שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז)

אסר'ן אויף א מענטש נאר ווייל א צווייטער האט נישט יראת שמים האט נישט קיין מקור. זי איז די איינציגסטע וואס ווערט אריין גערעכנט אין חשבון פון וואס יא אדער וואס נישט אנציטוהן. ווילאנג זי גייט אנגעטוהן אין א וועג וואס איז גוט פאר איר, און זי שאדט נישט פאר איר מאן וואס איר איינציגסטע שיעבוד אלס שותפות, האט קיינער נישט אריין צורעדן.

פון ווי ווייסט מען דאס? ווייל אין תורה און שולחן ערוך איז נישטא אזא זאך ווי "הלכות צניעות". די איינציגסטע פלעצער ווי ס'ווערט דערמאנט איז נאר בעקיפין למשל וועגען זאגן דברים שבקדושה בפניה, דאס הייסט אז די חובת הצניעות ליגט אויף דער מענטש וואס זעהט און נישט אויף איר.

די אויסדריק "איסור" פון צניעות איז סתם ליידיגע ווילדע שרעקעדיגע ווערטער. אז א פרעמדע זכר האט א פראבלעם מיט זיין יצר הרע זאל ער אנטוהן סאן גלעסעס.
דערמאנענדיג דעם שעבוד אלס שותפות איז כדאי צו ערווענען דעם רבינו בחיי אין די וואכעדיגע פרשה לגבי נדרים וואס דער מאן קען צושטערן. כ'ווייס נישט צו דא איז ממש די פלאץ דערפאר, אבער ליינענדיג די ווערטער האב איך מיך דערמאנט דערפון.

שטענדיג רעדט מען פון די חלק וועלכע די מאן איז אלץ משועבד צום ווייב אבער פון דעם חלק ווי די ווייב איז משועבד צום מאן פארגעסט מען סאמהאו.

20240802_013224.jpg
 
זאגסט זייער גוט, הרב גאלדענע.

ווען דו זאגסט "רעדט מען", מיינסטו מסתמא בעיקר די פרויען און די פעמיניסטן. רוב מענער ווייסן גוט ביי זיך אז זיי האבן א געוויסע בעלות אויף זייערע ווייבער.
 
View attachment 222
איך האב זיך שטענדיג געוואונדערט פארוואס דער חומש איז גע'אסר'ט
 
אז מ'רעדט שוין דערוועגן העל איך לאזן וויסן וואס איך גלייך.
א אכצן, ניינצן אינטשיגע סקוירט, אדער גאר א לאנגע וועלכע רירט כמעט אן דעם פני תבל, אבער מיט איין סליט פון דער זייט וועלכע לויפט פון הינטן ביז ארויף אז ווען מ'וואקט זעהט מען ארויס כאטשיג איין פיס.
ס'איז רייצענד? זיכער! אבער וואס איז שלעכט דערמיט, לכך נוצרת!
איך בין מיט דיר! כמותה נרבה בנשים…!
 
דערמאנענדיג דעם שעבוד אלס שותפות איז כדאי צו ערווענען דעם רבינו בחיי אין די וואכעדיגע פרשה לגבי נדרים וואס דער מאן קען צושטערן. כ'ווייס נישט צו דא איז ממש די פלאץ דערפאר, אבער ליינענדיג די ווערטער האב איך מיך דערמאנט דערפון.

שטענדיג רעדט מען פון די חלק וועלכע די מאן איז אלץ משועבד צום ווייב אבער פון דעם חלק ווי די ווייב איז משועבד צום מאן פארגעסט מען סאמהאו.

View attachment 222
ווייז עס נישט פאר קיינעם דעי חברה וועלן נאך פארברענען אלע רביני בחיי׳ס אינמיטן לי עוו….
 
