שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

מיין נאמען איז מענדל בער
איידער איך שרייב דא געב איך זיך א קלער
וואס קען איך צו ברענגען צום טיש דא אהער

א נייע פארם א קרעמל גאר געשמאק
אויף יעדע נושא איז שוין דא א תג
גאר רייכע ווערג טוט זיך פאר מיינע אויגן אנטפלעקן
ליינענדיג די בלעטער ממש זיך צו באלעקן

אלזא לאמיר די ארכיוון ארויסשלעפן
און ווייטער ליינען און זיך דערקוויקן

א גיטן טאג
 
אין די פרעגסט נאך
׳׳וואס קען איך צו ברענגען צום טיש דא אהער׳׳
 
יא יא.

די פלאץ קוקט אויס זייער וועלקאמינג.

אויף קאווע שטיבל פלעג איך מוראה האבן צו זאגן א ווארט. וואס מען האט געזאגט איז מען גלייך געווארן אטאקירט.
אפשר וואלט גלייך געווען דא אויך
וויפיל שטותים ניקים רעדן דא ציזאם, שומו שמים
אנטי עסטאבלאשמענט לשמה ממש (עי' בספה"ק יושר דברי אמת)
 
אקעי איז וואס?!, איך ניץ אויס מיין פרייהייט פון ווארט צי זאגן ווא "איך" האלט
ק"ש איז געווען א פלאץ פון אינטעלעגענציע, אמאל אמאל "אויך" שטותים מיט אן עלטערן בליק
אויף קרעמל קען איך נישט ממש ניצן די ווערטער.....
 
איך האלט זיך דערווייל איין פון ניצן מיין פרייהייט פון ווארט...
 
בעיסיקלי אונז טענהן זיך נישט.
קרעמל איז נישט ביזי מיט וואס דו שרייבסט. ס'נעמט נישט קיין אחריות אויף תוכן אדער טרעפיק. ס'איז סך הכל א פלאטפארמע פאר פרייהייט פון ווארט זויווי טוויטער. פון דא און ווייטער איז עס אין די הענט פונעם ציבור. ס'שפיגלט נאטירלעך אפ וואס גייט באמת פאר ביים עולם.

ווי לאנג די וועטעראנען האלטן נישט אז איינער טראלט אדער נערווירט דעם רוב אויף א געפערליכן אויפן האט ער די רעכט צו שרייבן.
דער ליינער איז בעה"ב און קען דריקן דעם איגנאריר קנעפל אויף ניקים און שנירלעך וואס זענען נישט לפי רוחו. עיין ב'שטאטוטן.

כ'האב סך הכל צוגעצייכנט אז דאס איז א קליינעם חלק פונעם גרויסן פרייז וואס מ'צאלט אויף נאטירליכע פרייהייט פון ווארט אז מענטשן גייען שרייבן דא אויפן פלאטפארמע אט וואס דו האסט געשריבן אז זיי האבן נישט ליב אזא פרייהייט פון ווארט. און דאס וואס דו ווילסט אז מ'זאל דא מורא האבן צו שרייבן אזוי ווי ס'געווען אויף ק"ש וועט נישט געשען.

כן נראה לענ"ד
 
שלום וברכה די נאמען האב איך אויסגעוועלט ווייל עס רעפלעקטירט מיר זייענדיג א קאלירפולער מענטש יעדער קען מיך פאר א צווייטער סארט מענטש איינער קען מיר פאר א ערנסטער א צווייטער אלס א לץ א דיטער אלס א שעמעדיגער א פערדע אלס א א אויבער חכם א.א.וו.
 
וואס ביסטו למעשה?
 
שלום עליכם!
און מיר ווארטן אייך נאך אויך צו קענען.
אויב אבער וועט עס בלייבן ביי דעם שלום עליכם תגובה דאן וועלן מיר נישט האבן די זכיה צו זעהן אייערע קאלירן, איז ביטע גארטעלט אייך אן נעמט אייער פעדער'ל אין האנט שארפט עס אויס, איר קענט דא ניצן סיי וועלכע קאליר טינט און שרייבן מיט וועלכע מיני אותיות איר גלייכט, אריינגערעכנט אשורית, שרייבט פרישע ארטיקלעך און טוט קאמענטירן אויף שוין געשריבענע ארטיקלעך, דאן וועט איר אונז אויך מהנה זיין מיט אייערע הערליכע קאלירן
 
א גוטן איך בין אויך פון קאוול שטיבל אי בין מער פון א ליינער ווי א שרייבער
אויב מקען ביטע מאכן א פארום/שנירל פאר אויסגאבעס וואלט איך דארט געשריבן אסאך
 
א גוטן איך בין אויך פון קאוול שטיבל אי בין מער פון א ליינער ווי א שרייבער
אויב מקען ביטע מאכן א פארום/שנירל פאר אויסגאבעס וואלט איך דארט געשריבן אסאך
נא נעם דעם כבוד און גיי פתיחה. עפן דעם שנירל אין שמועסן לכאו' @שעפטאל וועט פונקטליכער וויסען ווי עס צו לייגן. לא ער זעהן ווי ער קומט אריין קלאר מיט אינסטרוקציעס
 
הושענא יחידה ליחדך
כ'וויל זיין איין מיטן איינציגער בורא אן קיין שום זאך אינדערמיט. כ'וויל זיין איין מיט מיין נשמה און שורש און אפערעיטן נאר פון דארט. די וועג איז מיטן זאגן דעם אמת אן פארשענערן. וַיֹּאמֶר, אַתָּה זֶה בְּנִי עֵשָׂו; וַיֹּאמֶר, אָנִי כ'בין וואס איך בין.

כ'האף מ'וועט מיר אקאצעפטירן דא פאר ווער איך בין כדי כ'זאל קענען זיין אין די גיסטע צו שרייבן מיין אמת פון מיין יחידה
 
ברוכים הבאים @יחידה!
די בעסטע פלאץ צו טרעפן די אמת, איז דארט וואו מ'לאזט דיר עס זוכן. האסט געטראפן די גוטע פלאץ, מאך דיך באקוועם, אונז ווארטן צו הערן דיינע פערל רייד.
 
Back
Top