שבתות ויו"ט פארברענג

ווי האב איך אוועקגעמאכט די יוונים ?
- אינטעליגענט -האט זיך באצויגען אויף עזרא הסופר
און די חכמה פון שאוס פון די יוונים טויזנט יאהר שפעטער , אזוי שרייבט ער אהנצורייסען עזרא,עיין
שם ותמצא נחת, אזוי זעהט מיר אויס .
 
טשאבעסססס
א, ער רעדט פון פאונס , נישט פון טעכלאנאגיע, און ב, ניין, ביי פאונס איז נישט דא קיין מידל גראונד. אדער ביזטו קאנעקטעד און די האסט נישט מנוחה אדער ביזטי יא קאנעקטעד, אפילו די ניצט עס נישט דעי רגע, אבער די פולשטענדיגע סטרעס פרי רואיגקייט פון א פארמאכטע פאון איז נישט דא.

געדענקסט פליגערס פאר וויי פיי ? איז עס נישט געווען אסאך רואיגער ?

און שבת איז נאכמער, ווייל סאיז נישט נאר דיין פאון, סאיז די גאנצע סאסייעטי איז יעצט דיסקאנעקטעד סאו ס’איז אפילו קיין פאומא נישט דא. א פולשטענדיגע מנוחה .


א מאווי איז פיינע אינטערטעמענט. מנוחה ? נאפ


וואס האט נישט ארבעטן מיט מנוחה ? סאיז צוויי זאכן. אזוי ווי ס’דא צוויי סארט וועקעשן, איינץ איז א טשענדזש, און איינץ איז פשוט מנוחה.
that's just your opinion man...

פארוואס איז א מאווי נישט מנוחה? מיינד יו אז איך בין דער וואס פילט אזוי, זאגסטו ניין דיין פילינג איז ראנג...? חח
 
א, ער רעדט פון פאונס , נישט פון טעכלאנאגיע, און ב, ניין, ביי פאונס איז נישט דא קיין מידל גראונד. אדער ביזטו קאנעקטעד און די האסט נישט מנוחה אדער ביזטי יא קאנעקטעד, אפילו די ניצט עס נישט דעי רגע, אבער די פולשטענדיגע סטרעס פרי רואיגקייט פון א פארמאכטע פאון איז נישט דא.
ס'זענען דא היינט א שלל פון פאקוס עפפס מיט טיימערס, tasks וואס מ'קען אנשטעלן אויף א געוויסע צייט, טאג, מינוט וכדומה, פרוביר עס אויס, ס'גיט די זעלבע רוהיגקייט אויף די סכום פון צייט, און מאכט דיר פילן מער קאנפידענט און פראדאקטיוו.

סליפ מאודס נאך א געוויסע צייט, יוטוב האט "טיים פאר א ברעיק" אינטערגרעיטעד וואס מ'קען אנשטעלן, אינסטעגרעם האט שוין יארן א טיימער. דו האסט היינט געסקראולט א שעה און פופצן מינוט... איך ווייס נישט אויב פאר יעדעם ארבעט עס, אבער פאר מיר איז דאס נישט צוגעבינדנקייט ווייל איך רעכן זיך מיט אזא מעסעדזש.

אויך האט עס א סליפ מאוד, וואס זעהט אויס (פון יעצט קוקן אן פרובירן) צו זיין ענליך צו do not disturb

נאר ווייל מ'ווייסט נישט פון אזא מושג פון time management מאכט עס נאכנישט די ארגומענט גערעכט, ס'איז יא דא מידל גראונדס. יעדער לויט זיין צורך.

