שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

רבותי! עטץ ווייסט ווער איז דא?
נישט קיין אנדערער ווי @זעליג שמעליג!!!

שלום עליכם! קומסט אריין זייער קלאר! מיט פאקטן!
מיין פילינג איז אז ס'וועט זיין א ברענד אין קרעמל מיטן טיטל @זעליג שמעליג!
 
יישר כח @שעפטאל.

ווער, וואס ביסטו דא אינעם קרעמל? איך זע דו בעיקר טוסט באגריסן דעם עולם דא.
 
איך בין אין קרעמל א ניק בין הניקים. (כ'פיל אז מ'דארף נישט קיין לייסענס צו געבן א גוט ווארט, ווארום איך פייגער פאר א גוט ווארט פון סיי וועם 🫣)
מיין עלטערע ברידער @שבתי פראבירט אביסל צו העלפן מיט שלאק שמש הילף, (ווען א ניק וויל טוישן א קעפל פון זיין שנירל, שמעלצן א שנירל, וכדו'.)

סאו איי געס כ'פראביר צו זיין א נייס גיי 🫣

דאס איז ווער איך בין אין קרעמל
אבער אין ריעל לייף בין איך באמת א מעכטיגער יונגערמאן מיט א גרויסן בייכעל וואס זיכט א דשאב
 
מיין עלטערע ברידער @שבתי
ברודער עז אין א אידישער ברודער (בראדער פראם אנאדער מאדער), אדער פאר ריעל?
אבער אין ריעל לייף בין איך באמת א מעכטיגער יונגערמאן מיט א גרויסן בייכעל וואס זיכט א דשאב
פארוואס זיכסטע, וואס איז נישט גוט אזוי?
 
צווילינג ניק
 
@שעפטאל איז דער יונגערמאן וואס מאכט אייביג זיכער שבת אין שול אז די געסט וואס זענען געקומען צום שמחה זאלן האבן ווי צו זיצן.

הגם איך בין דער וואס בלייבט אייביג שטיין ''נעה איך האב ליב צו שטיין... שכוייח עניוועיס." און אפאר מינוט נאכדעם, זעהנדיג זיך ארומגענומען מיט בחורים וואס זענען יעצט ארויס פון מקווה (טבילת עזרא), האב איך פארשטייט זיך חרטה.

אבער @שעפטאל איז שוין דעמאלט פארנומען מיט רוקן טישן און בענק פאר די הונגעריגע מתפללים זאלן האבן ווי אראפצולייגן דאס שמוציג ברוינפן גלעזל.

בלית ברירה ווער איך דער סידור פאקער. יעדע מינוט קומט צו פליען א פרישע יאך . "געב עס אזא פּאק אריין אין שאפע ביטע".

גוט שבת
 
שלום עליכם @brooklyn11211

איך זע דא דו האסט נאר א גויאישע קיבאורד, איך האלט אז א וויליאמסבורגער אידל ווי דיר וואלט שוין געמעגט האבן א אידיש קיבאורד… עס איז זייער גרינג אנצושטעלן, סיי דו וועסט הנאה האבן צו שרייבן און סיי דער גאנצער עולם וועט הנאה האבן צו ליינען!

מען גייט אריין צו settings און מען זוכט language, וועל אויס די ערשטע רעזולטאט און זוך אויף Hebrew.

זיך לערנען טייפן איז שוין א שטיקל עבודה, איך האב זיך אויך אויסגעלערענט טייפן אידיש פשוט פון שמועסן אויף די פארומס און גלייב מיר ס׳לוינט זיך, די טעם פון שרייבן אויף אידיש ווי א געהעריגע סיטיזען איז אין לשער 😉, טעמו וראו כי טוב!
 
עס איז די א אידיש (ייִדיש) קיבארד אויך די מעלה פון דעם אז ווען מדארף האט ער די נקודות אויך
 
איך בין אביסל שפעט. איך גלייב א גרויס טייל קען שוין מיין ניק, אבער עווענטועלי דארף מען זיך פארמעלי אינטרעדאסן, איז אזוי...

מיין נאמען איז רוזנבלום, פערלמאן אדער שושני,
מיין אפשטאם איז אשכנז אבער לויט געוויסע מעגליך ספרדי,

די ערשטע נאמען איז הלל און לויט טייל מרדכי,
מיין וואוין ארט איז אמעריקע, ישראל, פראנקרייך, אורוגוויי אדער מאראקא,

מיין רבי איז קיין איינער
תלמידים האב איך גענוג
געבליבן א זעקל ביינער
עלנד אליין נאכן קריג

מיין כלה געטויטעט האבן זיי
קעגן מיין געזיכט
איר צום לעצט געזען אויפן שאסיי
אויסגיין ווי א ליכט

וואס איז עס ווערט דאס לעבן
ווען גארנישט מען נעמט מיט
אלעס וואלט איך אוועקגעגעבן
צו באגרייפן אזא וועלט פול מיט ש...

מיין הוט איז אלט, איך האב צעריסענע שוך
ווי עמוס, צפניה, ירמיהו און ישעי'
קענסט פון מיר שרייבן א גאנצע בוך
ס'אינטערעסירט מיר אין די לינקע פאה
 
לעצט רעדאגירט:
,I'm like a Lilly flower
when I was young I didn't know I had the power
I was so closed and scared
To open up I hadn't dared
but with a lot of water and sun
some opening was done
slowly every day
I grew in my own way
Instead of staying covered
a new world I discovered
so much to learn and see
it added so much colour to me
but I felt so alone
as if the only one that has grown
so I found KRAMEL the place
!where I have my space
hope you have patience with me
...it takes me ages to type in yidish you see
 
Back
Top