- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 939
- רעאקציע ראטע
- 6,188
ס'איז מיר יעצט דאס דריטע מאל וואס איך זעץ מיר שרייבן איבער דעם דעבאטע/שמועס צווישן דאגלאס מארי, דעיוו סמיט, און דזשאו ראגען, אויף ראגענ'ס פאדקעסט פאריגע סוף וואך.
ס'איז דא אסאך צו רעדן איבער די מעריט פון די ארגומענטן, די ברייטערע קאנטעקס און פאליטישע דעבאטע ארום די נושאים, ווי אויך איז די רעאקציע פון די מאסן (אויף יוטוב און X) זייער צוטיילט, די רעטאריק דארט איז אויך וויכטיג צו צונעמען און אויסשמועסן די נקודות וואס זענען נישט געזאגט געווארן אדער נישט גוט געזאגט געווארן. די פראבלעם איז נאר אז ס'פארנעמט זייער אסאך און ס'פארלאנגט אסאך שיכטן פון אנאליסיס וואס איז סיי קאמפליצירט און סיי פארלאנגט עס אסאך פאקוס. טאקע אין מיין ערשטע ארטיקל האב איך אנגעהויבן מיט א געהעריגע דעבאטע ריקעפ, אבער נאך 2000 קערעקטערס האב איך געזען איך האלט נאך אין ערגעץ נישט, בין איך געגאנגען אויף א צווייטע ראוט פון מסכם זיין די פוינטס וואס איך האב צו זאגן, אבער ס'איז ארויסגעקומען אלל-אווער די פלעיס, האב איך מיר געוואנדן צו ChatGPT פאר הילף מיטן מאכן ארדענונג, אבער איך בין געווארן נאכמער צומישט. הכלל, האב איך מחליט געווען זיך צו זעצן נאך איין מאל שרייבן עפעס און לאמיר האפן פארן בעסטן.
די אינטרעסאנטקייט פון דעם שמועס איז אין די אויגן פון אסאך, איינס אז דאגלאס נארמאל קומט אריין זייער שארף און צום פינטל, און דא האט ער זיך היבש אפאר מאל פארהאנקערט שלא כדרכו. און צווייטנס זענען מענטשן וואך איבער די עצם געדאנק פון אראפרייסן דזשאו אדער דעיוו פארן האבן א מיינונג – אין אן ערא ווען די רעכטע (ודאגלאס בתוכם) זענען זייער שטארק פאר די ערשטע אמענדמענט רעכטן און 'פרי ספיטש'.
זיין ארגומענט אבער איז נישט ממש אז מענטשן זענען נישט בארעכטיגט צו רעדן אדער האבן מיינונגען, נאר ענדערש אז איינער מיט א פובליק מיינונג און איינער וואס האט אינפלוענס איז דערפאר רעספאנסיבל זיכער צו מאכן 1. אז ער ווייסט וואס ער רעדט און אז ער איז גרייט צו ווערן געטשעלענדזשד דערויף, און 2. נעמען די פולע אחריות פון די געוויכט פון די מיינונג, און אדרעסירן די קאנצעקווענצעס וואס עס קען האבן.
פון איין זייט טענה'ט ער אז ער איז אליין יא אן עקספערט, אבער איך גלייב נישט ער האלט זיך נאר צו אזעלכע נושאים. פון די אנדערע זייט טענה'ט ער אויף אנדערע פאדקעסטס אז מ'דארף נאכאלץ גלייבן עקספערטן ענדערש ווי 'נישט עקספערטן'. ועל כולם קומט ער אריין היבש צומישט אינעם שמועס אליין צו דעיוו און דזשאו האבן יא אדער נישט די 'רעכט' צו האבן א מיינונג אן זיין קיין עקספערט. אבער לויט ווי איך לייג עס דא אראפ מיין איך ס'מאכט אסאך סענס. מ'דארף נישט זיין קיין עקספערט צו האבן א מיינונג, און מ'מעג פלאטפארמירן וועמען עס געפעלט. עס איז נאר היפאקריטיש צו טענה'ן פון איין זייט אז מ'איז 'א פלעינע מענטש' און פון די אנדערע זייט האבן די מייקראפאון וואס מ'האט און בכוונה מפיץ זיין געוויסע שטעלונגען אן די קרידענשעלס און אן אפי' די גאטץ עס צו דיפענדן פון קריטיק. און דאס איז אלעס!