ר' וואלווי איך בין נאך אזא בעל תאווה ווי דו, איך האב אויך זייער ליב צו זעהן פרויען אנגעטוהן זייער שמעקסי!
זיי מוחל לייג מיך נישט אין איין שורה מיט דיין "בעל תאוה" לעוועל, און שטעל מיך נישט אלס דיין "אויך" זייער ליעב צו זעהן וכו' וכו'....
אבער למען האמת, קודם כל דער מושג פון זאגן רולס אויף ווי אזוי מ'זאל זיך אנטוהן אויפן גאס, האט די שולחן ערוך נישט געדארפט זאגן, ס'נישט געווען אזא זאך, נישט ביי די יודן און נישט ביי די גוים להבדיל, צו גיין אויפ'ן גאס אומ'צניעות'דיג! ביז די היפיס איז געווען אן אנגענומענע דרעס קאוד איבעראל!
פאר עקרי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז שו"ע דארף נישט זאגן, און אויך נישט אז עפעס איז אנגענומען געווארן "דורך היפי'ס" זאל שוין ווערען א ריזיגע רוישיגע אסור. אפשר אלס תקנות כעין מנהגים יא, אבער ערגעץ ווי אין היסטאריע איז נישט געווען אזא מבול פון איסורים וואס האבן נישט קיין קלארע גרונטליכע מקור כשלעצמו נאר מחמת "איידלקייט".
און צווייטענס, פאר דעם האבן מיר רבנים, וואס זאגן אונז הלכות וואס איז נוגע פאר היינטיגע צייטן, אפילו ס'שטייט נישט אין שולחן ערוך. דו וועסט נישט טרעפן קיין איין רב וואס וועט דיר פסק'נען אז א פרוי מעג ארויסגיין אויפ'ן גאס מיט אויפגעדעקטע סקין!! און אפילו אינגאנצן צוגעדעקט, אבער מיט די טייטע קליידער וואס ווייזן אלעס ארויס, וועסטו אויך נישט טרעפן קיין רב וואס וועט עס מתיר זיין.
למעשה. אן אינטערסאנטער באמערקונג. די אלע גזירות, הרחקות, און הנהגות בימנו, וואס איז נישט קלאר ביסודו אין שו"ע, כגון אינטערנעט, צניעות, קיטשאטשקע, וואס דאס איז רובו פון רבנישע טרעפיק בימינו, וועסטו נישט זעהן קיין געשריבענע תשובות אדער אפענע עקספלענעישענס מצד הלכה. און ניין, גרויסע קול קורא'ס מיט קידוש לבנה אותיות הייסט נישט קיין בירור הלכה, אויך נישט בילדער פון אן אסיפה פון 40 רבנים זיצן ארום און ח' טיש מיט פארמאכטע באטלעך סעלטצער ווייל זיי שעמען זיך צו טרינקן, און אפילו נישט 50,000 יודען ביי כינוס כלל ישראל, אפילו אז סקולענער רבי זי"ע האט געוויינט אז אינטערנעט איז סטרא אחרא. יראת שמים ביילאנגט פאר שלש סעודות תורות, און מ'איז נישט קובע די שיעור פון א פתח פאר הלכות מזוזה ביי שלש סעודות תורה, בקול חוצב להבות אש. הלכה איז הלכה, און די ראטע פון "די שטן גייט קאליע מאכן אונזער דור" צו די ראטע פון עכטע בירורי הלכה בימינו איז בכלל נישט אינסינק.
 
שטענדיג רעדט מען פון די חלק וועלכע די מאן איז אלץ משועבד צום ווייב אבער פון דעם חלק ווי די ווייב איז משועבד צום מאן פארגעסט מען סאמהאו.
מיין אויסדרוק שעיבוד/שותפות רעפערט צו די משפחה בכלל. אפגעזען פון רוחניות, בלייבט אייביג א קאמיטמענט מצד "בין אדם לחבירו" אז איינעם'ס מעשים זאל נישט שטערן פאר'ן צווייטען, דהיינו ס'טאר נישט שאטן פראקטיש, און ס'האט גארנישט מיט "בין אדם למקום", נישט מצד חושן משפט און נישט מצד אבן העזר, און אויך נישט אלס ווער געוועלטיגט איבער וועם. אז צניעות פון די ווייב/מאמע וועט שטערן די קינדער אדער מאן באיזה אופן איז דאס איז א חסרון פון מענטשליכקייט און ישובו של עולם.
 
לעצט רעדאגירט:
זאגסט זייער גוט, הרב גאלדענע.

ווען דו זאגסט "רעדט מען", מיינסטו מסתמא בעיקר די פרויען און די פעמיניסטן. רוב מענער ווייסן גוט ביי זיך אז זיי האבן א געוויסע בעלות אויף זייערע ווייבער.
ס'דא עטישע און מענטשליכע שיעבודים סיי פון מאן צום פרוי און סיי פרוי צום מאן, ס'האט לכאורה גארנישט מיט פעמיניזם.

אבער ווי זעהט מען אין די תורה אז איין מענטש קען האבן "בעלות" אויף א צווייטן?

