שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם.

מיין נאמען איז שמחה פאלאק, א ברודער פון גדי פאלאק, אנדערש פון מיין ברודער בין איך אייביג בשמחה, איך דריי מיך אין שומר שבת א גאנצן טאג, יעצט שובבים פאסט איך בה״ב און איך פיר אן די ויחל מנחה מנין אין שומר שבת, די איבריגע צייט זיץ איך אין די פראנט פארטש און עסט פרישטאג צוזאמען מיט פייגלעך.

קאר.
איך דרייוו א עסקעלעט, פאר פינף יאר אין א צי בין איך געווען דיפרעסט אז איך צאל אזוויפיל געלט פאר מיין קאר, ביז נעכטן ווען די גרויסע שניי איז אנגעקומען, איך בין געבליבן אויף א גאנצע נאכט און ארומגעפארן די שטאט צו זעהן ווי יעדער מוטשעט זיך ארויס צו פארן מיט די קאר חוץ איך, יעדע פאר מינוט האב איך געפרעגט מענטשן צו זיי דארפן העלפ ארויסצופארן מיט די קאר, און ווען זיי האבן גע׳ענטפער אז יא האב איך גלייך אפגעצויגן פון שטח.

פרנסה.
פאר פרנסה בין איך א מלמד, גלייך ווען איך קום אן אין חדר בלייב איך אינדערויסן ווארטן אז די מילך זאל אנקומען, ווען די פינף קעסטלעך בלויע מילך קומט אן געט מיך די גוי איבער איין רויטע מילך וואס גייט פאר די מלמדים שטיבל, זאלן אלע קינדער זעהן אז נאר די מלמדים האבן רויטע מילך, ווען איך זיץ אין די מלמדים שטיבל און איך הער ווי א קבוצה קינדער גייען אדורך וואקן לייג איך שנעל אריין צוויי ברויט אין די טאוסטער, זאלן אלע קינדער וויסן אז נאר די מלמדים קענען האבן טאוסט, צווישן די מלמדים בין איך די מערסטע סוקספול ווייל חוץ מלומדות בין איך אויכט א רעיל עסטעיט ברויקער און איך פארקויף זאכן אנליין.

ווייב.
איך בין ב״ה חתונה געהאט צו מיין ווייב שפרינצה פאלאק, זי איז טאקע ריזיג גרויס און גראב און אירע קליידער זענען געבויט געווארן מיט סקעפולס, אבער זי איז א אשה צדקניות, ווען זי זעהט א גרופע מענער גייט זי אריבער די אנדערע זייט גאס, אזוי איז זי נישט מכשיל אנדערע מענער מיט ראיות אסורות, זי גייט אייביג מיט א טוירבאן אויף די קאפ אזוי האט זי אייביג א בית קיבול פאר די טעלפאון, און זי איז אייביג מעורר בדרכי נועם אנדערע פרויען אויב זיי גייען מיט א קלייד וואס איז ווייניגער ווי פיר אינטשעס נאך די קניען, נאך א שבע ברכות לופט זי נאך אויף די גאס אלע קאזינס וואס האבן פארגעסן צו מאכן א נאך ברכה פשוט צו דערמאנען צו מאכן א נאך ברכה פאר זייער טובה, אבער אונז מיש זיך נישט אריין אין יענעם׳ס פריוואטן לעבן.

אידישקייט.
איך מיט מיין ווייב זענען מער אויף די פרומע זייט, אונזער קינדער לערנען אין א מוסד וואס נעמען נישט אריין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן סמארטפאונס, ביי האר איז שטרענג פארבאטן, באנאכט ברעך איך זיך איין אין אלע מוסדות׳ער וואס האבן קאמען קאור בוקס, אונז האבן צוואנציג קינדער, אונז זענען ב״ה פרוכטבאר און פרוטפול, פארשטייצך אגענץ זייעניסט.

אזוי ווי איך האב געשריבן אנפאנג פאסט איך בה״ב נאכן עובר זיין אויף אזויפיל עבירות, נישט אלעס קען איך אויסזאגן, אבער דא האט עטץ א חלק פון די עבירות וואס איך טוה יעצט תשובה,
•מהאט געזינגען זייער לאנג אינטער מיין חופה
•איך האב צוויי מאל אריינגעקאלט די זכו האטליין
•מיין ווייב שפרינצה האט געהאט א אימפלענט צו האבן קינדער
•געליינט א קאמען קאור בוק
• מיין יונגל איז געגאנגען מיט א הויזן אן א הכשר
• די ווארצל פון מיין ווייב׳ס טורבאן האט זיך איינמאל גע׳עפענט און די גאנצע טורבאן איז אראפגעפאלן.