[גאד סאאד איז בייז אויף דעם, ווייל אלס פרי ספיטש אבסאלוטיסט האלט ער אז סאסייעטי דארף אדורכלאזן יעדעם צו טון וויאזוי זיי ווילן, דאס רעכנט אריין דזשאו צו געבן א פלאטפארמע פאר וועמען ער וויל און דעיוו צו זאגן וועלכע ליגנטס ער וויל.
און דאס פירט שוין אריין און א באזונדערע שיכט פון דיסקוסיעס, פונקטליך וואס 'פרי ספיטש' מיינט און וואס עס ערלויבט. צו עס באדייט טאקע די אפוועזענהייט פון אקאונטאביליטי, און צו דאס וואס דאגלאס טענה'ט איז בכלל 'אנקעגן' פרי ספיטש – אדער איז עס זאגאר זיין אייגענע רעכט צו קריטיקירן דזשאו און דעיוו, וגם זה אכניס ב'פרי ספיטש'?!
אויך קען מען עס נעמען נאך טיפער אלס א מאראלישע פראגע (וואס איך מיין דאגלאס איז באוואוסטזיניג דערויף אין זיין בוך) וואס געשעט ווען פרי ספיטש אליין מאכט קאליע פארן הוה און מ'האט נישט קיין צייט צו אויסווארטן די עווענטואלע עקוויליבריום פון די אמת ארויפצושווימען. אוקריינע און מדנ"י סענטימענטן האבן באלדיגע השלכות און נישט אייביג מעג מען זיי איגנארירן. אבער דאס, ווידער, רירט אויך אן די גדרים פון פרי ספיטש, און ס'פארלאנגט א לענגערע באזונדערע אפהאנדלונג.
וואס איז אונז נוגע איז נישט אזוי ווייט דאס, ווייל אפי' מ'זאל זיין אן אבסאלוטיסט מיין איך אז די ארגומעט פון דאגלאס מאכט בכל אופן סענס, נעמליך, דזשאו און דעיוו דארפן פשוט נעמען מער אחריות אויף וואס זיי שטעלן ארויס און עטיש טארן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער סיי וועלכע שלייער צו פארמיידן די געדאנקען צו ווערן געטשעלענדזשד און באלאנסירט געהעריג].
דאס איז אבער נאר האלב פון די פראבלעם – די זעלבע האלב וואס דזשאו טראגט אויף זיינע פלייצעס, און עס איז טאקע צו ווארטן און זען וויאזוי דזשאו נעמט אן די קריטיק אויף ווייטער פון זיין זייט.
וואס איז מער שעדליך איז די עצם געדאנקענגאנג פון דעיוו איבער אמעריקע און איר ראלע אין די וועלט, וואס דאס איז אלטימעטלי וואס דאגלאס קומט זיך שלאגן דערקעגן, אבער ווי געזאגט גייען זיי אריין אין ספעסיפיקס איידער קלאר מאכן די פורסט פרינציפעלס.
דעיוו האלט – אזויווי אסאך רעכטע לעצטנס, אז די איראק מלחמה, מיט נאך געוויסע מעשים פון די CIA און מעגליך מדנ"י אינעם הונטערגרונד – איז אזוי שלעכט אז אמעריקע שטייט כמעט גלייך מיט רוסלאנד אדער אנדערע אטאריטעטישע רעגירונגען, און דערפאר האבן זיי נישט וואס אריינצורעגן אין געא'פאליטישע קאנפליקטן, זיכער נישט שטיצן איין זייט וכדו'. דאס איז מער קאמפליצירט ווי דאס, ווייל דאס קומט אויך באגלייט מיט א פעקל פון אייסעלעישעניזם און ליבערטעריעניזם פון איין זייט, און א פאבריצירטע נאראטיוו איבער אנדערע לענדער פון די צווייטע זייט. אבער הכל אל מקום אחד הולכים, אז אמעריקע איז שלעכט – און בעצם שוין אזוי שלעכט ווי אטאריטעטישע רעגירונגען - וואס דערפאר זאלן זיי איינפאקן און זיך האלטן שטיל. (פון דא קומט די טערמין WOKE-רעכט, ווייל WOKISM אויף די לינקע זייט קומט אויך מיט די איידעאלאגיע אז אמעריקע איז ביסודו שלעכט וועגן קאלאניאליזם וכו' און דערפאר זאלן זיי זיין שטיל היינט..)