חוץ פון חושן משפט'דיגע בעלות ווי אן אדון אויף אן עבד עברי
 
האישה נקנית, דער מאן קויפט דער פרוי, ס׳זיינס א חפץ.
און פונקט ווי צי א עבד עברי האט ער שיעבודים צי איר, אפילו ס׳זיין חפץ.
 
און וויבאלד זי ווערט אפגעקויפט פארמאגט זיך אויך שיעבודים צו עם אויך
 
האישה נקנית, דער מאן קויפט דער פרוי, ס׳זיינס א חפץ.
און פונקט ווי צי א עבד עברי האט ער שיעבודים צי איר, אפילו ס׳זיין חפץ.
ס'גוט צו וויסען אז "קונה" זיין אין חו"מ, און "קונה" זיין אין אבה"ע האבן צוויי באזונדערע אפטייטשן.

קונה זיין אין נזיקין מיין קויפן ליטערלי דהיינו פשוט'ע בעלות . קונה זיין אין נשים מיינט א "חלות" דהיינו מיוחד פאר אן אישית'דיגע צוועק און אויף איסור(הקדש) פאר די רעסט פון די וועלט, אזוי אויך מתיר זיין אין פרוי מיינט אז די "חלות" האט זיך אפגעטון, (וכעין זה ביי הפרת הבעל אין נדרים).

ס'איז טאקע אסאך מאל אווערליפינג, ס'דא קניני חלות ביי נזיקין אויך, למשל קניני גזילה האט אין זיך נאנ-טענגדזשיבל הלכות וואס איז חל אויף די גזלן, אזוי אויך איז דא געלט חשבונות ווי מזונות און מעשה ידיה ביי נשים אויך. אבער בעיקרון מיינט בעלות אין סוגיות נשים ונזיקין צוויי אנדערע זאכן.

הצד השוה שבהן אז אפגעזעהן פון לומדות איז מענטשליכע עטיקס און מאראלס מחייב א יעדען און אייביג צוגלייך.
 
יוש כ'בעט דיך הייב נישט אן יעצט צו לומדות'ן מיט חלות/חפצא/גברא מיט ר' חיים'ס פיליזאפישע חקירות ווייל דאס ברענגט מיא אויף קאשמארן🤣
 
קונה זיין אין נזיקין מיין קויפן ליטערלי דהיינו פשוט'ע בעלות . קונה זיין אין נשים מיינט א "חלות" דהיינו מיוחד פאר אן אישית'דיגע צוועק און אויף איסור(הקדש) פאר די רעסט פון די וועלט, אזוי אויך מתיר זיין אין פרוי מיינט אז די "חלות" האט זיך אפגעטון, (וכעין זה ביי הפרת הבעל אין נדרים).

ס'איז טאקע אסאך מאל אווערליפינג, ס'דא קניני חלות ביי נזיקין אויך, למשל קניני גזילה האט אין זיך נאנ-טענגדזשיבל הלכות וואס איז חל אויף די גזלן, אזוי אויך איז דא געלט חשבונות ווי מזונות און מעשה ידיה ביי נשים אויך. אבער בעיקרון מיינט בעלות אין סוגיות נשים ונזיקין צוויי אנדערע זאכן
כ'מיין די איסור און מיוחדת לו איז איין חלק פון די קידושין
די צווייטע חלק איז די קנין, זי איז אונטער זיין רשות. (jurisdiction)

און ווי דו פירסט אויב ס'איז צוויי באזינדערע סרטן בעלות
א חפץ איז אין דיין רשות אלס ממונות (להשתמש בו, וכו')
א גזילה איז אין דיין רשות (שלא ביושר) להתחייב בהשבה וכו'
א עבד איז אין דיין רשות פאר עבדות
א פרוי פאר אישית

(כ'געדענק אונז האבן געשמועסט איבער דעם אין ק"ש. ואלקק אם יפתח)
 
האניש מורא, די אלע לומדות קומט צו ניץ למעשה...
מיין באנק אקצעפטירט עס נישט אלץ א לעגאלע וואלוטע. דאכצעך אז נאר אין די כולל בענק איז עס אנגענומען אלץ א נוצבארע וואוטשער
 
"למעשה" האב איך געמיינט צו זאגן די אייגענע "שיקול הדעת", צו מאכן פון דעם "דעת בעל הבית" א "דעת תורה" אויך...
 
