שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

מיינסט גאט/טאג איז דיסלעקסיק?

א גוטזאגער זאגט:
Have you heard of the dyslexic agnostic insomniac?

He stayed up all night wondering if there was a dog...
 
וואס איז מיט יאשקע, מוחמד, מרים הבתולה, משה רבנו, אהרן הכהן ווען קומען זיי??
@גאט @גאט׳ס גאט @לילית @מטטרון יעדער זאל מיט ברענגען די וואס פארקויפן ענק אויך
 
איך מיין ס'איז אלעס דער זעלבער מענטש וואס האט סתם געוואלט אביסל איבערדרייען.

@גאט, אויב בין איך נישט גערעכט, לאמיר זעהן די ערד זאל זיך עפענען און מיר פארשלונגען.

און דורכדעם וועט מקוים ווערן דעם "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך".
 
צו די אלע וואס פרעגן (אויף די קאסמאלאגישע ארגומענט) ווער האט באשאפן ג-ט?!

דא האבן זיי פיינעלי דעם תירוץ! - @גאט׳ס גאט!
 
שלום עליכם אלע קרעמלער,

אזויווי די שול איז לעצטנס היבש פארברייטערט געווארן, און דער עולם שלעפט ספרים פון אלע זייטן, האט מען מיר אויפגענומען צו ארויסהעלפן מיט די טירחא דציבורא.

איך בין בטבע א שעמעוודיגער, איך שטאַלפּער אביסל, און רוף זיך ווייניג אן... אבער צו סארטירן ספרים בין איך אויך גוט.

ביטע מיך נישט באלמוטשען.

אזוי אויך, ווען איך האב די געווייערטע עירפאונס אין אויער, מיינט עס אז איך בין נישט אינטערסירט צו רעדן צו קיינעם. מאך מיר נישט זיי ארויסשלעפן פאר נארישע פראגעס, ווי למשל ביי וועם איך בין אן איידעם (ספוילער אלערט איך בין א גרוש).
 
א גרויסן דאנק @ספרים פּאקער
דו ביסט מסתם שוין לאנג א קנאקער
הילף איז אלעמאל ניצבאר טאקער
הלואי בין איך א האלץ האקער
אקעי. ס'קומט נישט אריין, כ'גראם ווי א ...

🎶🎵 וכל מי שעוסקים וכו' 🎶🎵
 
שלום עליכם אלע קרעמלער,

אזויווי די שול איז לעצטנס היבש פארברייטערט געווארן, און דער עולם שלעפט ספרים פון אלע זייטן, האט מען מיר אויפגענומען צו ארויסהעלפן מיט די טירחא דציבורא.

איך בין בטבע א שעמעוודיגער, איך שטאַלפּער אביסל, און רוף זיך ווייניג אן... אבער צו סארטירן ספרים בין איך אויך גוט.

ביטע מיך נישט באלמוטשען.
עליכם שלו'
פיין גייט מען דיר באמוטשען
מיר זינען ספרים ליבהאבער
אזוי אויך, ווען איך האב די געווייערטע עירפאונס אין אויער, מיינט עס אז איך בין נישט אינטערסירט צו רעדן צו קיינעם. מאך מיר נישט זיי ארויסשלעפן פאר נארישע פראגעס, ווי למשל ביי וועם איך בין אן איידעם (ספוילער אלערט איך בין א גרוש).
וועלקאם טו די קלאב
 
קרעמל וואקסט אויף הייוון!

שלום עליכם @הרמב"ם

איינמאל אונז האבן דיר, וועט שוין ראב"ד און רמב"ן אטאמאטיש נאכקומען.


דא קענט איר גלייך אריינשפרונגען אין א וויכוח איבער אייערע הייליגע רייד.
שנירל 'פולמוס שלום צדיק'
 
מען דארף אויך אהער ברענגן דער רי"ף מיט דער רא"ש
יא יא אבער זיי וועלן זיך נאר וועלן אויסטענהן מיט @יששכר כץ איבער זיינע הלכות און חידושים.

איך וויל קודם די וואס קענען אריינרעדן אין א גרעסערע וואריאציע פון נושאים. 🥲

(@רי"ף @רא"ש איך מיין גארנישט פערזענליך. איר זענט מער ווי וועלקאם.)
 
און @גאט וועט טענהן אז @הרמב"ם האט אים נישט ארויס. אבער @גאט׳ס גאט וועט קלאר מאכן אז @גאט ווייסט ניט וואס ער רעדט...

אגב. מ'קען נישט נעמען קיין נאמען אויב מ'איז נישט גרייט צו רעפזענטירן יענעם, דיפענדן זיין שיטות וכדו'.

@גאט האט דערווייל די גרינגסטער דשאב ווייל ער דארף סך הכל שווייגן.
 
Back
Top