ספעציפיש איבער רוסלאנד גייט די נאראטיוו אז פוטין האט נאר אינוואדירט אוקריינע צוליב די פארברייטערונג פון נאטא, און אז אוקריינע איז סתם אזוי קארופטירט. און אויף מדנ"י קומען זיי אויך מיט ענליכע לגיונות צו דאס אז כאמאס איז ס"ה א פראדוקט פון מדנ"י אליין, צו אז די מלחמה יעצט איז א בארבארישע גענאציד און אז עזה איז א קאנצענטראציע לאגער אא"וו. סאמהאו קאלמינירן די אלע מיינונגען אין די פאזיציע אז טשורטשיל איז די 'ווילען' און היטלער איז גארנישט אזוי שלעכט אין די צווייטע וועלט קריג. דאס קומט פון איין זייט אלס ריוויזשעניסט רעאקציע – אז דו זאלסט מיר נישט איינטיילן וועלכע נאראטיוו אנצונעמען, אבער אויך אלס די ברייטערע קאנספיראציע (וואס דאגלאס איז צופעליג א מומחה און דערשמעקן) פון באשולדיגן די אידן אין אלעם בייזן. פארווישענדיג היטלערס בארבאריזם און אנלייגן אויך מדנ"י אלע פראבלעמען וואס פלאגט אמעריקע ובראשם די מלחמות וואס זיי זענען געווען אינוואלווד.
קודם צו די לעצטע פוינט, דאגלאס איז זייער קלאר ווען ס'קומט צו רוסלאנד און מדנ"י אז די אלטערנאטיווע נאראטיוו הייבט נישט אן צו קלעבן (און דאס טאקע איז די עולה פון עס אדורכלאזן אן טשעלענדזש), קודם דאס אז אוקריינע איז קארופטירט, קוק נאר אויף רוסלאנד ווען דו ווילסט רעדן פון קארופציע. און דאס אז מיר שטיצן אוקריינע און דאס אז מיר זענען שולדיג איבער אנהעצן פוטין – וואספארא טענה איז דאס בכלל?! פוטין איז די מאנסטער דא! וואס ווער ס'זעט דאס נישט איז פשוט בלינד אדער משוגע. אמעריקע האט אלע רעכטן און אלע duties צו באשיצן אוקריינע פון אים. די טעותים פון די עבר קומט נישט צו צו די בארבאריזם פון פוטין אדער די איידעאלאגיעס פון ראדיקאלע איסלאם – פארגלייכן די צוויי קען נאר איינער מיט שלעכטע מאטיוון.
איבער מדנ"י איז ער א באקאנטע אפאלאדזשטיק, און ער קומט דארט אויך אריין שטארק אפפרעגן די נאראטיוו אז עס איז א גענאציד אדער אז כאמאס איז א פראגוקט פון מדנ"י זעלבסט.
איך בין אינגאנצן אויף דאגלאס'ס זייט (אויב ס'נאכנישט קלאר...) סיי בנוגע די טיפערע שמועס צו אמעריקע האט נאך א מאראלע שטעלונג אין די וועלט על אף זייערע טעותים בעבר, און ספעציפיש איבער וועלכע זייט צו נעמען אין די אוקריינע/עזה קאנפליקטן. ווי אויך איבער דעם אז אפגעזען געזונטע סקעפטיציזם אנקעגן עקספערטן קען מען נישט יעצט לכבוד דעם ארויסווארפן די בעבי מיטן וואסער און גלייבן און שטופן אלע צודרייטע קאנספיראציעס בלויז ווייל עס איז קאנטרעריען, און נישט בלויז איז עס ליגנט, נאר עס איז זייער שעדליך מיט זאפארטע קאנצעקווענצן. אזוי אויך לגבי די געדאנק אז פאדקעסטס און קאמענטירער מוזן נעמען מער אחריות און מאכן קלאר צו זיי זענען בלויזע קאמעדיענס אדער ווילן זיי שטופן א נאראטיוו...
איך בין נישט אריין אין די עומק פון די פרי ספיטש סאמעטוכע, וויבאלד עס איז אן עקסטערע נושא, און די דעבאטע דא קען אנגיין אפגעזען וואס מ'נעמט אן דארט.
באופן כללי איז דאגלאס א שארפער און געלונגענע דעבאטירער. דא אבער זעט אויס ווי ער האט זיך נישט דוקא אנגעגרייט צו קענען ארטיקולירן און אויסלייגן זיינע ארגומענטן גענוג שטארק. מיט דעם אלעס מיינט דאס נישט אז ער האט פארלוירן, ס'איז נאר פשט אז די דיסקוסיעס דארפן זיך ווייטער ציען (אזויווי איך טו דא), און די קלארקייט דארף ווערן אויסגעשאפט מיט די צייט...