כ'מיין די איסור און מיוחדת לו איז איין חלק פון די קידושין
די צווייטע חלק איז די קנין, זי איז אונטער זיין רשות. (jurisdiction)

און ווי דו פירסט אויב ס'איז צוויי באזינדערע סרטן בעלות
א חפץ איז אין דיין רשות אלס ממונות (להשתמש בו, וכו')
א גזילה איז אין דיין רשות (שלא ביושר) להתחייב בהשבה וכו'
א עבד איז אין דיין רשות פאר עבדות
א פרוי פאר אישית
(כ'געדענק אונז האבן געשמועסט איבער דעם אין ק"ש. ואלקק אם יפתח)
נכון.
לומדות איז אזא בחינה פון די אויסגעדראשענע שבע ברכות תורות. מ'קען עס איבערנוצן איבער און איבער.
ווי א דרשן האט אמאל געזאגט, נישט אייביג קען מען באקן פון פריש, אמאל דארף מען ארויס שלעפן דברי חכמה פון פריזער און אנווארעמען אין מייקראוועיוו...
 
"למעשה" האב איך געמיינט צו זאגן די אייגענע "שיקול הדעת", צו מאכן פון דעם "דעת בעל הבית" א "דעת תורה" אויך...
אה דאס איז שוין יא שוה כסף כאטשיג.
דאס טוען די רבנים/רבי'ס א גאנצן טאג
 
זיי מוחל לייג מיך נישט אין איין שורה מיט דיין "בעל תאוה" לעוועל, און שטעל מיך נישט אלס דיין "אויך" זייער ליעב צו זעהן וכו' וכו'....

פאר עקרי הלכה איז נישט דא אזא זאך אז שו"ע דארף נישט זאגן, און אויך נישט אז עפעס איז אנגענומען געווארן "דורך היפי'ס" זאל שוין ווערען א ריזיגע רוישיגע אסור. אפשר אלס תקנות כעין מנהגים יא, אבער ערגעץ ווי אין היסטאריע איז נישט געווען אזא מבול פון איסורים וואס האבן נישט קיין קלארע גרונטליכע מקור כשלעצמו נאר מחמת "איידלקייט".

למעשה. אן אינטערסאנטער באמערקונג. די אלע גזירות, הרחקות, און הנהגות בימנו, וואס איז נישט קלאר ביסודו אין שו"ע, כגון אינטערנעט, צניעות, קיטשאטשקע, וואס דאס איז רובו פון רבנישע טרעפיק בימינו, וועסטו נישט זעהן קיין געשריבענע תשובות אדער אפענע עקספלענעישענס מצד הלכה. און ניין, גרויסע קול קורא'ס מיט קידוש לבנה אותיות הייסט נישט קיין בירור הלכה, אויך נישט בילדער פון אן אסיפה פון 40 רבנים זיצן ארום און ח' טיש מיט פארמאכטע באטלעך סעלטצער ווייל זיי שעמען זיך צו טרינקן, און אפילו נישט 50,000 יודען ביי כינוס כלל ישראל, אפילו אז סקולענער רבי זי"ע האט געוויינט אז אינטערנעט איז סטרא אחרא. יראת שמים ביילאנגט פאר שלש סעודות תורות, און מ'איז נישט קובע די שיעור פון א פתח פאר הלכות מזוזה ביי שלש סעודות תורה, בקול חוצב להבות אש. הלכה איז הלכה, און די ראטע פון "די שטן גייט קאליע מאכן אונזער דור" צו די ראטע פון עכטע בירורי הלכה בימינו איז בכלל נישט אינסינק.
קודם כל, באמת אנטושלדיגט, כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז דו גייסט נאך דיינע תאוות, נאר יעדער געזונטע מענטש האט אזעלכע תאוות, און רוב מאל ווען איינער איז בייז אויף אזעלכע הלכות, קומט עס ווייל עס שטערט אים פון אויספירן זיינע תאוות, סאו אויב דו בוסט פון די מיעוט, בעהט איך דיך איבער.

והשנית והוא העיקר, מיין נקודה איז געווען גאנץ פשוט, און דו האסט בכלל נישט אפגעפרעגט, למעשה ווען דו גייסט פרעגן עני רב דיין וכדו', צי מעג מיין ווייב ארויסגיין אויפן גאס זייענדיג אויפגעדעקט די מקומות המכוסים, וועט דיר יעדער איינער זאגן ס'איז "אסור"! כאטש ס'נישטא קיין מקור (לשיטתך).
 
Back
Top