסן פונעם לאנד וועלן זיי זיך גאר שטארק מוטשען.

די שב"כ איז צווישן אנדערע אין טשארדזש אויף עזה, עזה איז נישט קיין חלק פון די מדינה, און די עכטע פלעיער דארט וואלט געדארפט זיין די מוסד, זייער עספערטיז איז וויאזוי צו רעקרוטירן אגענטן אינדרויסן פון די גרעניצן פונעם לאנד, זייער מומחיות און געלונגענקייט איז צו שפילן אינעם צווייטנ'ס פיעלד. אבער די שב"כ, דאס איז נישט זייער מומחיות, וועגן דעם פאלן זיי דארט שטארק אדורך. און טאקע אין די תחקירים פון די כשלים פון די שב"כ נאך אקט' 7, ברענגען זיי ארויס די שוועריגקייט וואס זיי האבן געהאט אין רעקרוטירן מענטשן אין עזה.

פארשטייט זיך אז דאס פארענטפערט נישט די שב"כ, זיי וואלטן געדארפט ארבעטן מיט וואס זיי האבן, און זיך צושטעלן צום מצב. אבער א שטיקל הסבר געבט עס לכאורה.

א לינקער וואלט געקענט זאגן, אז דאס איז א תוצאה פון די רעכטע חלומות און פאנטאזיעס, צו צוריקבאזעצן עזה, און וועגן דעם קוקן זיי עס אן ווי א דאמעסטיק אישו, און נישט קיין פארעין ווי ס'איז באמת.
אבער די אמת איז לכאורה, אז ביז 05' ווען ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון עזה, פארשטייט יעדער אז די שב"כ איז געווען אין טשארדזש. ווען מ'איז ארויס פון דארט ביי די התנתקות, איז לכאורה געווען אבסורד אז א צווייטע אגענטור זאל זיך משתלט זיין אויף עזה.

אבער ס'קען גאר זיין אז דאס איז די שורש פון די אקט' 7 הלאקאוסט, און אלע דורכפעלער נאכדעם.​
 
לעצט רעדאגירט:
פארשטייט זיך אז דאס פארענטפערט נישט די שב"כ, זיי וואלטן געדארפט ארבעטן מיט וואס זיי האבן, און זיך צושטעלן צום מצב. אבער א שטיקל הסבר געבט עס לכאורה.
איך וואלט עס לכאורה געווארפן אביסל אויף די איגו געים צווישן שב"כ און מוסד, און אויך צוליב זיך צופיל פארלאזן אויך טעכנעלאגיע, אנשטאט פיזישע מודיעין פון לאקאלן און מתערבים
 
ס'קלאר אז ס'דא אסאך חלקים אינעם דורכפאל, אבער דאכט זיך מיר אז דאס איז די אנפאנג פונעם פראבלעם.
 
זייט די שין בית איז געווארן פאליטעזירט און פאקעסט מער אויף פייניגן מתנחלים, אונטערהעצן די פאוסט-רבין רציחה פראטעסטן, זיך מישן אין די פסקת התגברות, און די פגסוס חאזעריי. אנשטאט פאוקעסען אויף זיכערהייט, האבן זיי אנגעהויבן אריין סאקן.
 
פון די אנדערע זייט, זענען זיי נישט אויסגעשטעלט צו שפיאנאזש אין פיינטליכע לענדער, און דאס האט לכאורה געפירט צו די דורך פאל ווי @כספי האט געשריבן
 
זייט די שין בית איז געווארן פאליטעזירט און פאקעסט מער אויף פייניגן מתנחלים, אונטערהעצן די פאוסט-רבין רציחה פראטעסטן, זיך מישן אין די פסקת התגברות, און די פגסוס חאזעריי. אנשטאט פאוקעסען אויף זיכערהייט, האבן זיי אנגעהויבן אריין סאקן.
איינער דארף טאקע אראפשרייבן געהעריג די ראבין רציחה אין א היימישע אידיש

