העלא מיינע טייערע פריינט!
עס איז גוט זיך צו טרעפן....
אין מיין אלטע הויז וואו איך וואוין שוין איבער 13 יאר, און איך האב שוין איבערגעפעינט און געסקרעיפט אזויפיל מאל, אריינגעבויעט א פסח קיטשען, שיינע LED לעקטערס, אויטאמאטישע וועקיום קלינערס, שיינע פעינטינגס אויפ'ן וואנט, און איך האב מיר עפעס איינגערעדט אז פה אשב כי אויתיה, דא פארבלייב איך שוין עמו"ש, דערווייל איז דער לענדלארד פלוצלינג אריינגעקומען, געטוישט די שלעסער, און מיר באפוילן צו פאקן פעק און פארלאזן דאס פלאץ.
איך בין געווען שאקירט. כ'האב נישט געוואוסט וואו צו גיין, וואו ווענד איך זיך, מאין יבא עזרי? איך גיי בלייבן היימלאז און נעכטיגן אונטערן בריק אין מאנהעטן?
אבער דאן האב איך געזען אשכולות וואס האט מיר געוויזן אז דער רבש"ע איז מקדים די רפואה בעפאר די מכה, וברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, און דער קרעמל שעלטער שטייט שוין גרייט אריינצונעמען אלע פליטים און אימיגראנטן וואס זוכן וואו אנידערצולייגן זייער קאפ און זוכן אויך א פלאץ וואו צו שרייבן זייערע מחשבות, האב איך מיר איינגעשריבן מיט חשק האפנדיג אז עס איז נאך דא פלאץ פאר מיר, און ב"ה דא בין איך!!
אצינדערט הייבט זיך אן א נייע בלעטל, יא, מען דארף זיך צוגעוויינען, אזוי ווי יעדע טשענדזש, אבער מיט'ן הילף פונעם באשעפער האף איך צו קענען ווייטער הנאה האבן און מהנה זיין עד כמה שידי מגעת, מיר זאלן קענען אינאיינעם פארברענגען בשבת אחים באהבה ואחוה, און פארשטייט זיך צומאל זיך טענה'ן מיט קולות כדי עס זאל נישט זיין צו באורינג, און מען וועט זיך האלטן פאזיטיוו, און ווייטער ממשיך זיין דעם סלאגאן פון "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".
לאוו יו אלל! (קרעדיט מיכאל)