שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

ווי זאל מיר זיך אהין טוהן
ס'איז געקומען דער רבי פון @לובלין
א חוזה, א רועה, א מלמד, א מורה
ער וועט אונז האפנטליך לערנען זיין תורה
הימל ערד, נאכט טאג, קיין גרעניץ איז נישט געווען צום האבן, ליכטיגע שטערן, בלאסע לבנה שיין, אלעס האט ווי א דיאמאנט געבליטשקעט, אבער לעבן מיר נאך שענער ווי אלצדינג האט זי געשיינט, מיין רבקה'לע...

איר בלאנדע האר, כמעט שניי - ווייס אין די קאלטע שניי, בלויע טיפע אויגן, א צערטליכע געזיכט, אה. אזא שיינקייט!

מיר שטייען ביים טייך, צווישן א וועלדל אין די פארשטאטן פון לובלין, אירע ליכטיגע אויגן איז אומזעעבאר מחובר מיט מיינע אויגן, און דאס לעבן צוזאמען לויפט אונז דורך ווי א פילם, אלעס דערמאנט מען זיך. דאס ערשטע באגעגעניש דארט ביים עק שטאט, ווען יענטע דער שוחט'ס ווייב האט אונז כמעט געכאפט זיך פארליבן, און מיר האבן זיך דאן באהאלטן צווישן די גראזן און שמעקעדיגע היי.

די אויגן בליקן ווייטער מיט א בלויע צויבערישע קראפט, מען דערמאנט זיך דאס ערשטע קוש, ווען אירע ראזע דינע ליפן האבן זיך אנגעטראפן מיט מיינע, און א ספיריטואלע קשר איז געגרינדעט געווארן, באגלייט מיט א ווארעמע ארומנעמונג.

מיר האבן לאנג לאנג באהאלטן אונזער קשר פון פרעמדע מיילער, אפילו מיר האבן חתונה געהאט צו אנדערע ווייל אונזערע עלטערן האבן נאר געוואלט פארעהרן שרי'קא דער שדכנ'טע, וואס האט זיך געשוואוירן ביי אלע הייליגע אז איך מיט קריינטשע איז ס'בעסטע שידוך. אבער מיר פארברענגען נאך פונקט ווי די אלטע גוטע טעג, אין די באהאלטענע וועלדער און שטויביגע בוידעמעס.

אהה עפעס האסטו גערעדט פון די צדיקים פון לובלין...? טאקע געווען גרויסע מענטשן...
די בעש''ט זאגט אז פונקט ווי אין יעדן מארק זעהט מען אלע סארטן סחורה, אזוי אויך איז אין יעדן שטעטל פארהאן אלע סארט אידן.
און ווי יענער גוטער איד האט געזאגט, א שטעטל וואס האט נישט קיין רשע האט אויך נישט קיין צדיק... ווי ר' נחמן שרייבט אויך, אז כדי א שטאט זאל האבן א צדיק דארף די שטאט האבן אויך פשוט'ע אידן, אלזא...

שושני יישר כח פאר די אויפנאמע, כ'בין אלס געווען א שטענדיגע ליינער. דאנק גאט אז כ'בין איצט געווארן א חלק פון די קרעמל קהילה צו לאנגע געזונטע יארן אי''ה!
 
שלום עליכם @פרומער
1100 מעמבערס איז א חידוש
זאל זיין ווינטער צו זומער
זאל חכמה און מדע שפריצן אין אידיש

הללויה פאר דער @פרומער
הללויה פאר דער @אפיקורוס
הללויה פאר ווער נאר אימער
הללויה פאר @הק' כהן גדול מיטן קטורת

הללויה פאר דעם פשוט'ן @תמים
הללויה פאר דעם @אפענע קאפ
הללויה פאר די וואס טענה'ן ווי חכמים
הללויה פאר די וואס מישן קאשע אין טאפ

הללויה פאר @חוקר ודורש
הללויה פאר @גאליציאנער
הללויה פאר דער לינקע שונה ופורש
הללויה פארן רעכטן אמעריקאנער

צום ווידערזעהן ביי 1200.
דיינע טאלאנטן זענען אויסערגעווענטליך @שושני
א גרויסן דאנק פאר׳ן אונז מהנה זיין אין אזויפיל אופנים 🙏
 
הימל ערד, נאכט טאג, קיין גרעניץ איז נישט געווען צום האבן, ליכטיגע שטערן, בלאסע לבנה שיין, אלעס האט ווי א דיאמאנט געבליטשקעט, אבער לעבן מיר נאך שענער ווי אלצדינג האט זי געשיינט, מיין רבקה'לע...

