שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

ברוכה הבאה @ריקי רויז!!!
דער עולם דא האט הנאה פון דיינע הערליכע ניגונים
עס איז אונז א גרויס כבוד אז דו דשוינסט קרעמל!

מאך זיך היימיש און באקוועם!
WOWOW
שלום עליכם!!

איך האף שטארק אז דו וועסט מהנה זיין די עולם דא!!
 
די פרידאם צי קענען ארויפקימען דא און קרעמל מיט די אייגענע נאמען און פנים איז מורא'דיג
הלוואי אויף מיר געזאגט!
 
עס איז טאקע באגריסנד די וואס לעבען אויף א וועג וואס ערלויבט זיי ארויף צו קומען מיט די עכטע נאמען און בילד. אבער איך וואלט נישט אויפגעגעבען אויף אנדערע קאמפערטס וואס איך האב, פאר די אינדזשוימענט פון קענען ארויף קומען מיט מיין גאנצע בילד, און נאמען.
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם @המגיד מדובנא
מיט אזא משל פונעם עולם המשל אליין!

שלום עליכם @זקן ממרא מיט אזאנע קרעכצן ווי דער זקן ממרא וואס איז חייב מ...

דערעולם קומט אריין קלאר מיטן גאנצן קנאק!!!
מאכט אייך היימיש און באקוועם!
 
קאווע שטיבל פלעגט פארלאנגען א שטיקל self expression ביים זיך איינשרייבן.

קרעמל לויפט בכלל נישט אויפן דרך פון קאנטראל. יעדער קען ליינען קאמענטירן אדער פשוט בלייבן שטיל.

אבער צום ווייניגסטענס אפשר איז גוט פאר די נייערע ניקים וואס שרייבן יא, צו זיך ארויסברענגען אין קורצן וואס האט אייך געברענגט דא און וואס איז אייער אינספיראציע, אינטערעסע אד"ג...

איך זיך פשוט צוריקצוברענגען די ווארעמקייט און היימישקייט וואס האט אביסל נאכגעלאזט.

(ס'איז דא ב"ה אסאך נייע שרייבער מיט פארשידנארטיגע דעות, וואס קען אמאל מאכן פארלירן די געמיינזאמער ציל צו פארברענגען אן צענזור, מיט פאַרשידענע פערספעקטיוון וואס זענען אלע וועלקאם.)

איך ווייס נישט צו איך מאך סענס... 🤷🏻‍♂️
פאר אלע נייע ניקים (גאר אסאך די לעצטע פאר וואכן)

דער עולם איז נייגעריג ווי האט איר געהערט פון קרעמל, און וואס אינטערעסירט אייך דאס מערסטע...

יהא בואכם לברכה
 
כ'הייב שוין אהן טראכטן פון זיך איינשרייבן פון פריש מיט נאך א ניק נאר צו באקומען אזא ליבליכן שלום עליכם פון אונזער @מר שושני 😍
 
האט מיר א אינגערמאן אמאל דערציילט אז ער האט א דיעל מיטן אשת חבר הגם ס'בעסער אז ביידע זאלן זיין גוט אויסגערוהט און אריין לייגן כוח פון שמחה אין שטוב, איז די כלל אז "אלעמאל מיז כאטש איינער פון אונז זיין אויסגערוהט". ווייל אזוי קען יענער אריינבלאזן א רוח פון שמחה און פאזעטיוועטי אין שטוב.

@מר שושני דיעל? 😍
@חוקר ודורש
😀
 
ס'קיינמאל נישט געווען מיין דשאב מער ווי זיינס אדער דיינס 😍

ואהבת לרעך כמוך איז פאר יעדעם צוגלייך ❤️
הונדערט פראצענט גערעכט

נאר דו פלעגסט עס מאכן, און היינט מאכט עס @מר שושני.
אבער ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, יעדער פון אונז דארף עס מאכן...

איך בין פשוט א בעל גאווה איך קען עס נישט מאכן... 🤦
 
איך זע ביסט נישט אזא גרויסע בעל גאווה, אז דו טיילסט לייקס אינגרויסן...
1. עס קאסט מיך גארנישט
2. איך זעה נישט אין דעם קיין גרויסע זאכן, איך זעה נאר אז די עולם בעהט זיך נאך דעם געב איך...

איך למשל קוק נישט אויב מהאט מיך געלייקט צו נישט, איך האב געזאגט מיינס און איך גיי ווויטער, די אפשען פון באקומען א מעלדונג ביי יעדע לייק איז אויסגעלאשן ביי מיר, מילא בין יא א בעל גאווה....
 
Back
Top