שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם ברידער!

ווי שטארק איך וויל אז זאלסט דא שרייבן וויל איך נאכמער אז זאלסט האבן א גוט לעבן!

יעדער האט א גוט לעבן ערגעץ אנדערש

איינער האט א גוט לעבן מיט פארמאכטע אויגן און לעבט ווי א קינד נפשי כגמול עלי אמו!
א צווייטער שפירט אז ער דארף ערוואקסן ווערן און עכ"ז געוואר ווערן אן אופן פון א גליקליך לעבן!
זיי זיכער מיט זיך אויב דו ווילסט עלטער ווערן, ווייל דאס איז דער פרייז פון זיכן דעם אמת.

אמונה אין באשעפער איז נישט קיין טשויס וואס מ'קען זיך צווינגן, ס'איז אן עקספיריענס.

יעדע מענטש האט זיך זיין אמת, זיין וועג וואס ארבעט פאר אים. מיט פרייהייט פון ווארט וועסטו נישט געוואר צו ווערן 'דעם אמת' איבער אמונה, וועסט באקומען גענוג אנפאו צו קענען וויסן 'דיין אמת'.

יהי רצון זאלסט האבן א לעכטיגן לעבן פיל מיט עונג ושמחה אמן!
 
טענקס פאר די אויפנאמע. אנטשולדיגט פארן נישט גלייך אריינקומען דא.

בעצם בין איך א מבקש האמת, ווי כמעט יעדן דא. נאר מיט איין חילוק - ווי נאר איך געפין אויס די אמת, פוץ איך אפ פון דא. דערווייל איז מיר נישט אזוי באקוועם דא, רוב עולם רעדט נישט ממש מיין שפראך, אבער וואס זאל איך טוהן אז דא איז דער איינציגסטער פלאץ אויפ'ן אידישן מארקעט וואו פרייהייט פון ווארט ווערט אינפארסירט?

סא, באמת א שכוח פאר'ן שענקען דעם פלאטפארמע. איך האף נאך אויסצוקלארן אפאר ענינים אין אידישקייט דא, און דאן וועל איך מיך געזעגענען - מיט א שווער הארץ.

העלאו @מרחשון, אונז האמיר נאך באמת א תשרי צו גיין ביז מיר וועלן דעגרייכן דיינע פיסטריט. אבער אויף דערווייל קענען מיר זיך לערנען איינער פונעם צווייטן בדרכי נועם.

איך בין @אלפא (נישט קיין אטעאיסט..), עס איז אונז א כבוד דיר צו האבן דא!

איין כלל אין אזעלכע מקומות ווי דא. די עולם האט דא טאקע ליב טענה'רייען און דיסקוסיעס, אפענערהייט פארשטייט זיך, פלאכע ווי טיפע נושאים צוגלייך, פאליטיק ווי ראמאנס, אמונה ווי סעקולאריזם, און לשון הרע ווי מוסר. אבער אויב קומט מען אריין בכונה אויפצו-ווייזן אדער צו גיין הארט דאן איז די ערשטע וואס צוקלאפט זיך דער מדבר אליין. מ'דארף אריינקומען ווייכערהייט צו פארשטיין און צו מסביר זיין צו אויסהערן און צו קונה זיין בדיבוק חברים, און דאן וועט מקוים ווערן דעם דברי חכמים בנחת נשמעים מיט אסאך אידיש נחת...

ברכה און הצלחה, מיר האפן דו וועסט קענען אסאך צוגעבן דא אן זיך דארפן וויי טון פונעם 'אמת' ווי דו זאגסט.
 
א גוט יאר טייערע חברים,
איך וויל מיך היינט פאָרשטעלען פאר אייך.
איך בין א שטילע אינגערמאן, אסאך קונה געווען אין ק"ש נישט היינט געדאכט.
איך בין זייער ציפרידען צי זיך געפינען דאָ צווישען אזעלעכע גדולי עולם!
 
שלום עליכם @איש עברי
האסטוך געגעבן אזוי א שמוגעל
אריין דא אין קרעמל אזוי מיר נישט דיר נישט ווי א נחבא אל הכלים, ביסט דוקא געקומען אין אזא צייט ווען דער עולם איז פארנומען?
@שעפטאל ! איכה? נעם די מייק אין דיין האנט און נעם אויף אזא חשוב'ע גאסט אזוי ווי ס'פאסט
 
יא יא שלום עליכם @איש עברי!
יהא בואכם לברכה!
ס'איז אונז אלע א כבוד און געווינס צו האבן דער @איש עברי וואס זאגט דעם אמת נגד כל העולם כולו!
--

@דער גאלדענער אדלער וואס זאלעך דיר זאגן, שעפטי ווארפט זיך פונעם יום הדין, ער פליט צו ר' נחמן, פון דארט צום כותל, און צום הייליגן ר' שמעון.
כולא האי ואולי יחוס עם עני ואביון! אולי וועט מען ענדשויען אונזערע 'ימים נוראים' טראדיציע!

ער גרייט זיך מיט סליחות וואס גאט ברוך הוא האט שוין נישט געהערט פאר א לאנגע צייט.
סליחות - מ'איז מוחל דעם באשעפער פאר אלע זיינע עבירות. (כמ"ש חז''ל הביאו עלי כפרה)
סליחות - מ'איז מוחל זיך פאר אלע שוואכקייטן און טעותים. מ'פארגינט זיך א גוט יאר. מ'טראכט מען ווי אזוי קען איך מער הנאה האבן בגוף ובנפש. (ככתוב מבשרך אל תתעלם, וטוב לב משתה תמיד)
סליחות - מ'הערט אויף נעמען אחריות און שולד אויף וואס איז דעם באשעפער'ס שולד (ככתוב ואשר הרעותי)

במילא, בינעך נישט אינגאנצן פאר'קרעמלט דעי טעג. ס'קומט נאך בעז"ה א פרישע ווינטער, אבער ביז דאן זאלט עטץ ביטע טון דעם קירוב און חיזוק. ווי נישט ווי איז שעפטי באלד אן אלטע קאקער קרעמל קען נישט ווארטן אויף זיין חיזוק.

לאנג לעבן זאל פרייהייט פון ווארט!
 
מ'איז מוחל דעם באשעפער פאר אלע זיינע עבירות. (כמ"ש חז''ל הביאו עלי כפרה)
מענין לענין איז כדי ארויפצוברענגן דעם באקאנטן ארטיקל פון אונזער חשוב'ער און אלעם באקאנטן ידיד און שריפטשטעלער @הוגה וועלכעס ער האט געשריבן אין ק"ש
די עבודה פון מוחל זיין גאט - קאווע שטיבל
 
אויב קומט מען אריין בכונה אויפצו-ווייזן אדער צו גיין הארט דאן איז די ערשטע וואס צוקלאפט זיך דער מדבר אליין.
אויב האסטו פארשטאנען אז איך וויל עפעס אויפווייזן, האסטו מיר פאלש פארשטאנען. לאמיר אבער נישט פארדרייען דעם שנירל.
 
מענין לענין איז כדי ארויפצוברענגן דעם באקאנטן ארטיקל פון אונזער חשוב'ער און אלעם באקאנטן ידיד און שריפטשטעלער @הוגה וועלכעס ער האט געשריבן אין ק"ש
די עבודה פון מוחל זיין גאט - קאווע שטיבל
א מורא'דיגן אשכול. ייש"כ פארן צוצייכענען, הפלא ופלא! הפלא ופלא! ס'איז מורא'דיג.
 
שלום עליכם אלע חברה דעיס איז פיין איך שטוין פין די פאסעטיוועטי דא אלעס איז רואיג אין גיט יעדער איז עקסעפטעט wow דיס איז סאמטינג שפעשאל
ישר כח פאר יעדעם
 
עליכם השלום!
והשתא דאתית להכא ביטע נעם דיין קיבארד און נעם דיך צו שמייסן
יא יא.

די פלאץ קוקט אויס זייער וועלקאמינג.

אויף קאווע שטיבל פלעג איך מוראה האבן צו זאגן א ווארט. וואס מען האט געזאגט איז מען גלייך געווארן אטאקירט.
 
מיין נאמען איז מענדל בער
איידער איך שרייב דא געב איך זיך א קלער
וואס קען איך צו ברענגען צום טיש דא אהער

א נייע פארם א קרעמל גאר געשמאק
אויף יעדע נושא איז שוין דא א תג
גאר רייכע ווערג טוט זיך פאר מיינע אויגן אנטפלעקן
ליינענדיג די בלעטער ממש זיך צו באלעקן

אלזא לאמיר די ארכיוון ארויסשלעפן
און ווייטער ליינען און זיך דערקוויקן

א גיטן טאג
 
מיין נאמען איז מענדל בער
איידער איך שרייב דא געב איך זיך א קלער
וואס קען איך צו ברענגען צום טיש דא אהער

א נייע פארם א קרעמל גאר געשמאק
אויף יעדע נושא איז שוין דא א תג
גאר רייכע ווערג טוט זיך פאר מיינע אויגן אנטפלעקן
ליינענדיג די בלעטער ממש זיך צו באלעקן

אלזא לאמיר די ארכיוון ארויסשלעפן
און ווייטער ליינען און זיך דערקוויקן

א גיטן טאג
אין די פרעגסט נאך
׳׳וואס קען איך צו ברענגען צום טיש דא אהער׳׳
 
Back
Top