איר בלאנדע האר, כמעט שניי - ווייס אין די קאלטע שניי, בלויע טיפע אויגן, א צערטליכע געזיכט, אה. אזא שיינקייט!

מיר שטייען ביים טייך, צווישן א וועלדל אין די פארשטאטן פון לובלין, אירע ליכטיגע אויגן איז אומזעעבאר מחובר מיט מיינע אויגן, און דאס לעבן צוזאמען לויפט אונז דורך ווי א פילם, אלעס דערמאנט מען זיך. דאס ערשטע באגעגעניש דארט ביים עק שטאט, ווען יענטע דער שוחט'ס ווייב האט אונז כמעט געכאפט זיך פארליבן, און מיר האבן זיך דאן באהאלטן צווישן די גראזן און שמעקעדיגע היי.

די אויגן בליקן ווייטער מיט א בלויע צויבערישע קראפט, מען דערמאנט זיך דאס ערשטע קוש, ווען אירע ראזע דינע ליפן האבן זיך אנגעטראפן מיט מיינע, און א ספיריטואלע קשר איז געגרינדעט געווארן, באגלייט מיט א ווארעמע ארומנעמונג.

מיר האבן לאנג לאנג באהאלטן אונזער קשר פון פרעמדע מיילער, אפילו מיר האבן חתונה געהאט צו אנדערע ווייל אונזערע עלטערן האבן נאר געוואלט פארעהרן שרי'קא דער שדכנ'טע, וואס האט זיך געשוואוירן ביי אלע הייליגע אז איך מיט קריינטשע איז ס'בעסטע שידוך. אבער מיר פארברענגען נאך פונקט ווי די אלטע גוטע טעג, אין די באהאלטענע וועלדער און שטויביגע בוידעמעס.

אהה עפעס האסטו גערעדט פון די צדיקים פון לובלין...? טאקע געווען גרויסע מענטשן...
די בעש''ט זאגט אז פונקט ווי אין יעדן מארק זעהט מען אלע סארטן סחורה, אזוי אויך איז אין יעדן שטעטל פארהאן אלע סארט אידן.
און ווי יענער גוטער איד האט געזאגט, א שטעטל וואס האט נישט קיין רשע האט אויך נישט קיין צדיק... ווי ר' נחמן שרייבט אויך, אז כדי א שטאט זאל האבן א צדיק דארף די שטאט האבן אויך פשוט'ע אידן, אלזא...

שושני יישר כח פאר די אויפנאמע, כ'בין אלס געווען א שטענדיגע ליינער. דאנק גאט אז כ'בין איצט געווארן א חלק פון די קרעמל קהילה צו לאנגע געזונטע יארן אי''ה!
Wow אונז האמער באקומען א קאנאן!!
 
שלום עליכם @גרויסע סייענטיסט!!

איך הער זאגן אז ביי צפונית מזרחית פון אונזער קרעמל, דארט ביים וויסנשאפטלעכן ווינקל, גייט ער אנהויבן פארלערנען טעגליכע שיעורים אויף בייאכעמיע און ניורא-פיזיאלאגיע.
 
א גוט יאר הרב @חזן. קרעמל האט שוין פון לאנג געזוכט א ספעציעלע חזן פאר די קהילה.

איר קענט זיך אינטרעדוסן פארן ציבור דא אין שנירל, אדער אין שנירל איבער חזנים.
'קורצע ביאגראפיעס איבער חזנים'
 
@yossi שלום עליכם
ביסט אריינגעקומען פרוש (כ'האב נאר יעצט באמערקט 🫣)
פונקט ווי דעם יוסי אינעם געהריגען קופקע, ער קומט אריין און דשוינט דעם שמועס אהן קיין איבריגע קאמפליקאציעס! 😍
 
ווייל איך קום נישט אן אדער האב נישט די כוחות צו אנטפאנגען יעדן פערזענליך, מיינט נישט אז קרעמל וואקסט נישט.

1000487225.webp

עס קומען צו ממש טעגליך נייע מעמבערס צו די קרעמל קהילה.
@שוחט @רב @דיין @פרנס @נגיד @מזרח איד @פאליש איד זענען נאך עוועילעבל.

@ראש הקהל איז שוין דא ב"ה.
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם וברוכים הנמצאים!

איך האף צו שטיין לעז"ר ולסיוע, צו אביסל אראפנעמען די עול פון די געטרייע מאדערעטאר'ס און סטעף מעמבער'ס, און שטיין צו זייער רעכטע האנט העלפנדיג באקוועמער מאכן די 'קרעמל' פאר אלע קרעמלער - להגדיל תורה ולהאדירה.
 