האטס מיר און זייטס מיר א גוט מועד
ס'איז דא אסאך צו רעדן איבער די מעריט פון די ארגומענטן, די ברייטערע קאנטעקס און פאליטישע דעבאטע ארום די נושאים, ווי אויך איז די רעאקציע פון די מאסן (אויף יוטוב און X) זייער צוטיילט, די רעטאריק דארט איז אויך וויכטיג צו צונעמען און אויסשמועסן די נקודות וואס זענען נישט געזאגט געווארן אדער נישט גוט געזאגט געווארן. די פראבלעם איז נאר אז ס'פארנעמט זייער אסאך און ס'פארלאנגט אסאך שיכטן פון אנאליסיס וואס איז סיי קאמפליצירט און סיי פארלאנגט עס אסאך פאקוס. טאקע אין מיין ערשטע ארטיקל האב איך אנגעהויבן מיט א געהעריגע דעבאטע ריקעפ, אבער נאך 2000 קערעקטערס האב איך געזען איך האלט נאך אין ערגעץ נישט, בין איך געגאנגען אויף א צווייטע ראוט פון מסכם זיין די פוינטס וואס איך האב צו זאגן, אבער ס'איז ארויסגעקומען אלל-אווער די פלעיס, האב איך מיר געוואנדן צו ChatGPT פאר הילף מיטן מאכן ארדענונג, אבער איך בין געווארן נאכמער צומישט. הכלל, האב איך מחליט געווען זיך צו זעצן נאך איין מאל שרייבן עפעס און לאמיר האפן פארן בעסטן.
קאנטעקסט:
איך גיי נישט אינטראדוסן די רעדנער אדער אויבלייגן די גאנצע הונטערגרונג דא, אבער אין קורצן, דאגלאס מארי קומט ארויף מיט שטארקע טענות סיי צו דזשאו ראגען אליין און סיי צו דעיוו סמיט פארן ווערן פארכאפט אין וואס מאנכע רופן WOKE right. און הגם ער נוצט נישט דעם טערמין, באצייכענט עס אז געוויסע אינפלוענשעל מענטשן אין די רעכטע לאגער האבן אין די לעצטע פאר יאר אדאפטירט פרינדזש געדאנקען – א שטייגער ווי פרא-רוסישע פראפעגאנדע, אדער אנטי-מדנ"י סענטימענטן, אדער ביזן זאגן אז טשורטשיל איז גאר ערגער ווי היטלער, אא"וו. און דאגלעס קומט זיך שלאגן דערמיט אויף צוויי פראנטן, איינס טענה'ט ער אז מ'טאר נישט לאזן אזעלכע געדאנקען ווערן מעינסטריעם, ער טענה'ט צו דזשאו אז ער ברענגט ארויף איבערוועגענדע פראפעגאנדע נאר פון איין זייט און דאס אליין הייסט געשטופט אן אגענדע, ענליך טענה'ט ער צו דעיוו אז לאזן אזעלכע מיינונגען אומגעטשעלענדזשד איז אומריכטיג און דאס טאר נישט געשען. והשנית קאנפראנטירט ער די געדאנקען זעלבסט מער אריין אינעם שמועס, ווי ער דיפענד מדנ"י און אוקריינע פון די קריטיק אנקעגן זיי.די אינטרעסאנטקייט פון דעם שמועס איז אין די אויגן פון אסאך, איינס אז דאגלאס נארמאל קומט אריין זייער שארף און צום פינטל, און דא האט ער זיך היבש אפאר מאל פארהאנקערט שלא כדרכו. און צווייטנס זענען מענטשן וואך איבער די עצם געדאנק פון אראפרייסן דזשאו אדער דעיוו פארן האבן א מיינונג – אין אן ערא ווען די רעכטע (ודאגלאס בתוכם) זענען זייער שטארק פאר די ערשטע אמענדמענט רעכטן און 'פרי ספיטש'.
