שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם הייליגער @יאסעלע ברוין
א דאנק פארן אריינקומען און גלייך עפענען א שנירל!
מאך זיך היימיש און באקוועם! ❤️
 
שלום עליכם @יאסעלע ברוין ווייניג דיזערווען אזא גרויסע שאוטאייט אויף די ערשטע טאג, עס זעט אויס ווי די ריכטיגע מענטש איז אנגעקומען אויף די ריכטיגע פלאץ.
 
גוטע וואך אידן,

ס'ווערט שוין שווערער נאכצויאגן...

א הארציגע שלום עליכם צו @לוי מאזעס @חיים נחמן @Plog...

יהא בואכם לברכה
 
הנה @שלמה אלקנה בא ובשמו יש קנה,
ואחריו נשרך בעקב @משה יעקב
וכולנו מצפים שלא תהיו @אומר מעט

@dany שלו' עליכם דיר אויך איך האב נישט געוויסט ווי דיך אריין שטעלן דא ואיתך הסליחה
 
כשמי כן אני. איך ארבייט אסאך און האב ווייניג צו זאגן. איך בין א שוואכע שרייבער און איך קען מער אויפטוהן מיט אביסל ארויס העלפן מיט די קינדער אין שטוב.

ייש"כ פאר די פלאטפארמע עס קומט זייער צונוץ!!
 
דא אויף קרעמל וועסטו קענען ארויס העלפן דיין מיכקינד!!
מיין מיכקינד איז געווענלעך גאנץ רוהיג. איך האב זיך שוין אויסגעלערנט צו געבען תשומת לב פאר יעדען גלייך (אריין גערעכנט מיין מיכקינד)!!
 
שלום עליכם @יאוש
איך בעט דיר, טוה נישט אינגאנצן אויפגעבן.
ס'איז דא אסאך זיך צו לערנען פון @פרובירן101.

אל תתייאש !
 
וואס פאר כבוד!
שלום עליכם @שניאור ריבנר!
דיין ארטיקל איז הערליך... קלאר, רעספעקטפול, און שיין געפלאכטן.
צום פינטל!

ווי אויך, א הארציגע שלום עליכם פאר @כלבין דחציפין, און מזל טוב צו דיינע ערשטע פאר מעסעדשעס.
בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגא...
 
עס מאכט זיך א מזומן
דריי פרישע ניקים געקומען
זיך אריינגעשווערצט באהאלטענערהייט ווען יעדער איז פארנומען

@איל געשיקט און פלינק
פארשטייט גלייך אויפ'ן ווינק
און ווען אין געפאר, ווערט פארלוירן ווי אן אויגן-בלינק

אויפן @גנב ברענט דאס הוט
פארוואס ער גיבט זיך דא ארויס ווייס איך ניט
דער עולם זאל אנכאפן די קעשענעס, דער ווייסט פונקליך וואס ער טוט

גזלן (@gazzi) זיין נאמען האט צומישט
געמאכט א יד אחת און מיט גנב'ל זיך צעקישט
געמיינט מיט אזא לשון חיבה, צו בלייבן אזוי אונטערן טיש

יעצט באמערק איך אז @אונזערע און @Whats up זענען אריינגעקומען אין בילד
צו אלעס איבערשרייבן האב איך נישט געדולד
איך וואלט געזאגט ס'איז אלעס גנב'ס שולד

מאכט אייך באקוועם און פילט אייך ווי אינדערהיים (ווי ביי יענעם אינדערהיים @גנב)
 
Back
Top