- זיך איינגעשריבן
- מאי 23, 2024
- מעסעדזשעס
- 228
- רעאקציע ראטע
- 1,057
- פונקטן
- 223
פאר די שטאטישע יודן וואס די ב"ב זענען אין קאנטרי, איז די נאכטמאל א סוגיא פאר זיך. כוואלט זיי איינגעטיילט אין 3.
מאנכע "גייען ארויס" צו טייערע רעסטוראנטען בדיבוק חברים און האקן א לעבן. איך האב עס נישט מיטגעהאלטן לייוו אבער איך הער אז די מאנהעטן אפסקעיל פרעס הייזער זענען דזשעם פעקד אין די זומער.
די צווייטע כיתה גייען צו די שטאטישע עס פלעצער - וואו מ'ברויך וועלן צווישן א טשיקן באדעם אדער א טשיקען סטעיק (וואטעווער דעט מיענס) - אבער בדיבוק חבירים וואו דאס עסן איז מער אזא פארברענג. זארג נישט, ס'איז צוגעשטעלט בהמה אויך פאר די רייט פרייס.
ווידער זענען דא וואס זיצן אליינס און קומען נאר לשם עסן. דאס איז מער שכיח ביי מיטל יעריגע מענטשן. ביי יונגעלייט איז עס ע"פ רוב די וואס זענען נישט אזוי סאשעל.
כ'ווייס נישט וויאזוי אנדערע פון כת ג' פילען, אבער פאר מיך איז עס א היפשע ציפ. כ'וואלט אויך געקענט באשטיין צו פארברענגען מיט שמועסן און לאכן נאך א טאג ארבעט. אבער וואס זאל איך טון איך בין נישט אזא סאשעל טייפ, און קיינער (וואס גייט עסן ביי די פלעצער) איז נישט אזוי נאענט צו מיר צו אינווייטן. און זיך אליין אינווייטן איז בושות.
וואס וויל איך דא ארויסברענגען?
קודם בין איך נייגעריג וויפיל פראצענט זענען אין יעדע כת.
2. וויאזוי קוקסטו אהן איינער וואס זיצט אליין.
3. וויאזוי וואלסטו ריעקטעד ווען איך פרעג דיך וואו דו גייסט עסן.
4. אז דו קענסט טון א גרויסע חסד מיט אינווייטן אזא איינער (קען זיין אלס א דריטער). און זייער מעגלעך אז דו וועסט אויך הנאה האבן.
5. אפשר קען איך טרעפן דא איינער זיך צו צאמפארן?
א הארציקע אפעטיט...

לעצט רעדאגירט: