שלמה המלך און כלל ישראל האבן געפראוועט א יו״כ בּאַל

געטראפן, הגם ס'שטייט נישט ממש דאס.
 

בייגעלייגטע פיילס

ער זאגט אז די חסידים זענען נישט געוועהן זיכער צו ס'איז שוין נאכ'ן זמן צאת הכוכבים און מ'קען שוין אויספאסטן, האט ער געזאגט אז ער זעהט אז די טויערן זענען שוין פארשלאסן ממילא פארשטייט ער דערפון אז ס'איז שוין נאכ'ן זמן.
 
כ'האב טאקע אמאל געהערט בשם איינע פון די פריערדיגע צדיקים אז ס'איז געווען ספק נאכט, און אויף דעם ארויף האט ער עס געזאגט (איך האב עס נאר געהערט אויפן בארדיטשעווער, אבער דא שטייט קלאר אז ס'איז דער ר"ר מענדלע).
 
ליין איבער. על פי הלכה איז קלאר נאך געווען טאג, נאר אין הימל האט מען שוין גענדיגט יום כיפור. נאר אזוי שטימט זיין פשט ווי אזוי אהרן און די זקנים האבן געגעסן - אין 'הימל' איז מען שוין פארטיג געווארן מיט כיפור.

אגב, דאס איז געווען גלייך נאך וואס ר' מנחם מנדל האט געזאגט "וכך הייתי אומר"...
 
געטראפן, הגם ס'שטייט נישט ממש דאס.

שוין, דארף מען שוין וויסן ווי קראנט דער ספר איז, ער דערציילט נאר עפעס וואס ער האט געהערט ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. כ'מיין אז די מעשה האט געקענט פארציילט ווערן בימים ההם איז די עיקר רבותא דא, די מעשה כמות שהוא איז גאנץ זיכער נישט ריכטיג.
 
עס זענען דא נאך מעשיות ווי רבי מ"מ האט זיך געפירט שלא כהלכה, ממילא לכאורה ליגט עפעס אמת צווישן די אלע מעשיות.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241016_133902_Chrome.jpg
    Screenshot_20241016_133902_Chrome.jpg
    638.3 KB · געזען: 49
צום עצם קעפל, איך ווייס נישט צי דער שרייבער האט דאס געמיינט, אבער אנהייב די צוואנציגסטער יאר הונדרעט פלעגט זיין שטארק פארשפרייט די געדאנק פון א 'יום כיפור באל' צווישן די סאציאליסטישע אנטי רעליגיע שטורמענגן וואו מען פלעגט זיצן און עסן און הערן לעקציעס איבער די שעדליכקייט פון רעליגיע צום מענטשהייט (די אפיום פון די מאסן, כלשונם).

אין אויב רעדט מען פון די אנדערע סארט 'באל' דארף מען וויסן אז עבירות שבין אדם לחברו אין יום הכיפורים מכפר...
 
עס איז געווען נבואה דעמאלטס, איז מסתמא עס אויך געווען עפ"י ציווי ה', פארוואס דארף מען טראכטען אז ס'איז געוועהן בעבירה און מען האט געדרייט מיט די רולס ?
פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?
 
פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?
@א איד די גמרא זאגט דאך קלאר (אזוי זאגט ר׳ יוחנן) אז זיי האבן געפילט גילטי (זעה די לינק אנהייב פון דעם שנירל)
און ס׳נישט געווען קיין ציווי
די בת קול איז געקומען לאחר המעשה!
 
@א איד די גמרא זאגט דאך קלאר (אזוי זאגט ר׳ יוחנן) אז זיי האבן געפילט גילטי (זעה די לינק אנהייב פון דעם שנירל)
און ס׳נישט געווען קיין ציווי
די בת קול איז געקומען לאחר המעשה!
אזוי שטייט טאקע , אבער די גמרא איז עס מטעים אז זיי האבן א דרוש מיט א קל וחומר דאורייתא, אז יענעם יום כפור, ווען עס איז גיוועהן דער גמר בנין בית המקדש , האט עס דוחה גיוועהן דעם מצוות לא תעונה פון יום כפור, אין מען האט גיגעסן בהיתר,
נאר א קל וחומר, איז אדם דן מעצמו, עס איז נישט א נבואה, איז גיוועהן אזעלכע וואס האבן זיך גיקלערט אפשר האט די קל וחומר א פירכא, ווייל די הלכה איז דאך אז משיבין על הדין - א קל וחומר קען האבן א פירכא, איז ארויס א בת קול צו זאגן אלעס איז אהקעי. והכל על מקומו יבא בשלום
 
ר׳ מענדעלע רימאנאווער איז געווען פרומער פון שלמה המלך און כלל ישראל און פון ר׳ יוחנן וואס דערציילט די מעשה אין די גמרא, ווייל ער האט עס געטון נאר נאכ’ן האבן די הכשר! (און ש״ה און כ״י האבן עס געטון לייכטזיניגערהייט און נאר לאחר המעשה האבן זיי געפילט גילטי און געזוכט בארעכטיגונג- ערשט נאך סוכות, נאך 14 טעג partying!)

https://kraimel.community.forum/threads/hsydym-tr-tn-wyp-dy-twrh-wbdwt-wsypwrym.2206/post-67167
 
האסט נישט אויסגעהערט די רבי אין חדר
הלוואי.
ליידער צום באדויערן בין איך געווען דער גרעסטער מתמיד במשך אלע חדר און ישיבה יארן.
אדרבה לאָמיר נעמען א סערוועי.
1. וויפיל קרעמלערס אונזערע האבן דערפון געהערט פריער?
2. וויפיל האבן דאס געהערט יונגערהייט?
 
לעצט רעדאגירט:

שוין, דארף מען שוין וויסן ווי קראנט דער ספר איז, ער דערציילט נאר עפעס וואס ער האט געהערט ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. כ'מיין אז די מעשה האט געקענט פארציילט ווערן בימים ההם איז די עיקר רבותא דא, די מעשה כמות שהוא איז גאנץ זיכער נישט ריכטיג.
די מעשה איז זיכער יא אמת. ווי @אלעזר האט ריכטיג אנגעצייכנט אז דאס שיינט ווי א מגלה טמירין מעשה. חסידים וואָלטן קיינמאל נישט ממציא געווען אזא אפיקורסישע ראַדיקאַלע מעשה.
על אחת כמה וכמה ווען דער מספר איז נישט קיין אנדערער ווי (א קרוב משפחה מיינער) דער בוקאָווסקער רב און רבי דער זון פון רבי דודל דינאָווער און אייניקל פון בני יששכר
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1759099837012.webp
    1759099837012.webp
    7.3 KB · געזען: 15
Back
Top