די ארגומענטן:
עס איז נישט קיין פארמאלע דעבאטע בכלל, און לדעתי פארפעלט דאגלאס קלארצושטעלן זיין פאזיציע פון די געט-גאו, אבער אויב איך קען שטאל-מאנען זיינע פוינטס איז עס אזויווי דערמאנט, 1. נישט דזשאו און נישט דעיוו 'מעגן' אדורכלאזן פרינדזש מיינונגען אן ברענגען באלאנס און טשעלענדזשעס דערצו, און 2. שטעלט ער אוועק אז די אנטי-מדנ"י און פרא-רוסישע פאזיציעס זענען אין קעגנערשאפט מיט אונזער אקצעפטירטע ליבעראלע וועליוס. די צווייטע נקודה מאכט ער בכלל נישט קלאר, דאס איז צופעליג זיין טעזע אין זיין נארוואס ערשינענע בוך. און זיין ערשטע נקודה איז טאקע מיט וואס ער הייבט אן – ער באשולדיגט דזשאו און האבן אסאך מער אנטי אוקריינע ווי פרא אוקריינע געסט, ווי אויך פארן ארויפברענגען דאריל קופער און אנדערע וועלכע זענען האלאקאוסט ריוויזשעניסטס אן האבן כאטש די מינימאלע באלאנס פון ארויפברענגען עקספערטן אויך די פארקערטע זייט. אבער אויך דעם ארגומענט מאכט ער נישט אזוי קלאר, וויבאלד אויבן אויף שיינט עס ווי ער שטיצט דיפלאטפארמירונג אדער צענזור אדער בכלל די געדאנק אז נישט יעדער איז בארעכטיגט צו א מיינונג, און דאס נעמט נישט אויס גוט, זיכער ווען ער אליין איז מסכים צום ארגומענט אז עקספערטן זענען זיך אפט טועס (א שטייגער ווי ביי קאוויד).זיין ארגומענט אבער איז נישט ממש אז מענטשן זענען נישט בארעכטיגט צו רעדן אדער האבן מיינונגען, נאר ענדערש אז איינער מיט א פובליק מיינונג און איינער וואס האט אינפלוענס איז דערפאר רעספאנסיבל זיכער צו מאכן 1. אז ער ווייסט וואס ער רעדט און אז ער איז גרייט צו ווערן געטשעלענדזשד דערויף, און 2. נעמען די פולע אחריות פון די געוויכט פון די מיינונג, און אדרעסירן די קאנצעקווענצעס וואס עס קען האבן.
וואס ער פארפעלט צו זאגן:
אויב מעג איך אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל וואלט איך צוגעשריבן די פאלגענדע צו דאגלאס. ווען ער רעדט פון עקספערטן איז עס נישט די ריכטיגע ווארט, ווייל ס'הערט זיך ווי ער רעדט פון איינער מיט א PHD אין די נושא – און דאס ווי געזאגט איז עפעס וואס האט דיסאילוזירט אסאך מענטשן, וואס ער מיינט יא איז די געדאנק פון זיין גרייט צו דיפענדן די אייגענע שטעלונג אזויווי עקספערטן זענען מוכן צו טון. און קען טאקע זיין מ'דארף אויפקומען מיט א נייע טערמין צו באצייכענען די פאזיציע צווישן א PHD און א 'פלעינע מענטש מיט א מייק', ווייל דא איז דא א וויכטיגע מיטל גרונט וואו ער צילט. די נקודה איז נישט צו יענער האט א דעגרי, די נקודה איז אז אויב איז יענער אינפלוענשעל און נעמט א פובליק שטעלונג – פויקענדיג מיינונגען פאר די מאסן (#דעריל קופער, טאקער קארלסאן, דזשאו ראגען, און דעיוו סמיט, - צווישן אנדערע) טאר ער נישט האבן די פריוועליגיע זיך צו באהאלטן אונטער די 'קאמעדיען היטל' ווען ס'געפעלט אים און אזוי אויסמיידן סיי וועלכע קריטיק אדער טשעלענדזש. און דאס איז דאגלאס'ס פוינט – וואס איך מיין ער איז אליין נישט אזוי קלאר אין.פון איין זייט טענה'ט ער אז ער איז אליין יא אן עקספערט, אבער איך גלייב נישט ער האלט זיך נאר צו אזעלכע נושאים. פון די אנדערע זייט טענה'ט ער אויף אנדערע פאדקעסטס אז מ'דארף נאכאלץ גלייבן עקספערטן ענדערש ווי 'נישט עקספערטן'. ועל כולם קומט ער אריין היבש צומישט אינעם שמועס אליין צו דעיוו און דזשאו האבן יא אדער נישט די 'רעכט' צו האבן א מיינונג אן זיין קיין עקספערט. אבער לויט ווי איך לייג עס דא אראפ מיין איך ס'מאכט אסאך סענס. מ'דארף נישט זיין קיין עקספערט צו האבן א מיינונג, און מ'מעג פלאטפארמירן וועמען עס געפעלט. עס איז נאר היפאקריטיש צו טענה'ן פון איין זייט אז מ'איז 'א פלעינע מענטש' און פון די אנדערע זייט האבן די מייקראפאון וואס מ'האט און בכוונה מפיץ זיין געוויסע שטעלונגען אן די קרידענשעלס און אן אפי' די גאטץ עס צו דיפענדן פון קריטיק. און דאס איז אלעס!
