Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס איז געווען לפי ידיעתי דער אפטער.אגב, דאס איז געווען גלייך נאך וואס ר' מנחם מנדל האט געזאגט "וכך הייתי אומר"...
אמת, עס איז אויך דא אזא סיפור אויף דער אפטער רב. אבער אין 'עטרת מנחם' ווערט עס געברענגט אויף רבי מ"מ.
פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?עס איז געווען נבואה דעמאלטס, איז מסתמא עס אויך געווען עפ"י ציווי ה', פארוואס דארף מען טראכטען אז ס'איז געוועהן בעבירה און מען האט געדרייט מיט די רולס ?
@א איד די גמרא זאגט דאך קלאר (אזוי זאגט ר׳ יוחנן) אז זיי האבן געפילט גילטי (זעה די לינק אנהייב פון דעם שנירל)פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?
אזוי שטייט טאקע , אבער די גמרא איז עס מטעים אז זיי האבן א דרוש מיט א קל וחומר דאורייתא, אז יענעם יום כפור, ווען עס איז גיוועהן דער גמר בנין בית המקדש , האט עס דוחה גיוועהן דעם מצוות לא תעונה פון יום כפור, אין מען האט גיגעסן בהיתר,@א איד די גמרא זאגט דאך קלאר (אזוי זאגט ר׳ יוחנן) אז זיי האבן געפילט גילטי (זעה די לינק אנהייב פון דעם שנירל)
און ס׳נישט געווען קיין ציווי
די בת קול איז געקומען לאחר המעשה!
פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?
הלוואי.
די מעשה איז זיכער יא אמת. ווי @אלעזר האט ריכטיג אנגעצייכנט אז דאס שיינט ווי א מגלה טמירין מעשה. חסידים וואָלטן קיינמאל נישט ממציא געווען אזא אפיקורסישע ראַדיקאַלע מעשה.שוין, דארף מען שוין וויסן ווי קראנט דער ספר איז, ער דערציילט נאר עפעס וואס ער האט געהערט ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. כ'מיין אז די מעשה האט געקענט פארציילט ווערן בימים ההם איז די עיקר רבותא דא, די מעשה כמות שהוא איז גאנץ זיכער נישט ריכטיג.
על אחת כמה וכמה ווען דער מספר איז נישט קיין אנדערער ווי (א קרוב משפחה מיינער) דער בוקאָווסקער רב און רבי דער זון פון רבי דודל דינאָווער און אייניקל פון בני יששכר