#שנירל_איידיע
 
בקוציר און איין ווארט איז די חילוק אז די מוסד טוט וואס זיי דארפן ווייל זיי זענען אינדערויסן פון פאליטיק
פונקט ווי די FBI איז געווען ביזי מיטן איינזעצן טראמפ און נישט זיין ביזי מיט די קאוויד גניבות און די היימישע געגנטער
די זעלבע איז די צדרייטע שבכ ביזי מיט אלע צודרייטע זאכן ווי אנקלאגן ביבי אנשטאט זיין ביזי מיט אלעס אנדערש

למעשה ווען מען קוקט צירוק מיט א בליק ווי מהאלט יעצט קען מען זאגן אז סהאט זיך געלוינט ( נישט אז סהאט זיך געלוינט צו פארלירן 1200 אידישע נפשות ) סהאט זיך געלוינט אז מען זאל איינמאל פאראלעמאל קערנעמען פון די אלע טראבל מעקירס עס פילט גוט
(די פראבלעם איז אז עס גייט זיך נישט ענדיגן און יום כיפור מלחמה און לבנון מלחמה און 6 טעג מלחמה יוכוחו - ועוד 20 מלחמות - אז עס גייט זיך נישט ענדיגן און מיט דעם איז די רבי גערעכט געווען (און איך גיי מיך נישט צירוק טענה'ן סאו אלע אנטי סאטמערע...אוף מפה)
און איין ווארט סאיז פשוט אז א''י איז שטערקער ווי די אפגעפליקטע ארבערס וואס קענען גארנישט חוץ מאכן באמבעס באט די רעוין הצויני צו האבן מנוחה און אונזער לאנד איז נאך נישט מקוים געווארן און גייט נישט בדרך הטבע מקוים ווערן ביז דער בורא וויל לויט ווי היסטאריע איז געגאנגען אפי' איראן איז א פארגאנגענהייט גייט מארגן זיך עפענעם א נייע משוגע'נע פראקסי פון טערקיי אדער קאטאר You name it און מגייט באמבאדירן און פארדאמען ןחוזר חלילה א''י איז ארומגענומען מיט א ביליאן מענטשן וואס ווילן איר "אויס" טיף איך קום נישט דא בתורת שיטה איך קום מיט פאקטן און היסטאריע און אויב איינער And if you disagree, the I'm ok with that 😉
 
זעהסט דאך מען האט שלום געמאכט מיט מצרים, ירדן אוו סאודה אראביע. און מיט ווען מען האט נישט שלום געמאכט האט מען אזוי צמזיקט אז זיי צוטירן נאר צי טראכטן פון מאכן טראבל (איראק, סוריה, חיזבאלה), איז מען געבליבען יעצט מיט איראן וואס מען לערנט טאנצן.
די גרעסטע פראבלעם פאר יעצט איז עזה, וויבאלד זיי האבן נישט קיין פירער (און כידוע פון צדיקים ווערט די שטן די פירער) במילא האסטו נישט מיט וועם צי שלום מאכן, אדער לערן א לקח אז ער זאל מאכן אין די הויזן פון די ווארט ישראל.
מילא אדער וועט מען זיי אלע מוזן אויפהייבן און טראגן ערגעץ, אדער מער ריאליסטיש וועט מען עווענטואל אוועקשטעלן א דיקטאטור א רוצח וואס זאל האלטן דער עולם דארטן אין פלאץ, און מיט אזא דיקטאטור דילסטו מיט איין מענטש, און מען קען גיין מיט עם מיט גוטן אדער מיט בייזן, וועלכע מעטאד ער האט בעסער ליב.
 
די זעלבע איז די צדרייטע שבכ ביזי מיט אלע צודרייטע זאכן ווי אנקלאגן ביבי אנשטאט זיין ביזי מיט אלעס אנדערש
איך גיי נישט אריינגיין אין אלע טענות אקעגן שב"כ, אבער שב"כ האט גארנישט געהאט צוטון מיט די משפטי נתניהו (ביז יעצט ביי די קאטארגעיט סקאנדאל)
 
Back
Top