[גאד סאאד איז בייז אויף דעם, ווייל אלס פרי ספיטש אבסאלוטיסט האלט ער אז סאסייעטי דארף אדורכלאזן יעדעם צו טון וויאזוי זיי ווילן, דאס רעכנט אריין דזשאו צו געבן א פלאטפארמע פאר וועמען ער וויל און דעיוו צו זאגן וועלכע ליגנטס ער וויל.
און דאס פירט שוין אריין און א באזונדערע שיכט פון דיסקוסיעס, פונקטליך וואס 'פרי ספיטש' מיינט און וואס עס ערלויבט. צו עס באדייט טאקע די אפוועזענהייט פון אקאונטאביליטי, און צו דאס וואס דאגלאס טענה'ט איז בכלל 'אנקעגן' פרי ספיטש – אדער איז עס זאגאר זיין אייגענע רעכט צו קריטיקירן דזשאו און דעיוו, וגם זה אכניס ב'פרי ספיטש'?!
אויך קען מען עס נעמען נאך טיפער אלס א מאראלישע פראגע (וואס איך מיין דאגלאס איז באוואוסטזיניג דערויף אין זיין בוך) וואס געשעט ווען פרי ספיטש אליין מאכט קאליע פארן הוה און מ'האט נישט קיין צייט צו אויסווארטן די עווענטואלע עקוויליבריום פון די אמת ארויפצושווימען. אוקריינע און מדנ"י סענטימענטן האבן באלדיגע השלכות און נישט אייביג מעג מען זיי איגנארירן. אבער דאס, ווידער, רירט אויך אן די גדרים פון פרי ספיטש, און ס'פארלאנגט א לענגערע באזונדערע אפהאנדלונג.
וואס איז אונז נוגע איז נישט אזוי ווייט דאס, ווייל אפי' מ'זאל זיין אן אבסאלוטיסט מיין איך אז די ארגומעט פון דאגלאס מאכט בכל אופן סענס, נעמליך, דזשאו און דעיוו דארפן פשוט נעמען מער אחריות אויף וואס זיי שטעלן ארויס און עטיש טארן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער סיי וועלכע שלייער צו פארמיידן די געדאנקען צו ווערן געטשעלענדזשד און באלאנסירט געהעריג].
דעיוו סמיט, פון זיין זייט.
קודם מאכט ער זיך תם'וואטע ווי נישט אים מיינט מען, אבער ס'ווערט קלאר אז ער האט נישט דעם זעלבן געדאנקענגאנג, ער וויל יא קענען שיסן וועלכע מיינונגען ער וויל אן דארפן נעמען די העווי ליפטינג דערפון, ער וויל קענען שרייען הויך זיינע שטותים און קאנספיראציעס, אבער אלץ בלייבן מיטן אויסרייד אז ער איז נאר א קאמעדיען און זיין מיינונג טראגט נישט קיין געוויכט (על אף זייענדיג 100 פערצענט מודע איבער די עפעקטס פון וויפיל מענטשן הערן און גלייבן אים מיט דעם אלעם..).דאס איז אבער נאר האלב פון די פראבלעם – די זעלבע האלב וואס דזשאו טראגט אויף זיינע פלייצעס, און עס איז טאקע צו ווארטן און זען וויאזוי דזשאו נעמט אן די קריטיק אויף ווייטער פון זיין זייט.
וואס איז מער שעדליך איז די עצם געדאנקענגאנג פון דעיוו איבער אמעריקע און איר ראלע אין די וועלט, וואס דאס איז אלטימעטלי וואס דאגלאס קומט זיך שלאגן דערקעגן, אבער ווי געזאגט גייען זיי אריין אין ספעסיפיקס איידער קלאר מאכן די פורסט פרינציפעלס.
