שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

@חַגַּי הנביא שלום עליכם!!
שכח פארן אריינקומען גלייך מיט א שיינעם פתיחת השנירל זאכן וואס כ'האב נישט געוויסט

טרעפסט זיך אין הימל מיט @חבקוק אמאל?
אדער בכלל נישט. אין שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד, יעדער נביא האט אן אנדערע נשמה, נבואה, סגנון, און אן אנדערע מין הימל, און אן אנדערע סוג גאט. (כמ"ש בחז"ל בחור הוא, זקן מלא רחמים, וכדו')
 
עה, אפשר בגלגול אחר. חבקוק איז דאך דע קאול גיי. צדיק באמונתו יחי' און גיי האק א לעבן.

ווי זאגט ר"ד סעגאל, אמאל אלול האט מען געציטערט! היינט מלך'כט מען בשדה.

למעשה כאפ איך מיך יעצט פשט אין בין בגלגול זה בין בגלגול אחר, ווער זאגט דען אז יעצט ביניך בגלגול?

אלא מאי מיינט מען טאקע אונז, די צער-גלגול-מחילות'ניקעס, די ווירטואלע יונגאנטשעס, מיט די פאריקטע נעמען.

שעפטי איז אבער אלס בבית ה'. לחזו"ת בנועם ה'.
 
ווייל איך קען עם, די זעלבע סיבה וואס ער שרייבט נישט פאר די לעצטע עטליכע יאר אין קאווע שטיבל וועט ער נישט דא אהער קומען, באט יוא נעווער קנאוי.
אדרבה הלוואי קען @ברסלבער עס אויסקלארן.
בכלל דארף ווען די הנהלה האבן א איבערזיכט אויף די וואס שרייבן זיך איין מיט פאפולערע ניק נעמען
אז דו קענסט אים קענסטו דאך אים פרעגן צו ס'ער. נישט אזוי?
 
שלום עליכם, איך בין אן אלס ווייסער (אקעי, נישט ממש אלעס אבער כמעט אלעס), איך בין מער ליינער ווי שרייבער, יארן צוריק פלעגט איך אביסל שרייבן אויף קאווע שטיבל און בעפאר (אין די יונגע יארן) אסאך אויף אייוועלט, איך ווארט צו זען וויאזוי דיר זייטן דעוועלאפט זיך, דערווייל זעט אויס אז עס איז געגרונדעט געווארן מיט גוטע רצונות אבער דער UI איז מיר שווער קאמפעירט צו די אנדערע זייטלעך
 
גראדע זאגט רוב ציבור אז די UI איז דוקא זייער געשמאק. און אסאך געשמאקער ווי די אנדערע זייטלעך
עס איז אביסל בעסער אויסגעשטעלט פאר מאביל (איך געדענק ווען קאווע שטיבל האט פרובירט יארן צוריק און עס איז זייער נישט גוט געווען...) אבער למשל די בלעטער איז שווער צו זען, אשכולות פונדרויסן זעט אויס אביסל אוממסודר און נאך איטליכע קלייניגקייטן, עס קען זיין אז עס איז פשוט א געוואוינהייט פון די אנדערע זייטלעך און מיט די צייט וועל איך זיך שווערן אויף דעם לעיאוט...
 
איך גלייב אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען, איך ווען איך בין אריינגעקומען האט מיר אלעס אויסגעקוקט צופארן, יעצט האב איך עס בעסער ליב פון די אנדערע סייטס
 
איך גלייב אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען, איך ווען איך בין אריינגעקומען האט מיר אלעס אויסגעקוקט צופארן, יעצט האב איך עס בעסער ליב פון די אנדערע סייטס
איך האב נישט אויסגעהאלטן ק"ש וועבזייטל פאון לעיאויט. קרעמל'ס מיך א מחי'
 
אפשר קען מען מאכן אן אפפ פארן קרעמל?
כ'ווייס נישט ווי צו פרעגן..
 
שלום עליכם אהובי וידידי!
איך רוף מיך 'קליינע צדיק'ל'
איך בין שוין דא א קורצע וויילע אבער איך האב מיך געכאפט אז עס פאסט נישט
אז איך בין זיך נישט אריינגעקומען באגריסן דא מיט'ן עולם......

איך קוק ארויס צו ליינען מיט דורשט די מייסטער ווערק און מחשבת לב והמח און צוגעבן כפי היכולת
 
לעצט רעדאגירט:
דרייט זיך דא אזוי שטיל אונזער באליבטער @בְּתוֹךְ עַמִּי!!!

שלום עליכם! מאך זיך באקוועם! רוף זיך אהן! נישט נאר מיט לייקס 😂
 
אװדאי איז free speech די ציל דא און דאס דארף זײן דער יסוד פאר אלעם אבער אז מען באטראכט דער ratio פון הײמישע חסידישע content אױף קאװע שטיבל vs דיcontent פון קרעמל קומט דאס נישט צו
 
אװדאי איז free speech די ציל דא און דאס דארף זײן דער יסוד פאר אלעם אבער אז מען באטראכט דער ratio פון הײמישע חסידישע content אױף קאװע שטיבל vs דיcontent פון קרעמל קומט דאס נישט צו
איך בין צומישט וואס קומט נישט צו וואס ?
 
שלום עליכם @גראף כ'זעה גוט? געסטוך אזא ריק אריין אזוי אינמיטן די נאכט. ביסט אריין געקומען דא לעגאל מיט געהעריגע שריפטן? אדער האסטוך אריין געשווערצט ווי אונזערע זיידעס האבן געטוהן
 
שכח פאר באמערקן.
זיך אריין געשמוגלט אומלעגאל און ווארט נאך אויף מיין געלט קארטל פון נ.י.סיטי.
שוין. איך זעה דיך דא מיט די אנדערע לאנדסלייט און פיל שוין אסאך בעסער. גארנישט ווי א אימיגראנט נאר א תושב.
 
Back
Top