זאל יעדער זוכה זיין צו טוהן תשובה שלימה.
הק׳ שמחה פאלאק.
 
עליכם השלום!!🤝
אה.. מ'לופטערט זיך אויס אביסעל אין די נאכט שטונדן!
וועסט אוודאי הנאה האבן דא
און אונז פון דיר
 
שלום עליכם מיינע טייערע פריינט
עליכם השלום, איך בין אויכט פריש דא, ווער ווייסט אפשר ביסטו געווען מיין חברותא אין כולל, דיין חברותא האט אפגעפוצט לעצטע יאר? נישט שלעכט געווען כולל, יעצט גיי איך אנהייבן כולל אין קהל חסידים ד׳קרעמל.
 
עליכם השלום, איך בין אויכט פריש דא, ווער ווייסט אפשר ביסטו געווען מיין חברותא אין כולל, דיין חברותא האט אפגעפוצט לעצטע יאר? נישט שלעכט געווען כולל, יעצט גיי איך אנהייבן כולל אין קהל חסידים ד׳קרעמל.
גלייב מיר איך וויל אויך אפיצען
 
עליכם השלום, איך בין אויכט פריש דא, ווער ווייסט אפשר ביסטו געווען מיין חברותא אין כולל, דיין חברותא האט אפגעפוצט לעצטע יאר? נישט שלעכט געווען כולל, יעצט גיי איך אנהייבן כולל אין קהל חסידים ד׳קרעמל.
פארוואס ביסטי אוועק פין דארט עפעס האט דיר געפעלט?
 
פארוואס ביסטי אוועק פין דארט עפעס האט דיר געפעלט?
דא איז די פלאץ צו סתם פארברענגען? אונז קענען אפשר גיין צו א כולל אשכול אויב סאיז דא, געלערנט אפשר צוויי שעה דורך אויס די טאג, צו ברעכן האט קאפס קענמען אויכט אין א אפיס, רענט איז משוגע הויך כמעט נישט מעגליך צו באצאלן פון איר פעי זשעק, מיין ווייב איז קיינמאל נישט אנגעגאנגען אז איך זאל ארויסגיין פון כולל און גיין ארבעטן, דיין קשיא וואלט געדארפט זיין פארוואס איך בין דארט געווען פאר 2-3 יאר ווען מקען ארבעטן און לערנען אויב מוויל די זעלבע צוויי שעה, א כולל יונגעמאן וואס ליינט קרעמל איז נישט קיין תמימות׳דיגע יונגערמאן וואס גייט אפשר לערנען אין כולל פאר צעהן יאר און נאכדעם ווערן א דיין, סוי פארוואס סתם שטיפן צייט.
 
אדרבה ווי איז די כולל אשכול? איך פארשטיי דיר זייער גיט ווייל מיין ווייב וויל יא ציפרידען שטלן איר טאטע
 
שלום עליכם.
עליכם ועל בניכם, איך דריי מיר דא א צוויי דריי וואכן, און איך בין באמת אימפרעסט. נאכן אריינהאקן דא דר'ערשטע מאל האב איך עקספעקטעט א פלאץ נאר פול מיט העיט אויף דער סיסטעם און אונזער סאסייעטי...

אבער אנשטאט דעים טרעף איך א מעטשור פלאץ אויסצושמועסן זאכן ווי אדאלטס! כה לחי
 
א פאזיטיוו מאאד איז די בעסט
 
העלאו און וועלקאם איך בין נישט בערל בעל עגלה פון קאווע שטיבל, פרעגטס מיר נישט ווער ער איז יא ווייל איך האב נישט קיין מושג ווער ער איז, אויב ווינדערסטו זיך פארוואס איז דארף מיך רופן נישט בערל בעל עגלה, איז צי די אלע ניקס וואס זענען געווארן געטריגערט פון מיך אין קאווע שטיבל, זאלן וויסן אז עס איז נישט מיך. און זיי זאלן זוכה זיין לאורך ימים ונשים.

אנחנו החותמים מטה מעידים ברחל ביתך הנאקעטע שהכל דלעיל שריר וקיים
מנשה סופר המכונה מנשה פליפ פלאפ
איצא גליק המכונה איצא שייגעץ

@שמעקעדיג פארוואס לייקסטו מיך נישט?
 
איך בין נישט געווען אויף קאווע שטיבל. איינער וויל מסביר זיין די זשאוק?
 
Back
Top