א דאנק הייליגער עוזר!
 
כ'געב דיר שוין א ייש"כ למפרע פאר דיין ארבייט וואס דו גייסט טוהן פאר אינזער קהילה ישלם ד' פעלך ותהא משכרתך שלמה
 
דער @זיסע נשמה'לע איז גאר @פאפולער
דער @פויליש אינגערמאן קומט פארקויפן @אביסל פון אלעס
דער @דעבאטירער פארקויפט דיר דעם @וואשינגטאן בריק

וועלקאם אבאורד
מיט געהויבענע פויסטן, בליצנדע אויגן, סטראשענדע מינע, combat ready פאזיציע, טוה איך דיר צוריקוואונטשן...
רעדי צו דעבאטירן?

עה, חלילה. איך קום נישט דא דעבאטירן אדער זיך שלאגן. כ'בין סייווי צו איידל דערפאר, און וועל פאלן א קרבן נאך איידער'ן זיך אנטוהן די שווארצע הענטשוך.
אויף אזא שנעלע wellcome האב איך זיך כלל נישט געריכט. נאך פאעטיש און אבסורד דערצו...
 
א גוטן אייך אלע, האמת אגיד, איך ווייסט נאכנושט גענוי וואס איך זיך דא, אין די נושא פון פארומס בין איך א rookie במלוא מובן המלה (געליינט האב איך שוין גאר אסאך אבער רעדן קיינמאל...)און סתם אויפצוהייבן מיין קול און רעדן פאר א אומבאקאנטע ציבור ברויך איך עטליכע גלעזלעך פליסיגע קוראזש אין א געווענליכע טאג אבער שוין... ס'לעבן האט זיך אנגעשטויסן אין א לאנגווייליגע מינוט האמיר געמאכט דעם באשלוס צי נעמען דעם leap of faith און זען וואס וועט געשען, איך האף צי קענען לערנען פארברענגען און אפשר אויסלערנען פאר אנדערע אביסל פון אלעס (pun intended כי כי, כאפסט?!?!) בקיצור, שוין. זעמער דא.

נ.ב. אויב זעסטו סיי וואספארא גראמאטישע / שפראך / ספעלינג מיסטעיקס אין מיינע מעסעדזשעס וועל איך באמת דאנקבאר זיין אויב די קענסט מיר אויפמערקזאם מאכן, איך ווייס אז מיין אידיש שרייבן צריך תיקון גדול. וואס זאל איך טוהן אז ענגליש האט מיר געצויגן מער ווי מאמע לשון אין חדר?!
 
מיט געהויבענע פויסטן, בליצנדע אויגן, סטראשענדע מינע, combat ready פאזיציע, טוה איך דיר צוריקוואונטשן...
רעדי צו דעבאטירן?
א גוטן אייך אלע, האמת אגיד, איך ווייסט נאכנושט גענוי וואס איך זיך דא, אין די נושא פון פארומס בין איך א rookie במלוא מובן המלה (געליינט האב איך שוין גאר אסאך אבער רעדן קיינמאל...)און סתם אויפצוהייבן מיין קול און רעדן פאר א אומבאקאנטע ציבור ברויך איך עטליכע גלעזלעך פליסיגע קוראזש אין א געווענליכע טאג אבער שוין... ס'לעבן האט זיך אנגעשטויסן אין א לאנגווייליגע מינוט האמיר געמאכט דעם באשלוס צי נעמען דעם leap of faith און זען וואס וועט געשען, איך האף צי קענען לערנען פארברענגען און אפשר אויסלערנען פאר אנדערע אביסל פון אלעס (pun intended כי כי, כאפסט?!?!) בקיצור, שוין. זעמער דא.

@דעבאטירער ווילסטו אריינקומען מיט א קאונטער ארגומענט צו וואס @אביסל פון אלעס האט נארוואס געזאגט?

אויב האלסטו נישט דערביי בין איך דיר גרייט צו דעבאטירן דערויף... :)
 
איין רגע, לאמיר די הענטשוך אנטוהן, דעם פאדיום אוועקרוקן - פאקוס, פאקוס, דעבאטירער דו האסט עס - נישט זיך שרעקן, נישט זיך פארכטן, אטעם אריין און ארויס, קוק אים אין די אויגן אריין, אזוי! ניין, נישט קיין גוטע איידיע געווען, קוק אוועק. אזוי. קוק אויפ'ן עולם, הער די וואיען, דערהער די יובל געשרייען, נעם אריין די חיזוק, און:

"איך האלט נישט דערביי!!!"

נו? וויאזוי קאנטער-דעבאטירסטו דערמיט, הא?
 
Back
Top