די ערשטע וואס איז ארויס געקומען קעגן סטייל איז געווען ר' מענדל מרמינוב ער איז געווען א טראדישינאליסט, און נישט ליב געהאט טויש.
וידוע שהרה"ק מוה"ר מענדלי מרימנוב זצ"ל הרעיש מאוד על ענין זה. וז"ל בספה"ק דברי מנחם (פ' בראשית): המלבוש של אדם הוא שמירה לו מהחיצונים, על כן צריך ליזהר מאד מאד לבל ילך ח"ו במלבושי עכו"ם ופריצים, לא כמו אשר חדשים מקרוב באו בעו"ה, אנשים ונשים שלובשים עצמן כמו עכו"ם ממש, אוי להם ואוי לנפשם, כי לא די שהבגדים אלה אינם עושים שמירה לגוף, רק אדרבה הם גורמים אחיזה לחיצונים יותר ויותר, וגורמים לעצמן כל הרעות, עכ"ל. וע"ע בספה"ק דברי מנחם פ' מטות, ובספה"ק מנחם ציון פ' ראה עוד בענין זה.
פארדעם, האבן יידן אייביג זיך אנגעטון פונקט וי די גוי, זיי עס אליין בודק,
ביי די ליטווישע איז אין די לעצטע יארן פארן קריג אויך אריין א משהו די קעגנשטעל צו סטייל, אבער נאכאלס אפילו ר׳ נתן יהודה פינקל האט זיכער געמאכט, אז די בחורים אין ישיבת מיר, זאלן אויסקוקן פונקט ווי סטודענטן.
און וועגן עם גייען אונז נאך היינט מיט א הוט און רעקל, וואס איז געווען א סטייל פאר א קארצע תקופה פון ווייניגער ווי 100 יאר, אין די גאנצע וועלט אפילו ביי די גויים.
אמת אז פאר א לאנגע תקופה פארן קריג איז געווען די סטייל צו גיין זייער באדעקט סיי פרויען און סיי מענער, אבער ס'איז נישט אייביג געווען אזוי,
און אפילו אין די צייט פון די אמוראים האט מען נישט באדעקט די ערמליך, די סטייל אין יענע תקופה איז געווען אז מ'האט זיך אנגעטון כעין א לאנגע ציצית, וואס איז אנגעקומען ביז אביסל אונטער די קני, מען קען דאס וויסן פון געמאלענע בילדער פון יענע תקופה, און אפי׳ פון די גמ׳ זעט מען אז אזוי איז געווען.
און אוודאי אז טייטס איז אפגערעדט אז מ'איז נישט געגאנגען.
אבער פארשטייט זיך מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון אמאליגע צייטן, וואס מענטשן האבן נישט געהאט קיין שום תאוות, אזוי ווי מ'זעט פון פול מיט גמרות.