דעיוו האלט – אזויווי אסאך רעכטע לעצטנס, אז די איראק מלחמה, מיט נאך געוויסע מעשים פון די CIA און מעגליך מדנ"י אינעם הונטערגרונד – איז אזוי שלעכט אז אמעריקע שטייט כמעט גלייך מיט רוסלאנד אדער אנדערע אטאריטעטישע רעגירונגען, און דערפאר האבן זיי נישט וואס אריינצורעגן אין געא'פאליטישע קאנפליקטן, זיכער נישט שטיצן איין זייט וכדו'. דאס איז מער קאמפליצירט ווי דאס, ווייל דאס קומט אויך באגלייט מיט א פעקל פון אייסעלעישעניזם און ליבערטעריעניזם פון איין זייט, און א פאבריצירטע נאראטיוו איבער אנדערע לענדער פון די צווייטע זייט. אבער הכל אל מקום אחד הולכים, אז אמעריקע איז שלעכט – און בעצם שוין אזוי שלעכט ווי אטאריטעטישע רעגירונגען - וואס דערפאר זאלן זיי איינפאקן און זיך האלטן שטיל. (פון דא קומט די טערמין WOKE-רעכט, ווייל WOKISM אויף די לינקע זייט קומט אויך מיט די איידעאלאגיע אז אמעריקע איז ביסודו שלעכט וועגן קאלאניאליזם וכו' און דערפאר זאלן זיי זיין שטיל היינט..)
ספעציפיש איבער רוסלאנד גייט די נאראטיוו אז פוטין האט נאר אינוואדירט אוקריינע צוליב די פארברייטערונג פון נאטא, און אז אוקריינע איז סתם אזוי קארופטירט. און אויף מדנ"י קומען זיי אויך מיט ענליכע לגיונות צו דאס אז כאמאס איז ס"ה א פראדוקט פון מדנ"י אליין, צו אז די מלחמה יעצט איז א בארבארישע גענאציד און אז עזה איז א קאנצענטראציע לאגער אא"וו. סאמהאו קאלמינירן די אלע מיינונגען אין די פאזיציע אז טשורטשיל איז די 'ווילען' און היטלער איז גארנישט אזוי שלעכט אין די צווייטע וועלט קריג. דאס קומט פון איין זייט אלס ריוויזשעניסט רעאקציע – אז דו זאלסט מיר נישט איינטיילן וועלכע נאראטיוו אנצונעמען, אבער אויך אלס די ברייטערע קאנספיראציע (וואס דאגלאס איז צופעליג א מומחה און דערשמעקן) פון באשולדיגן די אידן אין אלעם בייזן. פארווישענדיג היטלערס בארבאריזם און אנלייגן אויך מדנ"י אלע פראבלעמען וואס פלאגט אמעריקע ובראשם די מלחמות וואס זיי זענען געווען אינוואלווד.
און דא קומט מען שוין אן צו די בעק ענד פארס אין דעם דעבאטע:
קודם צו די לעצטע פוינט, דאגלאס איז זייער קלאר ווען ס'קומט צו רוסלאנד און מדנ"י אז די אלטערנאטיווע נאראטיוו הייבט נישט אן צו קלעבן (און דאס טאקע איז די עולה פון עס אדורכלאזן אן טשעלענדזש), קודם דאס אז אוקריינע איז קארופטירט, קוק נאר אויף רוסלאנד ווען דו ווילסט רעדן פון קארופציע. און דאס אז מיר שטיצן אוקריינע און דאס אז מיר זענען שולדיג איבער אנהעצן פוטין – וואספארא טענה איז דאס בכלל?! פוטין איז די מאנסטער דא! וואס ווער ס'זעט דאס נישט איז פשוט בלינד אדער משוגע. אמעריקע האט אלע רעכטן און אלע duties צו באשיצן אוקריינע פון אים. די טעותים פון די עבר קומט נישט צו צו די בארבאריזם פון פוטין אדער די איידעאלאגיעס פון ראדיקאלע איסלאם – פארגלייכן די צוויי קען נאר איינער מיט שלעכטע מאטיוון.
איבער מדנ"י איז ער א באקאנטע אפאלאדזשטיק, און ער קומט דארט אויך אריין שטארק אפפרעגן די נאראטיוו אז עס איז א גענאציד אדער אז כאמאס איז א פראגוקט פון מדנ"י זעלבסט.
איבער די רעטאריק:
אפאר מאמענטן שטייען ארויס. (שלא כסדרם)- ווען דאגלאס מאכט קלאר די פראבלעם אז פרינדזש מיינונגען ווערן מעינסטריעם – דעיוו מאכט זיך כאילו ער פארשטייט נישט די פוינט, דאגלאס לאזט אים עס איבערזאגן ביז ער כאפט עס. דאס איז א גוטע רעטארישע מאוו.