און לעומת זה האלט איך אז די ימים טובים איז ממש קראנק עקסטרעם, און די פרוף איז: קענסט פרעגן יעדע פרומע איד וואו שווער ס'איז אים געווען זיך צוריקצוכאפן דעם פארלאפענעם אקטאובער נאך סוכות. ס'איז א מציאות אז ס'איז עקסטרעם, ס'ליגט נאר פשוט איינגעקריצט אין די קולטור, באלד וועט איינער טענה'ן אז די עסן אכצן סעודות א יו"ט איז העכסט נארמאל און סייענס און נוטרישן איז ראנג... ניין זיי זענען נישט, עס איז נאר נישט דא די מושג ביי ארטאדאקסן פון moderation


וואס האט נישט ארבעטן מיט מנוחה ? סאיז צוויי זאכן. אזוי ווי ס’דא צוויי סארט וועקעשן, איינץ איז א טשענדזש, און איינץ איז פשוט מנוחה.
איך פרעג די זעלבע
 
שטייטזעך. אויב וואלט יעדער געשריבן יענעמס אפיניען וואלט איין מענטש געקענט אפשרייבן גאנץ קרעמל
ס'האט אויסגעקוקט פון דיין טאן ווי דו האסט פראדזשעקטעד וואס "מיין" אפיניען איז לויט "דיר"

האב איך דיר געזאגט האלט דיר דיין אפיניען ביי דיר...
 
א, ער רעדט פון פאונס , נישט פון טעכלאנאגיע, און ב, ניין, ביי פאונס איז נישט דא קיין מידל גראונד. אדער ביזטו קאנעקטעד און די האסט נישט מנוחה אדער ביזטי יא קאנעקטעד, אפילו די ניצט עס נישט דעי רגע, אבער די פולשטענדיגע סטרעס פרי רואיגקייט פון א פארמאכטע פאון איז נישט דא.

געדענקסט פליגערס פאר וויי פיי ? איז עס נישט געווען אסאך רואיגער ?

און שבת איז נאכמער, ווייל סאיז נישט נאר דיין פאון, סאיז די גאנצע סאסייעטי איז יעצט דיסקאנעקטעד סאו ס’איז אפילו קיין פאומא נישט דא. א פולשטענדיגע מנוחה .


א מאווי איז פיינע אינטערטעמענט. מנוחה ? נאפ


וואס האט נישט ארבעטן מיט מנוחה ? סאיז צוויי זאכן. אזוי ווי ס’דא צוויי סארט וועקעשן, איינץ איז א טשענדזש, און איינץ איז פשוט מנוחה.
אפשר קומסטו אריין מיט א קלארע יסוד וואס מנוחה/אי-מנוחה מיינט?
 
מנוחה מיינט די גוף און די מיינד רוט זיך אויס. סטרעס פרי, רילעקס. מ'קען נעמען א טאג וואס מ'ארבעט נישט , א שטיחגער ווי זונטאג, אבער מ'איז נאך אלטס ביזי, מרוט נישט
 
דהיינו? סתם קלאצן?
מנוחה/ מיינט שמירת שבת נישט צוטהון א מלאכה וואס איז גיוועהן ביי די קאנסטראקשען פון די משכן
און נישט טהון די שבותים וואס חז״ל האבען צוגישטעלט , אויסער דעם איז דא א מצוה פון שבתון
( אזוי זאגען ראשונים ) פשוט אז מען זאל נישט קיין טהון ארבעט וואס מוטשעט אפ , אפילו וואוקען חוץ לתחום אויך נישט פון א פסוק אל יצא איש ממקומו
וואס די תנאים זאגען אז דאס מיינט 12 קילומטר, און די חז״ל האבן גיזאגט נישט מער ווי1 קילומטר , איז לויט דעם, די מנוחה פון שבת ספעציפירט,און עס האט גארנישט מיט דיענטערטעינמענט אינדאוסטרי
די טראדיציאנעלע פארוויילונגען, זענען דזשענערעישונעל פרובען .
 
מנוחה/ מיינט שמירת שבת נישט צוטהון א מלאכה וואס איז גיוועהן ביי די קאנסטראקשען פון די משכן
און נישט טהון די שבותים וואס חז״ל האבען צוגישטעלט ,
עקזעקטלי צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.
מנוחה לגבי שבת מיינט שמירת שבת אזוי ווי חז"ל זענען עס מגדיר.
און אויב אזוי וויל איך פארשטיין וואס האט ניצן א פאון אום שבת, וואטשן א שיינע מאווי אדער הערן שיינע מוזיק אויף ספּאטיפיי מיט אי-מנוחה/מלאכה צוטוהן אדער מיט די שבותים פון חז"ל?
ניצן א פאון איז נישט קיין מלאכה און ברענגט עס נישט צו צו א מלאכה און דערפאר איז עס קיין שבות אויך נישט.
און מ'קען עכט מקיים זיין דעם וקראת לשבת עונג מיט א סמארטפאון אדער סמארטסקרין וכדומה.
איך זעה גאר א מצוה אין ניצן דעם פאון אום שבת (שטייצעך פארוועם ס'איז א פארגעניגן און ניצט עס נישט כמי שכפאו שד)
וקראת לשבת עונג!
 
איך פערזענליך האלט אז נישט נוצן א פאון שבת איז איינע פון די גרעסטע מנוחות פון שבת, און אויב עס וואלט נישט געווען פון די ל"ט מלאכות וואלט מען געדארפט אויפטרעפן א נייע מלאכה פארוואס עס זאל זיין אסור
 
איך פערזענליך האלט אז נישט נוצן א פאון שבת איז איינע פון די גרעסטע מנוחות פון שבת, און אויב עס וואלט נישט געווען פון די ל"ט מלאכות וואלט מען געדארפט אויפטרעפן א נייע מלאכה פארוואס עס זאל זיין אסור
וכן עשה החזון איש ז"ל
 
איך פערזענליך האלט אז נישט נוצן א פאון שבת איז איינע פון די גרעסטע מנוחות פון שבת,
איך אויך.

און אויב עס וואלט נישט געווען פון די ל"ט מלאכות
אפשר ביסטו מסביר פארוואס ס'איז יא פון די ל"ט מלאכת און וועלכע מלאכה פינקטלעך?
וואלט מען געדארפט אויפטרעפן א נייע מלאכה פארוואס עס זאל זיין אסור
נאך א מזל אז דו האסט נישט דאס לעצטע ווארט ווען ס'קומט צו הלכות 😂
 
איך פערזענליך בין זייער העפי צו האבן off שבתים און ימים טובים פונעם טעלעפאן און טעכנאלאגיע, עס רויבט מיר גענוג צייט אוועק במשך די ששת ימי המעשה, אבער איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אזוי.

וואס מיר שטערט אבער און כ'וויל פארשטיין איז, די דעפיניציע פון מנוחה האט זיך שוין טויזענט מאל געטוישט פון די צייטן וואס די אידן האבן ערהאלטן די מצוה פון שבת אין מרה, און פון מען האט געבויעט דעם משכן. אויב איז שבת באמת א מתנה, וואלטן אזויפיל זאכן געדארפט זיין אנדערש!

ווינטער. עס איז ביטער קאלט. מיט איין רוק פון א קנעפל קען איך אנצינדן די הייצונג.
זומער, שרעקלעך הייס און יומיד. מיט א פשוט'ע קוועטש פון טערמאסטאט האב איך פיינע עירקאנדישן.
די לעקטער אין מיין בעדרום איז בטעות געבליבן אנגעצינדן און איך קען נישט אזוי שלאפן. מיט א פיצעלע רוק פון א סוויטש איז די זאך מסודר.
מיין קאפ טוט וויי, איין קליינע פיל פון מיין מעדיצין טשעסט קען קעהר נעמען דערפון.
און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער אסור אסור אסור. מען טאר נישט. ווי אזוי איז דאס מנוחה? ווי אזוי איז דאס א מתנה?
 
די פוינט איז אז שבת ביזטי אויף וועקעשן. טיסט נישט גארנישט חוץ עסן, טרינקען , סעקס, שלאפן, רילעקסן, אזוי ווי אויף וועקעשן.

סאו כדאי זיכער צו מאכן אז מקומט אן שבת צום גרייטן האט מען גע'אסר'ט די אלע זאכן אזוי מוז מען עס טון פאר שבת און שבת אליינץ איז מען נישט ביזי ריקן קנעפלעך.

האסט קאפ וויי קענסטי נעמען טיילענאל געזינטערהייט
 
איך פארשטיי זייער גוט די "פוינט". למעשה שטערט עס מער ווי עס טוט אויף. פארשטייסט אליין אז אויב עס איז קאלט אין שטוב וואלט יעדער נארמאלער מענטש מסכים געווען אז ענדערש זאל מען נעמען די 2 סעקונדעס און אנצינדן די הייצונג ווי איידער ליידן שעות אין די קעלט.

איך בין כמעט זיכער אז ווען מ'מאכט היינט די ל"ט מלאכות אנשטאט די צייטן פון די משכן, וואלט עס אויסגעזען גאר אנדערש, און קיינער וואלט נישט גע'אסר'ט צו דרוקן קנעפלעך.

בכלל, דיין אויסדרוק "ביזי" דרוקן קנעפלעך איז איבערגעטריבן, ווי קומט אריין דער ווארט ביזי? אפשר איז א מלאכה צו זיין "ביזי" צו טיילן און סערווירן עסן? אדער אפרוימען פון טיש נאך די סעודה? עס איז נאך עניטיים אזוי שווער ווי פארלעשן א לעקטער.
 
יא , ווייל די תורה האט געמאכט כללים , 39 מלאכות אבות ותולדות, אוודאי איז דרוקן א קנעפל א קלייניקייט, אבער ווי לייגסטי די ליין.

סערווירן עסן קען מען נישט פאר שבת, אנצידן הייצונג קען מען יא .

מאך זיכער אז דיין הייצונג איז אנגעצונדן פאר שבת. און ס'איז דא א געוויסע רואיגקייט און ווייסן אז דאס איז מ'רוקט נישט ארויף מ'רוקט נישט אראפ, איטס אלל סעט
 
איך פערזענליך בין זייער העפי צו האבן off שבתים און ימים טובים פונעם טעלעפאן און טעכנאלאגיע, עס רויבט מיר גענוג צייט אוועק במשך די ששת ימי המעשה, אבער איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אזוי.

וואס מיר שטערט אבער און כ'וויל פארשטיין איז, די דעפיניציע פון מנוחה האט זיך שוין טויזענט מאל געטוישט פון די צייטן וואס די אידן האבן ערהאלטן די מצוה פון שבת אין מרה, און פון מען האט געבויעט דעם משכן. אויב איז שבת באמת א מתנה, וואלטן אזויפיל זאכן געדארפט זיין אנדערש!

ווינטער. עס איז ביטער קאלט. מיט איין רוק פון א קנעפל קען איך אנצינדן די הייצונג.
זומער, שרעקלעך הייס און יומיד. מיט א פשוט'ע קוועטש פון טערמאסטאט האב איך פיינע עירקאנדישן.
די לעקטער אין מיין בעדרום איז בטעות געבליבן אנגעצינדן און איך קען נישט אזוי שלאפן. מיט א פיצעלע רוק פון א סוויטש איז די זאך מסודר.
מיין קאפ טוט וויי, איין קליינע פיל פון מיין מעדיצין טשעסט קען קעהר נעמען דערפון.
און אזוי ווייטער און ווייטער.

אבער אסור אסור אסור. מען טאר נישט. ווי אזוי איז דאס מנוחה? ווי אזוי איז דאס א מתנה?
דאס איז פשוט
מען קען פרעגן פון די וואס פרעקטיסען די שבת מיט
די חומרות חז״ל צו זיי פיעלן מנוחה - קאמפערט צו
די וואס האלטען נישט , מען קען נעמען א סייענטיפיק סטאדי צווויסען די רעזולטאטן -לויט מיין השערה, וועט עס קאנפירמען אז שמירת שבת כהלכתה איז דאס וואס מאכט עס שבת מנוחה .
 
ביי די ל"ט מלאכות ודומיהן, דארט איז די ליין!
דיה מה שהתורה אוסרתה, מאך מיר נישט קיין פרישע ליניעס
על כגון דא נאמר, אם אינן נביאים בני נביאים הם!
אין יא, איך ווייס אז די סטעיטמענט קען ווערן עביוזט, אבער ביי א זאך וואס אלע שותומ"צ זענען מסכים, מיין איך איז עס ריכטיג
 
Back
Top