- די זעלבע ווען דזשאו טענה'ט אז ער האט נישט קיין מאטיוון ביים סעלעקטירן די געסט בכלל – וואו דאגלאס ענטפערט מיט אזא ברום וואס זאגט שוין אלעס..
- די טענה אז מ'דארף אראפ-פארן צו א שטח כדי צו קענען רעדן דערפון בין איך נישט מסכים אלס פרינציפעל (און איך מיין אפי' אז דאגלאס איז מער געווארן פארכאפט דערין ווי איידער עס האלטן אלס אפיציעלע שטעלונג), הגם די געדאנק אז דעיוו באדערט אפי' נישט צו גיין באזוכן א פלאץ דערציילט יא אסאך.
- זיך פארלייגן (מער צום סוף) איבער א אידישע נאמען וואס דעיוו דערמאנט, און אים באשולדיגן וועגן דעם אין אנטי-סעמיטיזם, מיין איך שוואכט סיי אפ די טענה און סיי די אנטי-סעמיטיזם מערכה. הגם ווי געזאגט, דאגלאס האט נארמאל א גוטע נאז ווען ס'קומט צו שמעקן אנטי-סעמיטיזם, און ס'איז יתכן דעיוו איז א סעלף העיטינג איד, לדעתי איז עס אבער נישט אריינגעקומען ביי דעם פונקט.
- ער פוינט אפאר מאל גוט ארויס די היפאקריטיע פון דעיוו פארן נישט גלייבן קיין עקספערטן אבער פלוצלינג בויען ריזיגע קאנספיראציעס און טעאריעס בלויז אויף אן איינצעלנע ווארט פון עפעס אן... עקספערט.
- לגבי עקספערטן און צו מ'דארף זיין איינס, אדער צו מ'דארף זיי בכלל גלייבן, האט מען שוין אויבן אויסגעשמועסט אז ער קומט אריין אביסל צומישט. הגם ער האט אפאר גוטע מאמענטן וואו ער שטרייכט אונטער די פליפ-פלאפינג, דאס אז פון איין זייט איז דעריל קופער אן עקספערט ווייל ער האט 30 שעה פון לעקטשורס, און פון די אנדערע זייט איז ער נישט קיין עקספערט (און וויל נישט דעבאטירן קיין עקספערטן) ווייל ער מאכט סתם ווערטלעך אויף פאדקאסטס..
- דעיוו פרעסד אים ערגעצוואו גאנץ גוט איבער די אויבנדערמאנטע נקודה, און דאגלאס קוקט טאקע נישט אויס אזוי גוט דארט.
- ווען דעיוו נוצט די 'עמאציאנאלע ארגומענט' פון טויזענטער טויטע קינדער אין עזה איז דאך פשוט אז עס איז א פאלאסי. דאגלאס פארפעלט אבער עס ארויבצושטרייכן.
- די מאמענט וואס דזשאו רופט זיך אן אינמיטן אז דאגלאס האקט צופיל איבער – קוקט אויס איינזייטיג פון זיין זייט. אבער קודם קען זיין איך בין די איינזייטיגע דא, ובכלל איז עס לכתחילה געווען אזא 1V2 דעבאטע און מ'קען נישט האבן קיין טענות.
- ווען דאגלאס טענה'ט אז איינער מיט א מייקראפאון דארף נעמען מער אחריות אויף פאטענציאלע נאכפאלגער מיט שלעכטע כוונות, ענטפערט אים דעיוו אז ער האט עס אויך אינזין. דאגלאס וואלט נאר געדארפט קלארער מאכן די דזשאוק דערפון – בו בזמן ווען דעיוו טענה'ט דא אליין אז ער איז 'נאר א קאמעדיען' און איז דערפאר פטור פון אקאונטעביליטי...
- געוויסע האבן קאמענטירט אז דאגלאס קומט אריין אביסל אראגאנט אין דעם שמועס. איך מיין דאס האט מעריט – וויבאלד טאקע נארמאל שטומט עס מיט זיין שטאנהאפטיגע פאזיציע, איז עס אבער דא אביסל נישט אין פלאץ נאך וואס ער קומט אריין אביסל שוואכער ווי אייביג אין זיין ארטיקולאציעס, אזוי אז די אראגאנץ מעטשט נישט אזוי שטארק.
צום שלוס.

לעצט רעדאגירט: